בלאט 6 פון 14

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 08, 2011 4:10 pm
דורך טהור-עיניים
אזוי אויך, וועלכע וועב סייט איז גוט צו טרעפן האטעל צימערן פאר ביליג.

איך ווייס פון פרייס ליין, אבער איך גלייב עס זענען דא נאך.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 08, 2011 8:59 pm
דורך טהור-עיניים
נאך אזוי פיל שעה האט נאך קיינער גארנישט געטראפן וואס צו שרייבן? זעהט אויס אז נישט...

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 08, 2011 9:18 pm
דורך ווער בין איך?
איך בין געוועהן איינמאל אין די מאריעט אין פארסיפעני ניו דזשערסי. 99 דאללער א נאכט מיט א דשיקוזי אין שטוב. זיי האבן א סווימינג פול וואס איך האב נישט גענוצט.
http://www.marriott.com/hotels/travel/e ... arsippany/
זיי האבן אבער גארנישט עוועילעבל אויף קומענדיגע וואך זונטאג (9/11)
איך ווייס נישט אויב ס'נאך אלס דער פרייז

פארעפענטליכט: פרייטאג ספטמבר 09, 2011 9:37 am
דורך טהור-עיניים
קאר אינשורענס האט געשריבן:
ב.ד.וו. האט איינער אפשר עקספיריענס מיט gold mountain resort אין עלענוויל ?
דא איז א רעכטע (לייען: לינק)


די וועבסייט ארבעט, אבער דער נאמבער נישט, האט איינער עני השגה איבער דעם פלאץ?

פארעפענטליכט: פרייטאג ספטמבר 09, 2011 2:31 pm
דורך ארט און מוזיק
טהור-עיניים האט געשריבן:
קאר אינשורענס האט געשריבן:
ב.ד.וו. האט איינער אפשר עקספיריענס מיט gold mountain resort אין עלענוויל ?
דא איז א רעכטע (לייען: לינק)


די וועבסייט ארבעט, אבער דער נאמבער נישט, האט איינער עני השגה איבער דעם פלאץ?

געזעהן די וועב זייטל, אזא מיאוסע טעיסט צו האבן?

פארעפענטליכט: שבת ספטמבר 10, 2011 10:59 pm
דורך טהור-עיניים
מילא די טעיסט, עס קוקט מיר אבער אויס אז דער גאנצער פלאץ עקזיסטירט שוין נישט.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 17, 2011 6:18 pm
דורך ohrchodosh
א חבר מיינע זאגט מיר אַז ער ווייסט יונגעלייט וואס גייען אין איינער פון די היגע האטעלס ​​אין די מאנסי געגנט, ווער עס טוט האָבן עקספּיריענס מיט דעם??

פארעפענטליכט: מאנטאג נובמבר 21, 2011 6:03 pm
דורך ohrchodosh
זעט אויס אז דר'עולם גייט נישט אויף וואקאציע....

פארעפענטליכט: פרייטאג נובמבר 25, 2011 1:51 pm
דורך באשובמים
עס אונז וואויל באקאנט די פראבלעם פין וויסן פון פאראויס ווען מקען אוועק פארן (צי קענען כאפן מציאות)

איינמאל האט זיך עס געלוינט . .

זייער א פראקטישע און גיטע אפפ פאר אונזער היימישע יודילעך
קוקס דא ..דא האט איר פונ'ם מחבר אליינס
און אפילו אביסל טאשן געלט אויכעט ...

* Book same-day hotel stays with last-minute rates up to 70% off
* 10-second booking once you've set up your account
* Book until 2am - hours after the big travel sites have closed for the night

You'll get $25 in credits when you use this link to sign up:

http://www.hoteltonight.com/invite/sgross

You can also download and sign up from our iPhone/iPad app Or for Android device

Enter this invite code on the app for your $25 in credits: sgross

דאס איז געמאכט פאר די חברי הקרעטשע מען עפענט אויף די געשעפט אום 12 מיטאג נאכן לחיים ..

וואקאציע אין נ.י.

פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 14, 2012 8:29 am
דורך גולם
אויפן פאלאסיידס אויפן וועג פון נ.י. צו ניו זשערסי איז דא אפאר פלעצער. ווי מען קען זיך אויסלופטערן און יעך האב געהאט א פיינעם עקספיריענס דארט
אויך אין בעער מאונטענס קען מען זיך פיין אפרוען כאב שטארק הנאה געהאט דארט

פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 14, 2012 2:16 pm
דורך אלס פארשטייער
גולם האט געשריבן:אויפן פאלאסיידס אויפן וועג פון נ.י. צו ניו זשערסי איז דא אפאר פלעצער. ווי מען קען זיך אויסלופטערן און יעך האב געהאט א פיינעם עקספיריענס דארט
אויך אין בעער מאונטענס קען מען זיך פיין אפרוען כאב שטארק הנאה געהאט דארט

מנין?

פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 14, 2012 2:17 pm
דורך משה'עלע
איך נעם וואקציע און קרעטשמע עס ליפטערט גוט אויס סטוט די דזשאב

פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 14, 2012 2:18 pm
דורך אלס פארשטייער
משה'עלע האט געשריבן:איך נעם וואקציע און קרעטשמע עס ליפטערט גוט אויס סטוט די דזשאב

די בני בית איז עפעס א ראזינקע?

פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 14, 2012 3:16 pm
דורך בלעקבערי פען
מען קען איר שיקען און מאנהעטען מיט די קרעדיט קארטעל און דאס וועט זיי זין דאס בעסטע

פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 14, 2012 3:24 pm
דורך שמעק_טאביק
בלעקבערי פען האט געשריבן:מען קען איר שיקן אין מאנהעטן מיט די קרעדיט קארטל, און דאס וועט זיי זיין דאס בעסטע


דו האסט נאך קרעדיט?

אנלימיטעד?

דיין ב"ב ווייסט ווען צו סטאפן ווען זי האט די געלעגנהייט צו סווייפן?.....

פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 14, 2012 3:28 pm
דורך בלעקבערי פען
ווען עס גייט שוין נישט מער דוירעך ווייסט מען אז עס איז שוין צייט צו סטאפען

פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 14, 2012 3:44 pm
דורך גולם
אלס פארשטייער האט געשריבן:
גולם האט געשריבן:אויפן פאלאסיידס אויפן וועג פון נ.י. צו ניו זשערסי איז דא אפאר פלעצער. ווי מען קען זיך אויסלופטערן און יעך האב געהאט א פיינעם עקספיריענס דארט
אויך אין בעער מאונטענס קען מען זיך פיין אפרוען כאב שטארק הנאה געהאט דארט

מנין?

כאב נישט געהאט קיין צייט פריער האבעך נישט אראפ געלייגט דעם ענין ווי ס'דארף צו זיין;דע מעשה גייט אזוי;אין א שיינעם דאנרשטיג צופרי צווישן פסח און שבועות האבעך זעך אריינגעזעצט אין קאר מיט ס'ווייב ארויסגעפארן פון ב"פ אויפן וועג האמיר געמאכט א סטאפ אין כולל סופערמארקעט איינגעקויפט צידה לדרך און צרכי שבת 2 באקסעס און מ'זעמיר ארויף אויפן פראספעקט פון דאנעם דורכ'ן בעטערי טונעל צום עף די אר און דאן צום וואשינגטאן בריק פון דארט האמער גענומען דעם פאלאסיידס; יעצט אויפן פאלאסיידס איז דא אזעלכע פלעצער ווי מען קען זיך אפרוען מען פארט אריין און מען פארק דאס קאר און ס'דא דארט שטיינער אויף וואס מען זעצט זיך אראפ און מען האט א הערליכע אויסקוק צום האדסאן ריווער און מען קען זען קעגן איבער ווי טרעין פארן דארט בקיצור א הערליכע וויא
דארט האמיר זיך אוועקגזעצט געגעסן לאנטש און לופט איז געווען מורא'דיג

המשך יבוא בעזה"ש

פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 14, 2012 5:39 pm
דורך גולם
נאכן פיין אפרוען זעמיר ווייטער געפארן צום אנדערן אפרו פלאץ אויפן פאלאסיידס וואס איז סאך גרעסער פון דע אנדערע דריי דארטן איז דא א ריזיגער פארקינג לאט האמער זעך פארקירט דארט און ווידער האמער געהאט זייער א שיינעם וויא אויסקוק צום האדסאן,דארטן איז דא גענוג טישן און בענק צום זיצען' און דער עיקר וואס דער אפרו פלאץ איז אנדערש איז ס'דארט דא א ריזיגע וועג אויס געפלאסטערט ווי מען קען שפאצירן ממש אפאר מייל ,
האמיר זעך מיטגענומען א באטל וואסער און ארויסגעלאזט אויפן וועג אינמיטן וועג איז דא וועגן אריין אין וואלד אריין אזוי ווי אין יונגעל קעמפ אין נעפאנעק פאר ווער ס'געדענקט דע עף די אר מיט דע קעי טי עיטש אבער דארט בינעך נישט אריין ווייל כאב מיט גענומען מיין בעיבי אין קעריטש אזוי האמיר געוואקט און געוואקט א גוטע האלבע שעה בארג אראפ ביז אונז האמער געטראפן א טיש און באנק מ'האמיר זעך אפגערוהט א שטיקל צייט און מ'האמיר זיך ארויס געלאזט אויפן וועג צוריק דע וועג צוריק איז געווען אביסעלע שווערער סיי ווייל מיר האבן שוין געוואקט א האלבע שעה און סיי ווייל סיז א בארג ארויף שוין ענדליך זעמיר אנגעקומען צוריק צום שפיץ דארטן איז דא א טרייפענע רעסטוראנט זעמיר דארט אריינגעגאנגען געפרעגט וואו זייער בית הכסא איז;נאכדעם האמער געקויפט א באטל וואסער וועגן מונע זיין א חילול השם' און מיר זעמיר געפארן ווייטער
המשך יבוא בעזרת השם

