בלאט 1 פון 1

סוכה אין א גאראדש

פארעפענטליכט: זונטאג אוגוסט 02, 2009 8:03 am
דורך געשמאקער
מסתם קיקסטו מיך אן ווי א האן אין בני אדם ווי ס'קומט דא אריין סוכות אזוי אינמיטען זיצען אויפן נאגאט (ליגען בענקל בלע"ז) אין די קאנטרי, אבער אז מ'געטצעך איין דריי האלט מען שוין ביי שמחת בית השואבה,

נא ! לאז מיך שוין קומען צום ווארט,

איך האב א גאראדש וואס איך וויל דארט מאכען מיין סוכה, אבער די ווענט זענען פון קאנקריט אין מ'קען נישט אריין סטעפלען קיין נוי סוכה, איז וואס איז די בעסטע און ביליגסטע זאך/איידיע צו לייגען אויף די ווענט פון אויבען ביז אינטען אז מ' זאל קענען לייגען גרינג נוי סוכה און ס'זאל אויסקוקען ווי א סוכה און נישט ווי קיין גאראדש,

שכח פון פאראויס

פארעפענטליכט: זונטאג אוגוסט 02, 2009 8:48 am
דורך ליינער
ס'איז דא צובאקומען היינט שיינע דעקארעיטעד ליילעכער מיט כמו(טערקיש) עכטע שטערענס און נוי סוכה

פארעפענטליכט: זונטאג אוגוסט 16, 2009 4:44 am
דורך געשמאקער
איך וויל אבער הענגען גהעריגע נוי סוכה, און אזוי אויך מיין וואנט איז נישט גראד וויל איך ארויפלייגען פענעלס אדער הארטע פלעסטיג , וואס איז די בעסטע איידיע?

פארעפענטליכט: זונטאג אוגוסט 16, 2009 4:58 am
דורך אנאנימער
קויף ריזיגע שטיקער ווייניל און טשוואק עס אריין אויבן און אונטן, און אויפדעם קענסטו שוין קלעבן וואס די ווילסט...

פארעפענטליכט: זונטאג אוגוסט 16, 2009 5:16 am
דורך געשמאקער
אנאנימער האט געשריבן:קויף ריזיגע שטיקער ווייניל און טשוואק עס אריין אויבן און אונטן, און אויפדעם קענסטו שוין קלעבן וואס די ווילסט...

שכח, אבער וואס איז ווייניל, און ווי אזוי קען איך אריין נאגלען אין קאנקריט? און איז דאס ביליג?

פארעפענטליכט: זונטאג אוגוסט 16, 2009 11:05 am
דורך אנאנימער
די ווייניל קען מען קויפן פאר סוכות גרויסע שטיקער ביי די יארד.

עס איז א שיין שטיקל סחורה אזוי ווי עס פלעגט זיך אמאל פארקויפן קווילטינג איז מען אויפגעקומען אז א גרויס שטיקל סחורה איז שיין אויך, האט מען אנגעפאנגען פארקויפן דינע שיינע.

היות עס איז איינס אדער צוויי גרויסע שטיקער קענסטו אריינהאקן מיט די ספעציעלע נעגל וואס קומט פאר קאנקריט ווייל אזוי דארפסטו נישט האקן צופיל און עס קען בלייבן לשנה הבא

איך אז עס קאסט נישט טייער.

פארעפענטליכט: זונטאג אוגוסט 16, 2009 1:13 pm
דורך געשמאקער
ווי אזוי הייסט עס אין ענגליש?

פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 18, 2009 12:00 pm
דורך הערשי קניהויז
דא רעדט מען ארום וועגן קווילטינג

http://www.yiddishworld.com/forum/index ... =viewtopic

פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 18, 2009 12:17 pm
דורך יהיה כן
יאך האב געקויפט פאר איאר ביי S&F אויף עמערסאן סט. אין וומבס"ג א גאנצע ראלל ווייניל (די דיקע וועלכע מען נוצט פאר בעננערס סיינס), פאר זייער ציגעגנגליכע פרייזן