בלאט 3 פון 14

פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 12, 2010 2:09 pm
דורך פריילאך
ווייסעך וואס האט געשריבן:
שמערי בערי האט געשריבן:אין לעיקוואוד איז דא "סאלאמאן סוויטס", עס דארף צו זיין אינטערעסאנט, איך האב עס אבער נאכנישט פרובירט.

עס איז אויך לכאורה נישט ווייט פון בתי מדרשים אין מקוואות.


וואס איז דארט אזוי אינטערסאנט?

און פון ווי ווייסטו אז עס איז אנטערסאנט אז דו בוזט נישט דארט געווען, האסט עפעס א געהערט אדער דו שטעלסט דיך נאר פאר?



אויספראבירט, זייער געשמאק, דהיינו: פיינע עסן געסערווט מלכותדיג, טישן מיט מחיצות צוצוגעבן צום רואיגקייט, שיינע שטיבער וכו'.

נ.ב. די לאבי איז היבש קליין, און קיין עירוב אין לעיקוואד איז נישטא, אויב גייט מען מיט פיצעלעך.

פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 12, 2010 2:19 pm
דורך פריילאך
פישל גוטביין האט געשריבן:בעל הארבער איז זייער פאסיג פאר דיר לויט דיינע פארשריפטן.


לאנג נישט געזעהן אדווערטייזט, עקזעסטירן זיי נאך?

BTW לעצטענס איז דא אסאך עדווערטייזט שבתים אין די רעדיסאן נ.דז. מיט שירה קווייער, און נאך.

האט איינער מיטגעהאלטן וואס קען מיטטיילן וויאזוי דאס איז? וואסערע סארט עולם? עסן? שטיבער? וכו.

פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 12, 2010 8:06 pm
דורך קהת
לאמיר הערן עפעס וועגן די נייע האטעל און וויליאמסבורג THE CONDOR איז שוין איינער געוועהן דארט??

פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 12, 2010 8:24 pm
דורך געלעגער
קלערסט צו גיין אהין פאר וואקאציע?

פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 12, 2010 8:41 pm
דורך קהת
יא

פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 13, 2010 10:10 am
דורך פריילאך
די קאנדאר איז א הערליך פלאץ. הערליכע שטובער. קארידאר. און גאר א באט'עמטע גארטן בעקיארד.

און צום דעם אלעם גלויב איך אז די גאנצע בילדינג קען זיין דיינס, וויבאלד זיי זענען נאכנישט ביזי.

פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 13, 2010 1:41 pm
דורך קהת
א דאנק פאר די אינפארמאציע

פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 13, 2010 2:00 pm
דורך פונקטליך
פריילאך האט געשריבן:און צום דעם אלעם גלויב איך אז די גאנצע בילדינג קען זיין דיינס, וויבאלד זיי זענען נאכנישט ביזי.

כ'זעה יעדע וואך שבת היבש געסט דארט, ס'קוקט נישט אויס צו זיין ליידיג

פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 13, 2010 2:47 pm
דורך קהת
אויב זיי שטעלן צו א סעודה גלייב איך נישט אז סאיז ליידיג

פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 13, 2010 2:53 pm
דורך פריילאך
פונקטליך האט געשריבן:
פריילאך האט געשריבן:און צום דעם אלעם גלויב איך אז די גאנצע בילדינג קען זיין דיינס, וויבאלד זיי זענען נאכנישט ביזי.

כ'זעה יעדע וואך שבת היבש געסט דארט, ס'קוקט נישט אויס צו זיין ליידיג



איך האב גערעדט פון אינמיטן וואך, דער וואס שטייט ביים דעסק האט מיר געזאגט ווען איך בין געווען אז עס איז ליידיג.

פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 13, 2010 2:54 pm
דורך פונקטליך
קהת האט געשריבן:איך האב געהערט פון א האטעל און מאנראו "מי מנוחות" האט איינער מער אינפארמאציע איבער דעים??? איז עס שיין? איז עס לעבן בתי מדרשים?

די מיינסט אפשר די געוועזענע 'בנות מלכים' נעבן ק"י?

פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 13, 2010 3:00 pm
דורך קהת
פונקטליך האט געשריבן:
קהת האט געשריבן:איך האב געהערט פון א האטעל און מאנראו "מי מנוחות" האט איינער מער אינפארמאציע איבער דעים??? איז עס שיין? איז עס לעבן בתי מדרשים?

די מיינסט אפשר די געוועזענע 'בנות מלכים' נעבן ק"י?


איך ווייס נישט, כהאב געהערט אז זיי האבען א POOL. סזעהט מיר אויס ווי א היימישע זאך.

פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 13, 2010 3:00 pm
דורך פריילאך
פונקטליך האט געשריבן:
קהת האט געשריבן:איך האב געהערט פון א האטעל און מאנראו "מי מנוחות" האט איינער מער אינפארמאציע איבער דעים??? איז עס שיין? איז עס לעבן בתי מדרשים?

די מיינסט אפשר די געוועזענע 'בנות מלכים' נעבן ק"י?



דא קעסטו זעהן בילדער דערפון

http://www.reservekosher.com/listing-be ... -1484.html

און פון נאך וואקאציע פלעצער

פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 02, 2011 1:31 pm
דורך ווייסעך וואס
leiby האט געשריבן:--------------------------------------------------------------------------------

דורך רעיא מהימנא אום זונטאג יולי 18, 2010 4:22 pm

איך טראכט אפשר צי פארען צי לענקעסטער פענסילוועניא. האט איינער דארטען עקספיריענס? האטעל'ס? עטרעקשענס? וכו'

רעיא מהימנא
שר חמישים ומאתים
הודעות: 266



ווייסט איינער צו עס איז אינטערסאנט יעצט אין די ווינטער חדשים?

איך בין דארט געווען דעם פארגאנגענעם זומער, זייער זייער ענזשויעט, די הערליכע פעלדער, די אמיש חברה בארבעטן די פעלדער... וכו' וכו'

איך בין נייגעריג צו ווינטער איז אינטערסאנט דארט.

פארעפענטליכט: זונטאג יוני 12, 2011 10:00 pm
דורך מוטשע נישט
ווייסט איינער אינפארמאציע אויף זיי?
http://www.thesuitesandvillas.com

פריוואטע הייזער מיר א זשעקוזי /pool אין בארא פארק און אין מיאמי

פארעפענטליכט: זונטאג יוני 12, 2011 10:55 pm
דורך leiby
איבער די בארא פארקע האב איך געהערט פין איינעם וואס איז געווען לעצטענס, יענער האט זייער האנאה געהאט אין ער בעט זייער ביליג, קאל די נאמבער ס'איז א היימישע איד,
די נארט מיאמי ווילא בין איך געוווען פאר בערך 4 יאר צוריק ס'איז זיייער א געשמאק רואיג פלאץ, נישט ווייט פונעם היימישן געגענט.

פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 15, 2011 1:59 pm
דורך אינטעליגענט
איך זוך א גוטע האטעל אין די מאנסי געגנט, אויף איבער שבת.
ווייסט איינער פון א אידישע האטעל אין מאנסי?

דאנקע פון פאראויס

פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 15, 2011 2:26 pm
דורך ביקסאד

פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 15, 2011 4:56 pm
דורך משה פאלאפל
ביקסאד האט געשריבן:וועלכע געגענט ?

איש את רעהו יעזורו: האשכול המיוחד לתושבי מאנסי

פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 15, 2011 9:04 pm
דורך שאלת_חכם
פאריאר זומער בינעך געווען אין ניו העמפשיר, זייער א שיין און רוהיג פלאץ עס איז דא דארט הערליכע פלעצער צו באזוכן

דארט ווי כבין געווען (ביי א גוי, כדענק נישט דעם נאמען) איז פארשטייט זיך נישט דא קיין עסן, מען מוז אלעס מיטברענגען, אדער קעמען קויפן ביי סטרולאוויטש "אלעס" פאר דריי מאל די פרייז

די וועג נעמט בערך זעקס שעה פון וויליאמסבורג, עטליעסט דריי הונדערט מייל

פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 15, 2011 9:23 pm
דורך יארצייטן
אין די צייטונגען לעצטע וואך איז געוועהן אדוועטייזט אט דאס פלאץ פאר די זומער היי יאר
ניאגרא פאלס

פארעפענטליכט: זונטאג יוני 26, 2011 10:36 am
דורך מחזור
איך זוך א שיינע דירה מיט א בעקיארד\פארטש (קען האבן סווינג'ס אין גליטשער'ס) פאר די וויקענד אין מאנסי אדער קרית יואל
ווער סווייסט עפעס זאל זיך ביטע אנרופן
ישר כח למפרע
(מי מנוחות לאזט נישט קיין משפחה מיט קינדער)

פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 27, 2011 9:17 am
דורך מחזור
רופט אייך אן רבותי

פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 27, 2011 9:48 am
דורך בשמים
איינצושטיין אדער דינגען?

פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 27, 2011 9:51 am
דורך בשמים
דאס האב איך היינט געזעהן אדווערטייזט
(פארמאגט פארטש און הויף כאוות נפשך)