--------------------------------------------------------------------------------
דורך
רעיא מהימנא אום זונטאג יולי 18, 2010 4:22 pm
איך טראכט אפשר צי פארען צי לענקעסטער פענסילוועניא. האט איינער דארטען עקספיריענס? האטעל'ס? עטרעקשענס? וכו'
רעיא מהימנא
שר חמישים ומאתים
הודעות: 266
--------------------------------------------------------------------------------
דורך
leiby אום זונטאג יולי 18, 2010 4:42 pm
יא, איך בין דארט געווען פאר 2 יאר צוריק.
leiby
שר חמישים ומאתים
הודעות: 400
--------------------------------------------------------------------------------
דורך
רעיא מהימנא אום זונטאג יולי 18, 2010 7:22 pm
leiby האט געשריבן:יא, איך בין דארט געווען פאר 2 יאר צוריק.
אין? וויאזוי איז עס געוועהן? געב עפעס פרטים, ש'כח.
רעיא מהימנא
שר חמישים ומאתים
הודעות: 266
--------------------------------------------------------------------------------
דורך
leiby אום מאנטאג יולי 19, 2010 1:35 am
רעיא מהימנא האט געשריבן:איך טראכט אפשר צי פארען צי לענקעסטער פענסילוועניא. האט איינער דארטען עקספיריענס? האטעל'ס? עטרעקשענס? וכו'
צום ערשט ווי א יוד פרעגט זיך נאך, אידאך א ביהמ"ד, דארט איז דא א חסידישע ביהמ"ד, מיט א מקוה. דעס איז זייער וועבסייט,
http://ourkehilla.homestead.com/CDI1.htmlדי אדרעס איז:
1120 Columbia Avenue
Lancaster, Pennsylvania 17603
וועגן האטעלס איז דא זייער א גרויסע אויסוואל, איך בין געגאנגען אין
Hawthorn
http://www.hawthorn.com/Hawthorn/contro ... e&tab=tab12045 Lincoln Highway East
Lancaster, PA 17602
(717) 290-7100
אויף יענע ראוד איז דא יעדע 2 מינוט נאך א האטעל,
זימער קומען דארט די לעקוואדע אידן, סאו אליין וועסטו נישט זיין, (נישט צו פיל)
יעצט לגבי עטרעקשאן'ס, אין יענע ביהמ"ד איז דא אויף די וואנט די אלע בראשורן, פין אלע פלעצער ווי מ'קען גיין,
וואס איך ווייס, איז קודם די באקאנטע אמיש טאון, דארט צו גיין לוינט זיך קודם צו גיין צו,
http://www.abesbuggyrides.com/ http://www.800padutch.com/y/abesbuggyrides.htmlABE'S BUGGY RIDES
2596 Old Philadelphia Pike (Rt. 340)
Bird-in-Hand, PA 17505
717-392-1794
זיי געבן דיר א טור צווישן די אמיש מענטשען, זיי גייען אריין אין די הייזער,
איינמאל די ביסט שוין היימיש אין די געגענט קענסטו שוין שפעטער אליין ארום פארן, ס'איז מוראדיג געשמאק אין זייער רואיג, סתם זיך ארום צו דרייען צווישן זיי, די ליפט ברענגט דיר א געוואלדיגע רואיגקייט פילסט דיך ממש ווי אין דער אלטער היים, אן קיין דאגות, (פאר דעם אללין לוינט זיך אהין צו גיין), זיי פארן נאר מיט פערד אין וועגענער, (צווישן די קארס), זיי האלטן זיך זייער באחדות, זיי האבן דעמאלטס געהאלטן ביי 45000 משפחות, זיי וואוינען זייער צושפרייט יעגער פארמאגט ריזיגע פעלדער, אין פארמ'ס.
בקיצור, נאכדעם איז דא נעבן דעם א טשו טשו בארן, קען זיין מער אינטערסאנט פאר קינדער, (אדער אפילו פאר ערוואקסענע ) ס'איז א גאנצע ווילידזש נאר אין קלייין, ס'לוינט זיך צו כאפן א בליק,
http://www.choochoobarn.com/ http://www.800padutch.com/y/choochoobarn.htmlRoute 741 East
226 Gap Road, Strasburg, PA 17579
(717) 687-7911
אויך איז דא דארט א פאטעיטא טשיפ פעקטארי,
http://www.herrs.com/SnackFactoryTours.htmlאיך בין נישט דארט געווען אבער אלע אידן וואס זענען דארט געווען זאגן אז ס'לוינט זיך אהין צו גיין,
אין יעצט די עיקר איז לאנגוואד גארדענס, ס'איז בערך 45 מינוט פין ווי איך בין איינגעשטאנען, אבער די וועג איז זייער א געשמאקע וועג, ווייל מ'פארט רוב צייט צווישן אמיש מענטשן, אין די וועג אליין איז א אטרעקשאן פאר זיך,
http://www.longwoodgardens.org/Longwood Gardens
1001 Longwood Road
Kennett Square, PA 19348
דארט איז דא בערך 11000 מיני פלאנצונגען אין פאונטענס, אין וואס די קענסט נאר טראכטן איבער א בלום אדער א בוים , אויב געדענק איך גוט האט מיר עס געדויערט א טאג, אין איך האב נאכאלץ נישט אלעס געקאווערט,
דעמאלטס האט געקאסט 11$ א טיקעט אריינצוגיין. פאר די וואס גלייכן די זאכן איז ווערט אלע געלטער, (אסאך אידן פארן אהין חוה"מ).
דו האסט נישט די רעכטן צו זעהן די עטעטשמענט
לעצט פאראכטן דורך leiby אום מאנטאג יולי 19, 2010 1:48 am, איין מאל איז עס געווארן פאראכטן
leiby
שר חמישים ומאתים
הודעות: 400
--------------------------------------------------------------------------------
דורך
רעיא מהימנא אום מאנטאג יולי 19, 2010 1:39 am
א גרויסען ישר כח לייבי!
זייער שיין אין אינטערסאנט.
אויב מעגלעך פליז פארעכט די לינק צי די האטעל.
איז אינטערסאנט צי פארען מיט קינדער??
רעיא מהימנא
שר חמישים ומאתים
הודעות: 266
--------------------------------------------------------------------------------
דורך
leiby אום מאנטאג יולי 19, 2010 1:43 am
שוין פארראכטן,
אוודאי איז אינטערסאנט, די אלע לעקוואדע אידן גייען דאך מיט די קינדער,
אויב שוין מיט קינדער לוינט זיך שוין צו גיין צו די באקאנטע הערשי פארק,
http://www.hersheypark.com/100 Hershey Park Dr,
Hershey, PA 17033
leiby
שר חמישים ומאתים
הודעות: 400
--------------------------------------------------------------------------------
דורך
רעיא מהימנא אום מאנטאג יולי 19, 2010 1:45 am
ש'כח נאך אמאל!!
איך האב געטרייט צי זיכען א האטעל מיט א עקסטערע צימער פאר די קינדער, איז דא אזא זאך פאר ביליג וכו'?
רעיא מהימנא
שר חמישים ומאתים
הודעות: 266
--------------------------------------------------------------------------------
דורך
leiby אום מאנטאג יולי 19, 2010 1:47 am
דארט ווי איך בין געווען איז געווען אזאנס, וועגן פרייז ווענדט זיך ווי מ'גייט, דעמאלטס איז געווען די סיזען, אין זיי זענען געווען גאנץ ביליג.
leiby
שר חמישים ומאתים
הודעות: 400