בלאט 10 פון 14

פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 09, 2014 4:56 pm
דורך שוועמל
נישטא אין די גאסן וואס איך זוך. אדרבה לינק אויב יא.
-איך בין א שטאלצער איד און זוכט כשרע קיך, נישט גוי'יש וכו'.

פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 16, 2014 1:41 am
דורך טהור-עיניים
איך ווייס אז עס איז שפעט אינמיטן די נאכט, און צו דעם איז נאך פורים אויך, אבער איך האב נישט קיין ברירה.

איך זוך וויכטיג א פלאץ פאר אנדערהאלבן טאג, דאס הייסט פון דינסטאג די וואך (שמיני, א טאג נאך שושן פורים) צופרי ביז מיטוואך נאכמיטאג. איך דארף האבן א רואיג פלאץ, לכתחילה מיט א שטיקל פלאץ אוטדאור אויך, איך דארף גיין מיט נאך א איד אדורכטאן אן ענין, און נאר די צוויי טאג קען ער עס מאכן.

די פלאץ דארף זיין רואיג און דארף האבן א פלאץ ווי מען קען זיך געהעריג אראפזעצן, שרייבן, עסן (נישט א מאטעל צימער).

עס איז מיר זייער וויכטיג און אויף שוין ווייל איך דארף שוין באלד פארן, אויב איינער ווייסט עפעס וועל איך אים שטארק דאנקבאר זיין.

יישר כח.

פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 16, 2014 1:59 am
דורך verveist
אין װאידרידש פארדינגען דארט עטליכע דירות

פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 16, 2014 2:18 am
דורך טהור-עיניים
וואודרידש איז אביסל צו ווייט לכתחילה, (בדיעבד וועל איך גיין ביז אהין), אבער אפשר האסטו די נאמבערס פאר די פלעצער?

פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 16, 2014 2:41 am
דורך verveist
אויב די טרעפסט עס נישט אין די אידשע דירעקטעריס װעל איך דיר עס ב״נ פארשאפען נאך פורים

פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 16, 2014 2:56 am
דורך בנחיים_שמואלסאן
גיי צו אוישן פלעיס, אין דיעל נוי דשערסי

איך זיך... און זיך... און זיך... און נאכנישט געטראפן!!!

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 12, 2014 9:19 am
דורך זיי געזונט
די לעצטע שטיק צייט זיך איך שוין צו טרעפן א גוטע פלאץ פאר א גוטע שבת וויקאציע און דערווייל האלט איך נאך ביים זיכן, אפשר וועט די עולם דא מיר קענען ארויס העלפן.

איך זיך א פלאץ וואס האט קליינע דירה'לך (באנגעלויס, וכדומה) פון צוויי שטובער, אדער אפילו פון איין שטוב פאר 4 קאפל'ס, דהיינו כאטש פיר קליינע דירה'לך אויפאיינמאל, פארשטייט זיך א שיינע באקוועמע פלאץ.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 12, 2014 9:23 am
דורך פער בריסטאו
אחדות קאנטרי קען זיין אינטערעסאנט? זיי האבן אפאר שיינע באנגעלויס!

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 12, 2014 9:26 am
דורך זיי געזונט
פער בריסטאו האט געשריבן:אחדות קאנטרי קען זיין אינטערעסאנט? זיי האבן אפאר שיינע באנגעלויס!

ווי איז דאס? און וואס איז די נומבער? און בערך ווי סאך בעטן זיי פאר דארנישטאג אין מיטן טאג ביז זונטאג נאכט?

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 12, 2014 9:28 am
דורך פער בריסטאו
זיי געזונט האט געשריבן:
פער בריסטאו האט געשריבן:אחדות קאנטרי קען זיין אינטערעסאנט? זיי האבן אפאר שיינע באנגעלויס!

ווי איז דאס? און וואס איז די נומבער? און בערך ווי סאך בעטן זיי פאר דארנישטאג אין מיטן טאג ביז זונטאג נאכט?

לעבן קרית יואל

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 12, 2014 9:30 am
דורך זיי געזונט
פער בריסטאו האט געשריבן:
זיי געזונט האט געשריבן:
פער בריסטאו האט געשריבן:אחדות קאנטרי קען זיין אינטערעסאנט? זיי האבן אפאר שיינע באנגעלויס!

