בלאט 7 פון 14

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אפריל 19, 2012 1:04 pm
דורך חייקל
תרגום יונתן האט געשריבן:האט איינער אינפארמאציע אויף 'מי מנוחות' אין קרית יואל?
ס'איז מיר נאך נוגע פאר היינט. בתודה למפרע.


מיין שוואגער איז שוין געווען דארט עטליכע מאל און שטארק הנאה געהאט, עס איז זייער רואיג, און זייער היימיש, ער פרובירט יעדן צופרידנצושטעלן, די עסן איז געשמאק, מ'עסט נישט אלע אינאיינעם, נאר יעדער אין זיין צימער.

עס פארמאגט נישט קיין סאך צימערן, זיי פרובירן צו מאכן מנין אויפ'ן פלאץ, אבער נישט שטענדיג איז דא, ס'איז וואקינג דיסטענס צו עטליכע בתי מדרשים, זיי האבן א שווים באסיין, א אפגעזונדערטע שפאציר גארטן מיט טישלעך.

אז דו ווילסט וויסן עפעס בפרטית, פרעג דא אדער אין אישית, כ'וועל איהם בל"נ אנפרעגן. און דיר ענטפערן.

איך האט א פארשלאג!
מ'זאל עפענען א באזונדערע "טראוועל" אפטיילונג, וואלט געמאכט גרינגער צו טרעפן די אלע אשכולות איבער טרעוועל, וואקאציע, א.ד.ג.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אפריל 19, 2012 1:41 pm
דורך זייער נייגעריג
חייקל האט געשריבן:איך האט א פארשלאג!
מ'זאל עפענען א באזונדערע "טראוועל" אפטיילונג, וואלט געמאכט גרינגער צו טרעפן די אלע אשכולות איבער טרעוועל, וואקאציע, א.ד.ג.

אויף דערווייל איז עס אפגעטיילט אויפן מפתח.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אפריל 19, 2012 1:47 pm
דורך תרגום יונתן
שכח פאר אלע וואס האבן געהאלפן, פריוואט און פובליק.

פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 25, 2012 2:14 pm
דורך חייקל
תרגום יונתן האט געשריבן:שכח פאר אלע וואס האבן געהאלפן, פריוואט און פובליק.


אויב דו קענסט שרייב א באריכט וויאזוי ס'איז געווען.

וועגן "מי מנוחות" איז כדאי צו וויסן, אז זיי פילן זיך שנעל אן יעדע וואך, אויב קלערט איינער צו גיין, דארף מען מאכן רעזערוואציעס אנהויב וואך.

פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 25, 2012 2:23 pm
דורך ראזי
תרגום יונתן האט געשריבן:מ'האט שוין אנגעפרעגט אויבן אן קיין צופרידנשטעלנדן אנטווארט.

האט איינער אינפארמאציע אויף 'מי מנוחות' אין קרית יואל?

ס'איז מיר נאך נוגע פאר היינט. בתודה למפרע.

וואס איז זייער נאמבער?

פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 25, 2012 2:35 pm
דורך חייקל
מי מנוחות ריזארט 845-662-5730

פארעפענטליכט: פרייטאג יוני 22, 2012 11:35 am
דורך תרנגול
האט עמיצער אפשר אינפארמאציע איבער jiminy peak אין מאסאטשוסעטס? איך האב געהערט אז לעצטנס גייען אסאך אידן דארט במשך דעם זומער.

פארעפענטליכט: זונטאג יוני 24, 2012 2:20 pm
דורך דערציילער
איך האב א בר מצווה אין די קאנטרי זונטאג JULY 1,2012
איך גיי פארן מיט מיין גאנצע פאמיליע. (5 קינדער)
איך האב געטראכט אז אויב קען איך פארן פאר שבת פאר נישט א טייערע פרייז וואלט איך עס געטוען.
קען מיר איינער ארויסהעלפען?

פארעפענטליכט: זונטאג יוני 24, 2012 2:50 pm
דורך געלעגער
איך זע עדווערטייזט אז אין ניו העמפשער גייט זיין דאס ערשטע מאל א האטעל וואס שטעלט צו עסן. די האטעל הייסט sunflower
איז דאס א באטעמטע האטעל?

פארעפענטליכט: זונטאג יוני 24, 2012 5:46 pm
דורך מידער
סטרולאוויטש שטעלט דען נישט צו קיין עסן?

פארעפענטליכט: זונטאג יוני 24, 2012 7:20 pm
דורך דערציילער
דערציילער האט געשריבן:איך האב א בר מצווה אין די קאנטרי זונטאג JULY 1,2012
איך גיי פארן מיט מיין גאנצע פאמיליע. (5 קינדער)
איך האב געטראכט אז אויב קען איך פארן פאר שבת פאר נישט א טייערע פרייז וואלט איך עס געטוען.
קען מיר איינער ארויסהעלפען?


קיינער ווייסט נישט פון גארנישט?

פארעפענטליכט: זונטאג יוני 24, 2012 7:31 pm
דורך אזוי צו אזוי
מידער האט געשריבן:סטרולאוויטש שטעלט דען נישט צו קיין עסן?


לפי ידועתי איז סטראלאוויטש א פארגאנגענהייט, די טאון אף בעלעהעם האט אפגעשפארט דעם האטעל, (מסתמא צוליב אלטקייט)

פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 25, 2012 1:43 pm
דורך פארדינט
אזוי צו אזוי האט געשריבן:
מידער האט געשריבן:סטרולאוויטש שטעלט דען נישט צו קיין עסן?


