בלאט 3 פון 3
פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 10, 2009 10:22 pm
דורך שטארק זיך
והילד אינני, דער בחור איז דא...
ביי מיר איז עס קלאר די חלה וואס שלעפט אראפ, אבער ברוך השם, ווען מען האלט זיך צו א מינומום גייט עס מיט.
אבער דער אמת איז, הא לן והא להו, ס'איז נישט ביי יעדעם אייניג, זייער אסאך מענטשן זענען סענסיטיו צו ווייסע ווייץ, נישט נאר אום שבת, א גאנצע וואך אויך, איך קען אסאך מענטשן וואס נאך פרישטאג קענען זיי זיך נישט קאנצעטרירן, זיי שפירן מיעד און אראגעשלעפט, ס'איז דא וואס וואשן זיך נישט משבת לשבת צוליב דעם.
ווידעראום איז דא מענטשן וואס אן ברויט איז זייער טאג קיין טאג נישט.
אלקעהאל, פאראן מענטשן ווי נאר ער שמעקט אלקאהאל שלאפט ער, אין דער זעלבער צייט איז דא אזעלכע וואס אן א גוטער וויין איז קיין סעודה.
בכלל, נישט ביי יעדן איז עס דאס עסן וואס מאכט אים מיעד, מען קען פשוט און פראסט זיין אויסגעמוטשעט.
בקיצור, קיין כלל ביי דעם איז נישט דא, זאל זיך יעדער בוחן זיין.
פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 10, 2009 10:34 pm
דורך שאץ מאץ
העי!!! ס'איז נישט קיין יושר!!!!
דער עולם לויפט אהער שרייבן תגובות
און מיך לאזט מען ווארטן לעבן מיין לאנגן ארטיקל אליין????
ר' יום טוב ר' יום טוב!!!!
איך בין אביסל מחולק מיט אייך,
איך האב דירעקט געשריבן אז מ'זאל עסן ווייניג חלה "נישט" אויף הערשל מייזליש טאריע, ווייל הערשל מייזליש איז שטארק עקסטרעם,
איך וועל זאגן אפן אז ס'איז וויכטיג און יעדער מענטש "מוז" הערן זיינע זאכן, ווייל מ'דארף דאס וויסן,
אבער ס'איז קלאר עקסטרעם, (מ'האט עס שוין דעבאטריט אין א אנדערע אשכול)
מענטשן הערן אים אויס און מ'ווערט משוגע, א מענשט דארף וויסן א דרך הממוצע, נישט ווערן משוגע איין זייטיג,
דו וויסלט מיר הייסן איך זאל אוועק לייגן מיינע שיינע צווי גרויסע לעבעדיגע שמעקעדיגע חלות פאר צוויי דינע האל-וויט מצות??????
אה נאו
ווי וועל איך האלטן מיין זמירות ביי שלום עליכם????,
ווען מ'שרייבט אזא תגובה מוז מען שרייבן שוה לכל נפש, א זאך וואס יעדער קען מקיים זיין,
מ'קען שרייבן א מענטשן זאל מצמצם זיין מיטן עסן ווייסע חלה אסאך,
אבער צו זאגן סתם אזוי "שבת קודש" עסן האל-וויט?
זעמיר דאך געזונטע מענטשן, אין אלע דורות האט מען שבת מפקיד געוועהן אויף ווייס מעל,
ועוד, איז דא א קבלה פון צדיקים אז שבת'דיגע מאכלים שאדט נישט, און ס'שאדט טאקע נישט,
אויסער דעם שרייבסטו זייער גוטע נקודות און זייער גערעכטע הנהגות,
ס'איז נאר א שאד אז דו ברענגסט עס נישט צו נעבן מיין ארטיקל, וועט עס זיין ווי דיין בענטשן נאך מיין סעודה.....,
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 13, 2009 11:52 am
דורך קאר אינשורענס
סיז דא א ספר אין אידיש "די אוצר פון די וואך" לעצטענס איבער געדריקט, ס'האט שיינע מעשיות יעדע וואך אויף די יארצייטן וואס קימט אויס יענע וואך, אויך האט עס שיינע תורות אויף נאך צו זאגן,
סיז זייער א שיינע ארבייט, כווייס פון עטליכע מענטשן וואס פארציילן ביי יעדע סעודה איינס צוויי מעשיות מיט א שיינע ווארט אויף די סדרה פון דעם ספר, די מעלה איז אז אויב האט מען נישט קיין צייט זיך פאר ציקיקען איז דאס זייער גרינג נאך צו פארציילן.
