בלאט 11 פון 14

פארעפענטליכט: זונטאג יוני 15, 2014 12:59 am
דורך שמחת החיים
קליינקעפיק האט געשריבן:מיט אדער אן קינדער?
מיט שמחת החיים זיכער!

מיט גאר קליינע קינדער וואס דארפן נישט מער ווי די ביסל לופט און גרינע גראז.

(און איך זוך טאקע א פלאץ וואס זאל צוגעבן צום שמחת החיים און נישט אפקאסטן צופיל געלט וואס קען צושטערן די שמחת החיים...)

פארעפענטליכט: זונטאג יוני 15, 2014 2:39 pm
דורך כרם
שמחת החיים האט געשריבן:איך זוך אוועקצופארן זוממער פאר צוויי וואכן אן דארפן מיטשלעפן די גאנצע האב און גוטס (בעט געוואנט, עירקאנדישאן וכדו׳) מיט עסן לכתחילה. האטעל/מאטעל סטייל אבער לייטיש און פריש אהערגעשטעלט.

קען מיר עמיצער צוווייזען עפעס? יישר כחכם למפרע!

אויב זיכסטו נישט אפ טא דעיט קענסטו פראבירן אפענהיימערס אין פליישמאן'ס
ס'זייער אלט אבער א ריינע אי שטילע פלאץ איך בין דורט געוועין 2 מאל און הנאה געהאט

פארעפענטליכט: זונטאג יוני 15, 2014 3:41 pm
דורך דעת זקנים
אויב עסן איז נאר לכתחילה איז ניו העמפשיר זייער א גוטער דיעבד...
שאלה איז נאר צו די קינדער קענען איינזיצן אזא לאנגע וועג.

פארעפענטליכט: זונטאג יוני 15, 2014 3:54 pm
דורך פיטום
מען קען פארן מיט א ספרינטער וועט עס אפשר זיין סאך בעסער...

פארעפענטליכט: זונטאג יוני 15, 2014 5:38 pm
דורך כרם
פיטום האט געשריבן:מען קען פארן מיט א ספרינטער וועט עס אפשר זיין סאך בעסער...

יעצט דארף ער גיין צו "איך זוך צו בארגן" אשקול פאר א ספרינטער

פארעפענטליכט: זונטאג יוני 15, 2014 5:40 pm
דורך פיטום
נו גיי!

פארעפענטליכט: זונטאג יוני 22, 2014 10:27 pm
דורך רייזענדער
האט איינער עני עקספיריענס איבער ניופארט ראוד-איילענד?

לוינט עס?, גוטע האטעלס?, אינטערעסאנטע פלעצער?, ביהמ"ד\אידישקייט?, טייער\ביליג? וכו' וכו'

(דערווייל איז אין דעם אשכול נישטא קיין נוצבארע אינפארמאציע דערוועגן)

פארעפענטליכט: זונטאג יוני 22, 2014 10:42 pm
דורך קליינקעפיק
רייזענדער האט געשריבן:האט איינער עני עקספיריענס איבער ניופארט ראוד-איילענד?

לוינט עס?, גוטע האטעלס?, אינטערעסאנטע פלעצער?, ביהמ"ד\אידישקייט?, טייער\ביליג? וכו' וכו'

(דערווייל איז אין דעם אשכול נישטא קיין נוצבארע דערוועגן)

איך האב זייער גוטע עקספיריענס פון דארט
הייעט ביים וואסער פאר דרייסיג דאלער דורך פרייסליין ביד, די פאלאצן א געשמאק, סאיז אויך דא עפעס שיינע גערטנער נישט ווען איך בין דארט געווען (פסח* די טורא שול איז היסטאריש אבער זייער פשוט מיט א ראביי וואס איז געווען ביזי האקן אויף אבאמא, און די קליף וואלק! די בעסט! דעי שפאציר ביים וואסער!
אויב די נעמסט א קינד זיי וויסן אז מען קען נישט אריין טראגן קיין קערידזשעס אין די פאלאצן.
וואס נאך קען איך דיר העלפן?