לפי ידועתי איז סטראלאוויטש א פארגאנגענהייט, די טאון אף בעלעהעם האט אפגעשפארט דעם האטעל, (מסתמא צוליב אלטקייט)


יאפ! אזוי געהערט פון א משפחה מיטגליד, ס'איז א פארגאנגעהייט.

פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 25, 2012 2:12 pm
דורך שנאפס
נישט אפגעשפארט ממש, נאר זיך אויסגענומען אזעלכע תנאים אז עס לוינט מער נישט צו עפענען

ר' פנחס מילך זאגט ער גייט אהין דאס יאר אויף א טריי-אוט אויב דער עולם וועט נאך קומען, אויב נישט גיבט ער אויף זיין פאזיציע..

פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 25, 2012 5:29 pm
דורך שמעק_טאביק
ר' פנחס מיילעך אדווערטייזט אז מען קען ארויסנעמען ביי אים פרישטאג'ס און נאכטמאל, א_ווי א געהעריגע טעיק אוט....

מען קען גיין אין די קליינע קאטעדזשעס, נישט ווייט פון פנחס מיילעך'ס ביהמ"ד, אדער זענען פאראן עטליכע האטעלן ארינגס און ארום (נישט צו נאנט).

פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 16, 2012 1:35 pm
דורך שנאפס
שמעק_טאביק האט געשריבן:ר' פנחס מיילעך אדווערטייזט אז מען קען ארויסנעמען ביי אים פרישטאג'ס און נאכטמאל, א_ווי א געהעריגע טעיק אוט....



טאקע? פרוביר נאר צו בעטן אביסל מער זאלץ אדער א עקסטערע נעפקין...

שמעק_טאביק האט געשריבן:
מען קען גיין אין די קליינע קאטעדזשעס, נישט ווייט פון פנחס מיילעך'ס ביהמ"ד, אדער זענען פאראן עטליכע האטעלן ארינגס און ארום (נישט צו נאנט).


די קליינע קאטעדזשעס זענען געווענליך שוין פארדינגען ביז סוף זומער, די אנדערע האטעל נעבן שוהל "שערמאן אין" קען מען גיין אבער מדארף האבן א גוט הארץ און טיילן דאס פלאץ מיט די קריכעדיגע

עס איז דא נאך האטעלס אבער נישט וואלקינג דיסטענס, ארום 5 מינוט מיט א קאר

Re: איך זוך א פלאץ פאר וואקאציע

פארעפענטליכט: דינסטאג יולי 17, 2012 2:40 pm
דורך ל.רוזן
איך וואלט געוואלט פאהרן צוויי- דריי טעג ערגעץ נאנט (וויי מ'קען אנקומען מיט פאבליק טרענספאטציא) אן די קינדער אביסל זיך אויסצוליפטערן, ביטע ריספאנדען

Sent from my SPH-M580BST Using ForumTouch for Android

פארעפענטליכט: דינסטאג יולי 17, 2012 5:33 pm
דורך leiby
טרעין הייסט פאבליק טראנספארטאציע?

Re: איך זוך א פלאץ פאר וואקאציע

פארעפענטליכט: דינסטאג יולי 17, 2012 5:42 pm
דורך ל.רוזן
יא, האסט עפעס אין מיינד- אדער ביסט סתם געווען נייגעריג וואס טייטש פאבליק טרענספאטעשין

Sent from my SPH-M580BST Using ForumTouch for Android

פארעפענטליכט: דינסטאג יולי 17, 2012 6:06 pm
דורך leiby
ווייל אפילו צו ראוד איילענד קען מען גיין מיט א טרעין, ווענד זיך וואס הייסט ווייט.

פארעפענטליכט: זונטאג אוגוסט 05, 2012 7:25 pm
דורך אוי טאטי
געלעגער האט געשריבן:איך זע עדווערטייזט אז אין ניו העמפשער גייט זיין דאס ערשטע מאל א האטעל וואס שטעלט צו עסן. די האטעל הייסט sunflower
איז דאס א באטעמטע האטעל?


עס איז נישט קיין האטעל מיטן נאמען סאנפלאער, עס איז א טור מיטן נאמען סאנפלאוער.

זיי שטייען איין אין א בעסט וועסטרען האטעל.

דערווייל איז עס מוראדיג גוט צוגעשטעלט לאמיר האפן אויף ווייטער!

פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 06, 2012 10:01 am
דורך שנאפס
איז דא דארט ווייפיי??

פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 06, 2012 10:18 am
דורך אוי טאטי
שנאפס האט געשריבן:איז דא דארט ווייפיי??
:lol:

פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 06, 2012 10:35 am
דורך משזר
חושד בכשרים.

פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 07, 2012 10:03 am
דורך קורץ און שארף
פאר די לעצטע וואך פונעם זוממער וויל איך אוועקפארן מיט די גאנצע פאמיליע. איין וואך אבער א גאנצע וועקעישן. דאס הייסט דער פלאץ זאל האבן בעט געוואנט, און עסן {אדער מען קען קויפן כשר עסן נישט ווייט}.

און פארשטייט זיך עס זאל זיין נעבן א שול-מקוה.

ערגעץ אין ניו יארק סטעיט.

פליז, עני סוזשעסטשענס?