סיז אויך דא א עקסטערע פאר חודש תשרי פאר די אלע סעודת.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 13, 2009 6:14 pm
דורך ביקסאד
שמעתי מבמח"ס אוצר השבת והמועדים בשם אחד,
סגולה נישט איין צו שלאפן ביי [נאך] די זופ פרייטאג צו נאכט, אז מען עסט נאר איין און צוואנציג לעפל,
והרב הנ"ל סיים שהוא בדוק ומנוסה, ולענ"ד יש ענין במספר כ"א כפות באכילת המרק.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 13, 2009 9:46 pm
דורך יוםטובערליך
הרב שאץ מאץ שליט"א,
בשעת כ'האב אנגעשריבן מיינע פאר שורות, איז שוין דיין געוואלדיגע ארטיקל געווען ערשינען לאור עולם, ממש דעמאלט, אן קיין שום תגובה נאך, האב איך געמיינט אז יענץ וועט בלייבן אן ארטיקל כמות שהוא און אלע אנדערע תגובות איבערדעם וועט ווייטער בלייבן אין דעם אשכול.
והוא רחום יכפר עון, וכו'. אגב, זייט דעמאלט שרייבט דער עולם אויף ביידע פלעצער, ואלו ואלו...
אגב, וועגן דבר השוה לכל נפש, האב איך לכתחלה באווארענט דעם ענין אז דאס איז זייער אן עקסטרעמע וועג. אז מ'וויל דוקא, און מ'איז גרייט דערפאר, מילא, אבער אין מורין כן.
אויסערדעם, הרב שאצל?
בשעת מעשה אזוי קלער איך פון עטליכע טאגביכער וואס דו קענסט מאכן אויף אלול תשרי.
* א' סליחות אטמאספערע
* י"ג מדות, תשליך, קרבנות, מנחה, אתרוג, יוה"ק פחד, לדעתי די פארנומענסטע קדושה-פחד'יגסטע טאג אין וויליאמסבורגער לוח, לאפוקי די פלעצער וואו מ'גייט תשליך ראש השנה וואס מיט דעם אליינס איז י"ג מדות אסאך ווייניגער "העקטיק" ווי מ'זאגט (כ'מיין עס אלס מעלה, חסידישע ברען, נישט ח"ו לחסרון).
* ערב יום הקדוש (מסתמא גוט פאר ארטיקל פון א וואסערע 200 טויזנט כאראקטארן, ניט אזוי?)
* מוצאי, אסרו חג (אההההההההההההההההההההההההההההההההההההההההההההה מחי', שובו לכם לאהליכם, נייע זיסע יאר בס"ד)
* בין יוה"כ לסוכות (ברען פון בין הזמנים, מ'לויפט אן אויפהער צווישן לולב שפיצן און טיב-טוב (כ'מיין אסא) און טשעק קעשינג און פארמאסי און די שוויגער, איי לעכטיגע טעג, לעכטיגע טעג)
* חול המועד (מאך עס נאך פאר יום טוב, פליז)
* הושענא רבה
* שמחת תורה (וואו הייבט מען אן?)
* צוריק צו די גמרא, צו די ארבייט, כולל, וכו' וכו'
וואס האלט איר?
פארעפענטליכט: פרייטאג אוגוסט 14, 2009 6:55 am
דורך bailout
ר' יו''ט איך האב זייער הנאה געהאט פון אייער כמו ארטיקל, דיין בענטשן איידיע האף איך אז ס'איז נישט דא אויף דעם קיין COPYRIGHT, ווייל אויב יא וועל איך דיר נישט דערציילן.
סתם פאר וועם ס'איז אינטערעסירט צו קאטן קארבס, איז גוט צו וויסן אז אסאך פיש סטארס האבן געפילטע פיש אן קיין מצה מעל, און אן צוקער.
פארעפענטליכט: זונטאג אוגוסט 16, 2009 12:44 pm
דורך משיח
היום יום ראשון בשבת לסדר שופטים ושוטרים.
