בלאט 8 פון 14
איבערשלאפן א נאכט אין די קעטסקילס
פארעפענטליכט: זונטאג אוגוסט 12, 2012 2:13 am
דורך שרייבטאראפ
איך פאר ארויס אי"ה פראווען דעם לעגאלן האלידעי המכונה "וויזיטינג דעי" בלע"ז, און צו פארמיידן דאס זיצן אין טראפיק און דערביי אביסל רעלאקסירן, קלער איך מיר א פלאן בע"ה איבערצושלאפן זונטאג נאכט אין די קעסטקילס.
אלזא איז מיין פראגע, ווי וואלט ווען געווען א געאייגענט ארט, ווי קען מען איבערשלאפן א נאכט אין די קעסטקילס,
און ס'זאל נישט קאסטן צו פיל?
עני איידיעס? ביטע! א דאנק.
פארעפענטליכט: זונטאג אוגוסט 12, 2012 9:36 am
דורך געלעגער
אין וועלכע געגענט איז אייער וויזיטינג דעי סטאנצירט?
פארעפענטליכט: זונטאג אוגוסט 12, 2012 10:58 pm
דורך טראכט גוט וועט זיין גוט
איז דא איינער מיט אינפארמאציע איבער דער chalet האטעל אין וואדבורן?
וואספארא רומס האבן זיי?
פלעיגראונד פאר קינדער?
עסן?
פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 13, 2012 10:03 am
דורך מאנ-יימער
איז דא איינער וואס פארט אויף די וואך שבת צו עמבעסי סוויטס אין פארסיפעני ניו ג'רסי?
אויב איז ער גרייט צו טוהן א טובה ביטע קאנטאקטן אין אישית
יישר כח!
פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 13, 2012 12:50 pm
דורך טראכט גוט וועט זיין גוט
טראכט גוט וועט זיין גוט האט געשריבן:איז דא איינער מיט אינפארמאציע איבער דער chalet האטעל אין וואדבורן?
וואספארא רומס האבן זיי?
פלעיגראונד פאר קינדער?
עסן?
קיינער ווייסט טאקע נישט?
פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 13, 2012 1:44 pm
דורך מאנ-יימער
מאנ-יימער האט געשריבן:איז דא איינער וואס פארט אויף די וואך שבת צו עמבעסי סוויטס אין פארסיפעני ניו ג'רסי?
אויב איז ער גרייט צו טוהן א טובה ביטע קאנטאקטן אין אישית
יישר כח!
ס'איז מיר וויכטיג צו וויסן היינט
איך דארף א (קליינע) טובה, גרייט צו באצאלן
יישר כח
פארעפענטליכט: שבת ינואר 12, 2013 8:23 pm
דורך וואדקע
איז זוך א געשמאק פלאץ ווי עס איז אינטערעסאנט פאר אפאר משפחות אווקצופארן אויף שבת, לכתחילה קארטיטשעס סטייל אבער קען אויך זיין אן האטעל/ מאטעל מיט אדער אן עסען... די עיקר איז אוועק פון די שטאט, א זויבערע רואיגע פלאטץ, נאנט צו א מנין, און די געגענט מוז האבן א כשר'ע עירוב אז מען זאל זיך קענען ארויסרירען דורכאויס דעם שבת, מי מנוחות איז נישט אינטרעסאנט
פארעפענטליכט: שבת ינואר 12, 2013 9:03 pm
דורך מאנ-יימער
ראלי האטעל.
פארעפענטליכט: שבת ינואר 12, 2013 9:19 pm
דורך וואדקע
וויאזוי גייט עס דארט מיט סעודת שבת? זיי שטעלען צו פאר יעדן אויפאמאל? מקען ארויסנעמען א קליינע באל רום צו זיין מער פריוואט?
פארעפענטליכט: שבת ינואר 12, 2013 9:31 pm
דורך ק.נ.א. וועטער
אין וואודבערן איז דא א הערליכע ווינטערייזט הויז מיט א מקוה און שוויץ און א ביהמ"ד אלעס אינעם זעלבן בנין.
ס'איז דא דארט פלאץ צו שלאפן פאר ארום 10 קאפל'ס מיט קינדער.
עסן דארף מען אליינס ברענגען.