פארעפענטליכט: זונטאג יוני 22, 2014 11:01 pm
דורך טרעוולער
1) בנוגע אידישקייט. ס'דא מנין אין טורא שול נאר שחרית, און נאר תמוז - אב, און אויך נישט יעדן טאג, אן א מקוה - מנחה מעריב איז אוודאי נישט דא קיין מנין.

2) בנוגע כשר'ס. ס'איז גן עדן התחתון וואס מ' ברענגט מיט דאס האט מען.

3) האטעלן. אביסל אינדערויסן פון געגענט (10-15 מינוט פון שול) איז דא שיינע האטעלן מיט גוטע פרייזן.

4) פלעצער צו באזוכן. די ברעקערס ווערט יעדען דאלער די פאלאץ איז עפעס וואס דערמאנט פון אמאליגע מלכים, און די קליף אידערויסן נפלאות הבורא, (די טור גיידס זענען רוב פרויען שטארק נישט צניעותדיג ובפרט זומער, ס' נאר אינטערסאנט מיט א גיידער).ועוד פאלאצן גאר שיין .
אלטע אידישע בית החיים.

5)עצה טובה שטיי איין אין פראווידענס ראוד אייליינד א דרייפערטל שעה וועג פון נויפארט, מיט א מקוה/ מנין (חב"ד), עס אגוטן פרישטאג (וואס די נעמסט מיט) פאר ארויס גיי ארום איבערן טאג אין נויפארט און דערנאך פאר צוריק צו מנחה - מעריב .אזוי האט סיי עולם הבא און סיי עולם הזה

פארעפענטליכט: זונטאג יוני 22, 2014 11:19 pm
דורך רייזענדער
א גרויסן שכויעח הרב קליינקעפיק, סאונדס היפש אינטשורסטינג.

אן עקסטערע שכויעח פאר די אינפא. איבער קערעדזשעס, ס'איז שטארק נוגע.
---
הרב טרעוולער (סאונד ענליך צו 'רייזענדער', אפשר זעמער גאר קרובים, און ביי ענק אין משפחה האט מען אמערקאנאזירט דעם רייזענדער נאמען צו טרעוולער, הו נאוס - א קליינע וועלט...)

קודם כל א גרויסן שכויעח פאר די אינפארמאציע.

איבערן איינשטיין אין פראווידענס:

וויאזוי איז בנוגע טראנספארטאציע, איז דא צוגענגליכע טראנספארטאציע מיטלען (פאבליק אדער פרייוועט), אדער מוז איך אליינס זיין דער שאפער?

וואלטסטו מיר רעקאמענדעד א ספעציפישע האטעל דארט אין געגענט?

פארעפענטליכט: זונטאג יוני 22, 2014 11:31 pm
דורך טרעוולער
יא לכאורה וועסטו דארפן דרייווען,

מ'דארף סייווי האבן א קאר פון/צום שול- האטעל- שיינע פלעצער.

אי"ה מארגן וועל איך קוקן וועגן האטעלן אין געגענט פון חב"ד.

פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 23, 2014 2:31 pm
דורך פיטום
וואס איז די וויקלי יוניט רענטל אין סוואן לעיק? אינפארמאציע וואנטעד!

פארעפענטליכט: זונטאג יולי 06, 2014 8:47 am
דורך home
ווי קען איך גיין פאר א extended weekend. ..משפחה מיט קאפעלס .. נישט צי ווייט אין עסן included איז בעסער

פארעפענטליכט: זונטאג יולי 06, 2014 11:38 am
דורך פיטום
ווייסט איינער איבער א וועג קיין פליישמאנס? און אויב איז דא באסעס וואס פארן אהין?

פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 07, 2014 12:17 am
דורך קארן טשיפ
home האט געשריבן:ווי קען איך גיין פאר א extended weekend. ..משפחה מיט קאפעלס .. נישט צי ווייט אין עסן included איז בעסער

Vermont דארף צו זיין זייער שיין.
ס'איז דא אפאר פלעצער וואס שטעלן צו עסן.
ס'איז אבער א 5 שעה דרייוו פון שטאט.

פארעפענטליכט: דינסטאג יולי 08, 2014 7:41 pm
דורך home
ווער שטעלט צי עסן א number website ?

פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 09, 2014 1:19 pm
דורך מוטשע נישט

ניו העמפשער

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 10, 2014 3:48 pm
דורך שלעסער
האט איינער עני עקספיריענס איבער ניו העמפשער?

גוטע האטעלס?, אינטערעסאנטע פלעצער?, ביהמ"ד\טייער\ביליג? וכו' וכו'

קען מען אהין גיין מיט קליינע קינדער?

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 10, 2014 4:42 pm
דורך תרנגול
שלעסער האט געשריבן:האט איינער עני עקספיריענס איבער ניו העמפשער?

גוטע האטעלס?, אינטערעסאנטע פלעצער?, ביהמ"ד\טייער\ביליג? וכו' וכו'

קען מען אהין גיין מיט קליינע קינדער?

שלום עליכם שלעסער. וועלקאם טו אייוועלט.

דאס האט מבין נומ. 1 געשריבן 4 יאר צוריק איבער ניו העמפשיר:
דורך מבין נומ 1 אום זונטאג יולי 04, 2010 3:50 pm

וועגן ניו העמפשיר, ס'דא דארט אין בעטלעהעם א גאר שיינע רעזארט קאנטרי, א מייל ארויפצו פונעם שול און פון ארלינגטאן, עס הייסט "heartside village" זוממער נעמער זיי נאר אן אידן, און זיי בעטן $79 א נאכט זיי גיבן אזעלכע קליינע קאאטעדזשעס.

http://www.hearthsidevillage.com/

שבת איז דא דארט געווענדליך מנין, און מ'נעמט דעם ספר תורה פון ר' פנחס מיילעך ווייס, ער בארגט אוועק א ספר תורה בתנאי אז מ'שנדר'ט שבת פאר זיינעט וועגן, ביי אונזער מנין האט יעדער גע'שנדר'ט א פופציגער.

אה! ס'איז דא דארט א מהודר'דיגע עירוב.

א סווימינג פול האבן זיי א גוטע, זיי האבן עקסטערע זמנים פאר מענער און פרויען... יעדע שעה טוישט זיך שיפט פון מענער צו פרויען.

עסן קען מען קויפן גאר גוטע ביי סטרולאוויטש, למשל פרישטאג מאכן זיי אייער שפייז מיט טונא סעלעט וכו'. אויך פאר שבת סעודות האבן זיי א גאר געשמאקע טעיק אוט... אבער סאפערס ברויך מען אריינקאלן צופרי באשטעלן, און איך ראט מיטצונעמען גאר אסאך עסן, ווייל אפי' מ'קויפט דארט ברויך מען האבן אייגענע סיי ווארעמ'ס און סיי נאש. (רוב האטעל'ן קומען מיט א קליינטשיק קיך וואו מ'קען לייגן א האטפלעיט אנצואווארעמען עסן.)

אויך קען מען גיין צו לאן מאונטעין ווי איינער האט שוין דערמאנט

אויך קען מען גיין אין ליטלטאן ניו העמפשיר, ס'דא דארט אן העמפטאן איןן, מורא'דיג שיין און פענסי, זיי געבן א דיסקאונט פאר 'האסידים' (בערך צוואנציג דרייסיג דאלער ביליגער א נאכט) צוליב וואס מ'עסט נישט זייער פרישטאג...