צום ערשט וויל איך באדאנקן די צוויי חשובע שרייבער "שאץ מאץ" מיט "יום טוב ערליך" פארן אהער שטעלן אזאנע רייכע תוכנ'דיגע ארטיקלען פיל מיט כללים און יסודות!
עס איז דא א מעשה ווי ס'זענען אמאל געווען צוויי שכנים, א גביר מיט א ארימאן, דער גביר פלעגט איינקויפן אויף שבת מכל טוב וטוב, בשר ודגים, תורים ובני יונה, יינות מבושמים וכו', און דער ארימאן האט קוים געהאט אויף וואס שבת צו מאכן, א רביעית וויין מיט א שטיקל הארטע חלה, אבער דער גביר פלעגט אלס הערן ווי ביים שכן דער ארימאן גייט פאר א הערליכע ווארימע אטמאספער ביים שבת סעודה, מ'האט געקענט אריבער שפירן דורך דעם וואנט די דערהויבנקייט וואס הערשט ביים עסן די טאקע-ארימע סעודה'לע, און ביים זינגען די זמירות שבת, און די זעלבע צייט וואס ביי אים דער גביר ווי ס'איז געווען גרייט פון אלעם גוטן האט זיך עפעס נישט געשפירט אזא דערהויבנקייט, ס'איז געווען מער בכמות ווי באיכות.
האט ער אמאל געפרעגט דעם שכן דערוועגן, האט אים דער ארימאן גענטפערט: גאנץ פשוט! ביי מיר א גאנצע וואך ווען איך שטיי אין מיין קליין קלייטל און איך פארדין אפאר גראשן דא דארט טראכט איך אלס פון שבת! אה! נאך 2 זלאטעס, וועט מען קענען באשמירן די חלה מיט אייער! נאך 5 קופערנע גילדען, וועט שוין זיין אויף אביסל לאקשן אין די זופ, און ווען עס קומט דאנערשטאג הייבט שוין די עקרת הבית אהן צוגרייטן די ארימע מאכלים, מ'באקט פרישע חלה, וכו', ממילא די גאנצע וואך איז מיין מחשבה ביים שבת קודש, איז ווען עס קומט שבת שפיר איך אזוי דערהויבן און הייליג! דו אבער, א גאנצע וואך אפגערעדט אז דו טראכסט נישט פון שבת, אפילו ערב שבת גייסטו נישט אליין איינקויפן און צוגרייטן, דיינע משרתים גייען און קומען, רייניגן און גרייטן, קאכן און באקן, קוים וואס בשעת קידוש טראכסטו א מינוט פון שבת קודש, ווייל באלד נאך קידוש טוט מען שוין ווייטער אדורך וויאזוי די וואך אי געווען, און ווי מ'וועט פארן די קומענדיגע וואך אויף מסחר, קומט אויס אז שבת איז דיין מחשבה ביי די וואכן טעג, "נו ווי ווילסטו פילן א טעם אין שבת?!".
וואס זאל איך אייך זאגן מורי ורבותי! די שבת סעודה די וואך האט געהאט עפעס א אויסערגעוונליכע אטמאספער! הלמאי די גאנצע וואך איז מען דאך געווען ביזי רעדן און דיסקאסירן וויאזוי אויפצולעבן און אויפצוהייבן די ווארימקייט און קדושת השבת! (איך האב מיר נאר גגדארפט איינהאלטן מיט אייזענע כוחות נישט צו טראכטן די גאנצע סעודה: וואס האט נאר יום טוב ערליך געהייסן זינגן נאך די זופ? ווען דארף מען ע"פ שאץ מאץ זינגען "צער בעלי חיים, מ'טאר נישט מאכן א בובו פאר א חיה"?).
פארעפענטליכט: זונטאג אוגוסט 16, 2009 1:27 pm
דורך שאץ מאץ
יוםטובערליך האט געשריבן:הרב שאץ מאץ שליט"א,
בשעת מעשה אזוי קלער איך פון עטליכע טאגביכער וואס דו קענסט מאכן אויף אלול תשרי.