נ.ב. אויב איינער ווייסט וויאזוי דע אפרו פלעצער ווערט אנגערופן וויאויך אויב זיי האבן א וועבסייט זאל פליז אהינלינקן

פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 14, 2012 5:40 pm
דורך שמעק_טאביק
אהא. יעצט רעדסטו (נישט ווי א ליימענע גולם). האבעך שוין אויך געהאט די זכי' דארט צו זיין פאר עטליכע יאר צוריק.

אבער דאס ווערט אנגערופן זיך אויסצולופטערן. נישט א וואקאציע. בפרט אז דאס איז אין פאבליק, געגעסן בפני כל קהל עם ועדה.

המשך יבא זאגסטו? האסט נאך עפעס געטון דארטן אויסער געגעסן און זיך אפגערוהט און גענאסן פון די פרישע לופט און די שיינע וויא, און דערנאך שפאצירט? דאס קען שוין זיין אינטערעסאנט.

עס הייסט Scenic View. מען קען עס זעהן ווען מען פארט אדורך אויפן פאליסעידס. אסאך מאל ביינאכט זענען זיי פארשלאסן.

פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 14, 2012 7:10 pm
דורך גולם
שוין זעמיר ווייטער געפארן צום פאלאסיידס מאאל דארט זעמיר געגאנגען שאפינג מיטן קרעדיט קארד כנ"ל און אויך האמער זיך דארט צוגעקוקט ווי אפאר מענטשן גייען סקעיטינג דערנאך זעמיר ווייטער געפארן קיין מאנסי דארטן האמיר געגעסן סאפיר אינעם רעסטוארנט אויפן 59 נעבן דעם געוועזנעם פעטמארק דערנאך האמער געדאווענט מנחה אין סאטמאר ביהמ"ד נאכן דאווענען זעמיר ארויף אויפן טרואוועי אריין צום סעווענטין זעמיר ארויס געפארן ביי עקזיט 109 און מ'זעמיר צוגעפארן צו באוואוסטן טאבאק'ס האטעל
אריינקומענדיג האט אונז אפגעווארט א געשמאקע דירה'לע וואס איז באשטאנען פון א שיינע סייז קאך און 1 בעדרום האמיר זיך אויסגעפאקט

המשך יבוא

פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 14, 2012 8:25 pm
דורך גולם
נאכן אויספאקן זעמיר אראפ געפארן צו ר' יצחק לעבאוויטש דאווענען מעריב סע נישט געווען קיין מנין זעמיר געפארן דאווענען מעריב צו דע ישיבה אף מאונטענדעיל צוריקגעפארן געליינט קרי"ש און זיך אריינגעלייגט אין בעט שלאפן איך דארף איך נישט זאגן אז נאך אזא טאג בינעך געווען גוט אויסגעמוטשעט און איך בין גלייך איינגעשלאפן
אויפצומארגנס זעמיר אןיפגעשטאנען געפארן צו ר' יצחק לעבאוויטש'ן אין מקוה דערנאך זעמיר צוריק געפארן אין קאנטרי צאמגעקראצט א מנין און זעך געשטעלט דאווענען פארן בוכ"ע
המשך יבוא אי"ה

פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 15, 2012 6:20 pm
דורך טהור-עיניים
אבער איין זאך האסטו אויסגעלאזט, די רוהיגקייט וואס דארט איז דא, איז נישט דא אין שטאט, און אויך נישט אין מאנסי מאנדראו. און דאס האסטו שוין געדארפט שפירן דעם ערשטן נאכט.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אפריל 19, 2012 10:56 am
דורך תרגום יונתן
מ'האט שוין אנגעפרעגט אויבן אן קיין צופרידנשטעלנדן אנטווארט.

האט איינער אינפארמאציע אויף 'מי מנוחות' אין קרית יואל?

ס'איז מיר נאך נוגע פאר היינט. בתודה למפרע.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אפריל 19, 2012 12:05 pm
דורך צים פינטעל
וועלכע אינפארמאציע ספעציפיש?

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אפריל 19, 2012 12:31 pm
דורך תרגום יונתן
איך קלער פון וויילן דארט דעם שבת. איך וויל וויסן צו ס'איז א גוט פלאץ און ווערט דאס געלט.

אדרבה, אויב ווייסט איר פון מער ספעציפישע דעטאלן וואס איז גוט צו וויסן ביים אהינגיין, איז נאך בעסער.