זיי האבן דריי לעוועל רומס, ס'דא טייערערע שטובער וואס האבן אויך א ליווינג רום און א טשאקוזי, ס'איז נישט צו טייער, בערך 120 א נאכט א פשוט'ע שטוב, און 160 א טייערער (שוין נאך די דיסקאונט)

http://www.littletonhotel.com/

די סווימינג פול באלאנגט אויסדרוקליך פאר די אידן, אבער נאר פון צוועלפע ביינאכט ביז פינעווע פארטאגס.... דאן קען מען זיך איינטיילן מיט די אנדערע אידן דארט (אויב ס'איז דא) ווען די מענער זאלן גיין און ווען די פרויען זאלן גיין.

אנקעגן איבער איז דא א וואלמארט, און נאך א גרויסע סופערמארקעט וואס מ'קען קויפן גרינצייג און פרוכט. א ספעציעלע קארטל פאר געסט מאכט דאס ביליגער מיט 10 פראצענט...

די געז פרייזן אין ניו העמפשיר זענען אזויווי אין ניו דזשערסי.


ס'דא דא נאך אסאך אינפארמאציע איבער ניו העמפשיר. מאך א זוכעניש וועסט טרעפן.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 10, 2014 6:43 pm
דורך איד'ל מיטן פידל
טראכט גוט וועט זיין גוט האט געשריבן:איז דא איינער מיט אינפארמאציע איבער דער chalet האטעל אין וואדבורן?

וואספארא רומס האבן זיי?

פלעיגראונד פאר קינדער?
עסן?

געווען דארט, ס'איז אזוי -
ס'איז א קאנטרי סטייל מאטעל, די רום'ס זענען עפ''ר אלט איך בין געווען מזל'דיג כ'האב באקומען אין די "new renovated villas.." וואס איז נישט געווען אזוי שלעכט

עסן געבן זיי זייייייער פיין, הערליך און ברייט צוגעשטעלט מיט א גוטע הכשר

א שיינע דיינונג רום וואס טאמער ווילסטו עסן פריוואט דארפסטו צוצאלן און די באקומסט מחיצות

גראונדס איז דא גאנץ שיין דארט

פרייז דאכצעך אויב איך געדענק גוט, האבעך געצאלט ארום 6-700 פון דאנערשטאג נאכט ביז זונטאג אינדערפרי - מיט עסן

פארעפענטליכט: פרייטאג יולי 11, 2014 9:28 am
דורך שלעסער
תרנגול האט געשריבן:
שלעסער האט געשריבן:האט איינער עני עקספיריענס איבער ניו העמפשער?

גוטע האטעלס?, אינטערעסאנטע פלעצער?, ביהמ"ד\טייער\ביליג? וכו' וכו'

קען מען אהין גיין מיט קליינע קינדער?

שלום עליכם שלעסער. וועלקאם טו אייוועלט.

דאס האט מבין נומ. 1 געשריבן 4 יאר צוריק איבער ניו העמפשיר:
[quote]דורך מבין נומ 1 אום זונטאג יולי 04, 2010 3:50 pm

וועגן ניו העמפשיר, ס'דא דארט אין בעטלעהעם א גאר שיינע רעזארט קאנטרי, א מייל ארויפצו פונעם שול און פון ארלינגטאן, עס הייסט "heartside village" זוממער נעמער זיי נאר אן אידן, און זיי בעטן $79 א נאכט זיי גיבן אזעלכע קליינע קאאטעדזשעס.

http://www.hearthsidevillage.com/

שבת איז דא דארט געווענדליך מנין, און מ'נעמט דעם ספר תורה פון ר' פנחס מיילעך ווייס, ער בארגט אוועק א ספר תורה בתנאי אז מ'שנדר'ט שבת פאר זיינעט וועגן, ביי אונזער מנין האט יעדער גע'שנדר'ט א פופציגער.

אה! ס'איז דא דארט א מהודר'דיגע עירוב.

א סווימינג פול האבן זיי א גוטע, זיי האבן עקסטערע זמנים פאר מענער און פרויען... יעדע שעה טוישט זיך שיפט פון מענער צו פרויען.