פארעפענטליכט: שבת ינואר 12, 2013 10:44 pm
דורך תרגום יונתן
מאנ-יימער האט געשריבן:ראלי האטעל.
געווען און הנאה געהאט.וואדקע האט געשריבן:וויאזוי גייט עס דארט מיט סעודת שבת? זיי שטעלען צו פאר יעדן אויפאמאל? מקען ארויסנעמען א קליינע באל רום צו זיין מער פריוואט?
זיי האבן א גרויסע עס-זאל וואס ווערט צעטיילט מיט מחיצות לויט'ן פארלאנג, פריוואט אדער משפחות צוזאמען.
פארעפענטליכט: שבת ינואר 12, 2013 11:33 pm
דורך ווער בין איך?
איך האב אמאל געדינגען 'דער דערפל' אין עלענוויל.
איך ווייס נישט אויב זיי זענען נאך אפן. איך זעה אז זייער
וועבסייט איז שוין נישט אקטיוו.
פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 13, 2013 10:26 am
דורך ק.נ.א. וועטער
ק.נ.א. וועטער האט געשריבן:אין וואודבערן איז דא א הערליכע ווינטערייזט הויז מיט א מקוה און שוויץ און א ביהמ"ד אלעס אינעם זעלבן בנין.
ס'איז דא דארט פלאץ צו שלאפן פאר ארום 10 קאפל'ס מיט קינדער.
עסן דארף מען אליינס ברענגען.
די פלאץ הייסט valet villa
The Villa includes:
- Well-designed Living Room with contemporary couches
- Grand Stone Brick indoor Fire-Place
- Magnificent Huge Dining Room
- Spacious Designer Wood Kitchen with granite
- Double-door Refrigerator with ice maker
- Shul with fully stocked Seforim
- Brand New Indoor Kosher Mikvah
- Steam Room with showers
- Luxurious Jaccuzzi with multi-function options in Master Bedroom
- Towel Warmer (coming soon)
- 12 Beautiful Bedrooms in total
- Additional Beds or Baby Cribs available
- Playroom with fully stocked toys to keep your kids busy all day long
זייער וועבזייטל
http://www.valetvilla.com
Re: איך זוך א פלאץ פאר וואקאציע
פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 13, 2013 12:44 pm
דורך ל.רוזן
איך וואלט געוואלט וויסען מער פרטים אויף מי מנחות אין קרית יואל
Sent from my SPH-M580BST Using ForumTouch for Android
פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 13, 2013 1:32 pm
דורך משזר
ק.נ.א. וועטער האט געשריבן:ק.נ.א. וועטער האט געשריבן:אין וואודבערן איז דא א הערליכע ווינטערייזט הויז מיט א מקוה און שוויץ און א ביהמ"ד אלעס אינעם זעלבן בנין.
ס'איז דא דארט פלאץ צו שלאפן פאר ארום 10 קאפל'ס מיט קינדער.
עסן דארף מען אליינס ברענגען.
די פלאץ הייסט valet villa
The Villa includes:
- Well-designed Living Room with contemporary couches
- Grand Stone Brick indoor Fire-Place
- Magnificent Huge Dining Room
- Spacious Designer Wood Kitchen with granite
- Double-door Refrigerator with ice maker
- Shul with fully stocked Seforim
- Brand New Indoor Kosher Mikvah
- Steam Room with showers
- Luxurious Jaccuzzi with multi-function options in Master Bedroom
- Towel Warmer (coming soon)
- 12 Beautiful Bedrooms in total
- Additional Beds or Baby Cribs available
- Playroom with fully stocked toys to keep your kids busy all day long
זייער וועבזייטל
http://www.valetvilla.com
עס באלאנגט פאר יודען? איזעס א כשרע פלאץ?
פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 13, 2013 1:42 pm
דורך ק.נ.א. וועטער
באלאנגט פאר היימישע אידן (דאכט זיך אז די בעלי בתים זענען סאטמארע אידן)
פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 13, 2013 4:36 pm
דורך פריילאך
VALET VILA איך אין נייטרא יונגל קעמפ. באלאנגט פאר משפחת גרינהוט.
מי מנוחות איז גאר א געשמאקע רואיגע אפרו פלאץ ביים ווינקל פון קרית יואל. שטעלט צו פיינע סעודות וכו'.
פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 03, 2013 8:33 pm
דורך רבניש
איז סיי ווער באקאנט דא מיט א וואקאציאנען ביי די ווארימע אינזלען?
אויב יא ביטע שיקט אונטער עפעס לינקים
פארעפענטליכט: זונטאג יוני 23, 2013 12:59 pm
דורך מחזור
פריילאך האט געשריבן: דורך פריילאך » זונטאג ינואר 13, 2013 4:36 pm
VALET VILA איך אין נייטרא יונגל קעמפ. באלאנגט פאר משפחת גרינהוט.
וואס איז די נאמבער?
ווי נאך איז דא א חסידיש פלאץ מיט עסן?
פארעפענטליכט: זונטאג יוני 23, 2013 1:26 pm
דורך שנאפס
סאטמאר ב"פ קעמפ בנות סאטמאר
איך בין דארט געווען פאראיאר און זייער הנאה געהאט
פארעפענטליכט: זונטאג יוני 23, 2013 3:58 pm
דורך מידער
כ'טראכט פון א וויקאציע, ליינעך דורך דעם אשכול, צו מאכן א סך הכל האבעך אפגעשריבן א ליסטע פון די ערטער וואס מ'דערמאנט דא (לכתחילה האב איך געוואלט מאכן א סך הכל פון די נאטיצן אויך, אבער די צייט איז אויסגעלאפן.)
נישט ווייט:
בעל הארבער
עדיסאן, ניו דזשורזי
פערסיפעני, ניו דזשערזי - עמביסי סוויטס
לעיקוואוד
לאנג ביעטש (דיעל), ניו דזשערזי - אושען פלעיס
פליישמאנס
ווייטערע פלעצער:
ניו העמפשיר - שערמאן אין, לון מאונטעימס, העמפטאן אין
ניופארט, ראוד איילענד
לעיק דזשארדזש
פאוקענאוס
דזשימיני פיעק
נייעגרע פאלס
לאנקעסטער, פענסילוויניע
פארעפענטליכט: זונטאג יוני 23, 2013 6:30 pm
דורך פ' לך לך
כ'זיך אינפארמאציע איבער גיין צו די האנטער מאונטעינס, איז איינער שוין דארט געווען? ווי איז גוט איינצושטיין? מנין? וכו'
פארעפענטליכט: זונטאג יוני 23, 2013 6:37 pm
דורך תרנגול
וואדקע האט געשריבן:איז זוך א געשמאק פלאץ ווי עס איז אינטערעסאנט פאר אפאר משפחות אווקצופארן אויף שבת, לכתחילה קארטיטשעס סטייל אבער קען אויך זיין אן האטעל/ מאטעל מיט אדער אן עסען... די עיקר איז אוועק פון די שטאט, א זויבערע רואיגע פלאטץ, נאנט צו א מנין, און די געגענט מוז האבן א כשר'ע עירוב אז מען זאל זיך קענען ארויסרירען דורכאויס דעם שבת, מי מנוחות איז נישט אינטרעסאנט
מיר זענען געווען דעם שבת עטליכע משפחות אינאיינעם אין האנטער נ. י., אין
דעם מאטעל, ס'איז געווען באמת גאר געשמאק, מיין צימער איז געווען גאנץ גרויס און באקוועם, אפשר נישט די שענסטע אבער די view איז געווען עפעס נורא נוראות, ס'האט געקאסט $100 א נאכט, 200 אויף איבער שבת, צו עסן האבן מיר מיטגעברענגט און די מאטעל האט אונז געגעבן א גרויסע צימער ווי צו עסן פאר אומזיסט. א מנין איז פארהאנען נישט ווייט, בערך 7-8 מינוט אוועק אין די שטאטישע שוהל. מיר האבן באמת שטארק הנאה געהאט. פאר מער פרטים קען מען מיר פרעגן אין אישי.
פארעפענטליכט: זונטאג יוני 23, 2013 6:43 pm
דורך תרנגול
אה הרב לך לך כ'האב אפילו נישט באמערקט אייער פראגע, על דא אמר הכתוב: דשינקס!
פארעפענטליכט: זונטאג יוני 23, 2013 7:12 pm
דורך פ' לך לך
על דא אמר הכתוב: השגחה פרטיות, המשך לפי בקשתך באישית