* א' סליחות אטמאספערע
* י"ג מדות, תשליך, קרבנות, מנחה, אתרוג, יוה"ק פחד, לדעתי די פארנומענסטע קדושה-פחד'יגסטע טאג אין וויליאמסבורגער לוח, לאפוקי די פלעצער וואו מ'גייט תשליך ראש השנה וואס מיט דעם אליינס איז י"ג מדות אסאך ווייניגער "העקטיק" ווי מ'זאגט (כ'מיין עס אלס מעלה, חסידישע ברען, נישט ח"ו לחסרון).
* ערב יום הקדוש (מסתמא גוט פאר ארטיקל פון א וואסערע 200 טויזנט כאראקטארן, ניט אזוי?)
* מוצאי, אסרו חג (אההההההההההההההההההההההההההההההההההההההההההההה מחי', שובו לכם לאהליכם, נייע זיסע יאר בס"ד)
* בין יוה"כ לסוכות (ברען פון בין הזמנים, מ'לויפט אן אויפהער צווישן לולב שפיצן און טיב-טוב (כ'מיין אסא) און טשעק קעשינג און פארמאסי און די שוויגער, איי לעכטיגע טעג, לעכטיגע טעג)
* חול המועד (מאך עס נאך פאר יום טוב, פליז)
* הושענא רבה
* שמחת תורה (וואו הייבט מען אן?)
* צוריק צו די גמרא, צו די ארבייט, כולל, וכו' וכו'
וואס האלט איר?
שאלת חכם חצי תשובה, האלב האב איך שוין געשריבן,
טאג ביך פון הארוועיר,
טאג ביך פון ד' מינים סוחר,
און פאר ערב יו"כ איז דא אן ארטיקל "ערב שבת חנוכה דיסארדער"
ווי דארט ווערט ברייט אויסגעשמועסט די אינערליכע פראבלעמען וואס אידן האבן ערב יו"כ וווי אויך אין די אנגעצויגענע טעג עיי"ש ותמצא נחת
אבער דאס איז נישט קיין שלעכטע איידיע, צו שרייבן פונקט אזויווי א טאטע ביים סדר טיש / שבת טיש
זאל מען שרייבן יו"ט טיש, די ימים טובים פון חודש תשרי זענען פארשידנארטיג,
מ'דארף מסדר זיין די קינדער ר"ה ביים טיש, מיט אנדערע מהלכים, וווי אויף דאס דאווענען ר"ה, מיט די קינדער,
בנוסף צו סוכות ווי דער טיש אין די 5 פיסיגע סוכה איז אנדערשט ווי די גרויסע דיינינג רום טיש,
אפשר אז די צייט וועט ערמעגליכן ווועל מיר זיך אריין לאזן דערון,
איינער איז נייגעריג??????
.
פארעפענטליכט: זונטאג אוגוסט 16, 2009 2:10 pm
דורך ביקסאד
לרומעכ"ק אדמו"ר מ'שאץ שליט"א,
האם לא שמעת הלא ידעת, רצון ובקשת חברינו היקרים, ודבר שפתיים אך למותר.
פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 19, 2009 8:17 am
דורך פוילישער
ר' יוט, אן הערליכן ארטיקל מיט א רייכן אינהאלט, וואס איך לייג אוועק, עס איבערצוליינען פון צייט צו צייט אי"ה.
פארעפענטליכט: פרייטאג ינואר 27, 2012 11:50 am
דורך חשמל
א אשכול וואס יעדע תגובה איז ווערט צו ליינען
פארעפענטליכט: פרייטאג ינואר 27, 2012 3:11 pm
דורך ניק ניק
זיס האט געשריבן:לאמיר זיך אלע אויסשמועסן אביסל, לאמיר הערן ווי אזוי אייער שבת טיש קוקט אויס (נישט ווי אזוי איר ווילט ס'זאל אויסקוקן...); איר אייער סעודה א שטיק ניגון, אדער א שטיק תורה, אדער אפשר שלאפט איר אפ דעם גאנצן סעודה, אדער עסט איר אליין און לאזט די קינדער ארומשפרינגען...
כא'נאכ'ניש געליינט די אשכול אבער קודם ענטפער איך ליידער כיפער איך אפ רוב סעודות, ביי די חלה כאפט מיר אן אזא מידעקייט אז די קענסטך נישט פארשטעלן,