עסן קען מען קויפן גאר גוטע ביי סטרולאוויטש, למשל פרישטאג מאכן זיי אייער שפייז מיט טונא סעלעט וכו'. אויך פאר שבת סעודות האבן זיי א גאר געשמאקע טעיק אוט... אבער סאפערס ברויך מען אריינקאלן צופרי באשטעלן, און איך ראט מיטצונעמען גאר אסאך עסן, ווייל אפי' מ'קויפט דארט ברויך מען האבן אייגענע סיי ווארעמ'ס און סיי נאש. (רוב האטעל'ן קומען מיט א קליינטשיק קיך וואו מ'קען לייגן א האטפלעיט אנצואווארעמען עסן.)

אויך קען מען גיין צו לאן מאונטעין ווי איינער האט שוין דערמאנט

אויך קען מען גיין אין ליטלטאן ניו העמפשיר, ס'דא דארט אן העמפטאן איןן, מורא'דיג שיין און פענסי, זיי געבן א דיסקאונט פאר 'האסידים' (בערך צוואנציג דרייסיג דאלער ביליגער א נאכט) צוליב וואס מ'עסט נישט זייער פרישטאג...

-----------------------------------------------------------------------------------------------------
א גרויסע שכח

איז דא מנינים אין די געגענט פון די האטעל?

פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 14, 2014 8:47 am
דורך תרגום יונתן
אין לון מאונטענס איז יעדע יאר דא א גרעסערע פארקער, לאו דוקא חסידישע. http://www.lincolnnhminyan.com

סטרולאוויטש איז היסטארי שוין עטליכע יאר, ווי ווייט איך ווייס.

הארטסייד ברויך מען זיכער מאכן בעפאר, זומער בלויז פאר אידן איז שוין לאנג א פארגאנגענהייט. נחמו געגענט קען זיך אויסארבעטן, אבער מ'דארף זיכער מאכן. אז מ'קומט עטליכע פאמיליעס קען מען עס אויסארבעטן מיט זיי.

וויקענד וואקאציע פאר א גרויסע משפחה

פארעפענטליכט: זונטאג יולי 20, 2014 11:29 am
דורך איד'ל מיטן פידל
איך זוך א פלאץ פאר א וויקענד וואקאציע פאר א גרויסע משפחה, ס'מיינט בערך 7-8 קאפעלס מיט קינדער.
א האטעל אדער א דירות\סוויטס - מיט א מנין - אן עסן
נישט צו ווייט פון ק''י - טאפס א שעה

עני אינפא וועגן סיגעיט ?

ווער עס קען ארויסהעלפן אין אישי אדער ברבים, למצוה גדולה יחשב

איך זוך א פלאץ מאטעל/האטעל סטייל

פארעפענטליכט: זונטאג יולי 20, 2014 10:02 pm
דורך ליינער
פאר 10 טאג מיט קליינע קינדער פאר ביליג
קען איינער מיר זאגען די חילוקים פון
לעיק האוז
טשאלעט
ראלעי

פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 21, 2014 10:57 am
דורך איד'ל מיטן פידל
איד'ל מיטן פידל האט געשריבן:איך זוך א פלאץ פאר א וויקענד וואקאציע פאר א גרויסע משפחה, ס'מיינט בערך 7-8 קאפעלס מיט קינדער.
א האטעל אדער א דירות\סוויטס - מיט א מנין - אן עסן
נישט צו ווייט פון ק''י - טאפס א שעה

עני אינפא וועגן סיגעיט ?

ווער עס קען ארויסהעלפן אין אישי אדער ברבים, למצוה גדולה יחשב

כ'בין שוין אביסעלע צו שפעט זעה איך,
ווייסט איינער איבער עני גויאישע האטעל וואס איז געאייגענט פאר אזא משפחה צוזאמקום?

אפסטעיט אדער ניו זשערסי, קאנעטיקוט וכדו'