ווי איז דאס? און וואס איז די נומבער? און בערך ווי סאך בעטן זיי פאר דארנישטאג אין מיטן טאג ביז זונטאג נאכט?

לעבן קרית יואל

ווי קען מען קוקן פאר די נומבער?

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 12, 2014 9:49 am
דורך עקבי הצאן
טאבאקס קאנטרי אין וואודריטש, 434-0102
כ'בין דארט געווען לעצסטענס און זייער הנאה געהאט ב"ה.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 12, 2014 9:51 am
דורך זיי געזונט
עקבי הצאן האט געשריבן:טאבאקס קאנטרי אין וואודריטש, 434-0102
כ'בין דארט געווען לעצסטענס און זייער הנאה געהאט ב"ה.

כ'האב שוין געהערט פון דעם פלאץ, אבער זיי האבן אויך קליינע דירות ווי צוויי שטיבער אדער איין שטוב??
ווי סאך האט עס געקאסט פאר א שבת?

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 12, 2014 10:06 am
דורך עקבי הצאן
בערך 300 פאר דריי טעג, כמיין אז זיי האבן אלע סייזעס.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 12, 2014 10:07 am
דורך שמעק_טאביק
נישט שיין אז א מענטש זאל כסדר רעדן פון 'איך' און 'זיך' נאכאמאל און נאכאמאל......

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 12, 2014 10:31 am
דורך והנה און נון
שמעק_טאביק האט געשריבן:נישט שיין אז א מענטש זאל כסדר רעדן פון 'איך' און 'זיך' נאכאמאל און נאכאמאל......

:lol:
אז מען קען נישט ספעלן...

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 12, 2014 10:44 am
דורך שוועמל
:mrgreen: והנה

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 12, 2014 11:53 am
דורך קרעפטיג
איך האב געזוכט און געזוכט אין שטורעם און אין רעגן...אין גאלדענעם פארנאכטס... אין זילבערנעם פארטאגס...
-------------------------------------------------
איך האב געזוכט און געזוכט... און טרעעעעעערן פלעגן רינען.... כ'האב אזוי געוואלט דיך זען... אזוי געוואלט געפונען...

מבד

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 12, 2014 12:30 pm
דורך פיטום
קויפמאנס אין סוואן לעיק איז לעצטענס זייער אויפגעכאפט, מענטשן זענען זייער צופרידן.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 12, 2014 8:49 pm
דורך כרם
עקבי הצאן האט געשריבן:טאבאקס קאנטרי אין וואודריטש, 434-0102
כ'בין דארט געווען לעצסטענס און זייער הנאה געהאט ב"ה.

איך בין שוין דורט געוועין אפאר מאל זייער אינזשויט

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 12, 2014 8:55 pm
דורך פיטום
איך בין אויך גראדע דארט געווען פאריאר מיט מיין פאמיליע און זיך באמת אויסגעלופטערט, ס'אחז א ריין פלאץ, און די וואק ביז די מקוה און ביהמ"ד גראסערי אין געגענט זייער געשמאק געווען. ב"ה

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 12, 2014 9:26 pm
דורך כרם
פיטום האט געשריבן:איך בין אויך גראדע דארט געווען פאריאר מיט מיין פאמיליע און זיך באמת אויסגעלופטערט, ס'אחז א ריין פלאץ, און די וואק ביז די מקוה און ביהמ"ד גראסערי אין געגענט זייער געשמאק געווען. ב"ה

נישט אויסלאזן הרב מ'וואדריטש שליט"א יסודות הדת וכו'

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 12, 2014 9:54 pm
דורך פיטום
זיין של"ס תורה

זוממער וואקאציע

פארעפענטליכט: שבת יוני 14, 2014 11:52 pm
דורך שמחת החיים
איך זוך אוועקצופארן זוממער פאר צוויי וואכן אן דארפן מיטשלעפן די גאנצע האב און גוטס (בעט געוואנט, עירקאנדישאן וכדו׳) מיט עסן לכתחילה. האטעל/מאטעל סטייל אבער לייטיש און פריש אהערגעשטעלט.

קען מיר עמיצער צוווייזען עפעס? יישר כחכם למפרע!

פארעפענטליכט: זונטאג יוני 15, 2014 12:50 am
דורך קליינקעפיק
מיט אדער אן קינדער?
מיט שמחת החיים זיכער!