פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 05, 2009 11:10 pm
דורך זיס
bailout האט געשריבן:פותחין בכבוד האשכול, וויל איך באדאנקען פאר אלע מגיבים.
אין מיינע בחורישע יארן איז א סעודה געווען ניגונים און ניגונים און ניגונים, אבער נישט סתם, מנוחה ושמחה פון וויזניץ, קה אכסוף מיט א בענקעניש, אא''וו, היינט גייט עס עפעס נישט, אמאל ווען ס'ווייב איז נישט צו הונגעריג קען איך זיך צולאזן ביז קידוש פרייטאג צונאכטס, ועד בכלל, אבער דעטס איט, נאכדעם ס'גייט עפעס נישט.
איך האב שוין אמאל געטראכט אפשר די גרויסע בענקל איז שולדיג, אדער די הויכע טיש, ווי נישט ווי פארנעם איך דאך נאר האלב פון די בענקל, (אפשר דארף מען טאקע מאכן חתונה תקנות אויף די פורניטשער מ'זאל עס מאכן מיין סייז וועט עס קאסטן ביליגער.)איינמאל איך זעץ זיך אראפ און איך ליידיג אויס די טאמעיטא דיפ טעלער, גייט עס עפעס נישט, נישט קיין שנעלע נישט קיין שטאטע ניגונים, יעצט טראכט איך אז איך דארף ווען ברענגען די באנק וואס איך האב פאר די סוכה און דאס ניצן, אפשר וועט עס העלפן.
מיט די קליינע קומט אויס אז איך גיב זיך אפ מיט זיי בעיקר צופרי נאך קידוש פארן זיך וואשן, מ'זינגט עטליכע שבת'דיגע ניגונים, אמאל די ניגונים פון די סדרה, אמאל לאזט מען זיך ארויס אין א טאנץ, און אמאל..... האלטן זיי נישט דערביי. אבער ווען זיי זינגען מיט, ווער רעדט נאך ווען זיי זינגען הויך אזוי OFFTUNE, מיט די קאפ ארויף צום דאך, אטא דאס מיינט מעין עולם הבא. און פשוט'ן ווארט פון זון.
וואס איך וויל צוקומען איז צו דאס וואס כ'האב זיך איינגעפירט תיכף ווען כ'האב אנגעהויבן צו עסן אינדערהיים, איך קלויב זיך אויס א ספר וואס דאס לערן איך ביי די סעודה, עטליכע תורות אויף די סדרה פון די וואך און איך בין עס מסביר פאר מרת בעילאוט, נישט אלע ספרים זענען געמאכט פאר דעם אבער ס'איז דא גענוג, אמאל דארף מען ארויסקלויבן, אין די לויף פון די יארן האב איך שוין דורכגעבלעטערט, אגרא דכלה, תפארת שלמה, ייטב לב, ברך משה, אפשר נאך וואס איך געדענק שוין נישט יעצט, דאס יאר איז עס תורת משה חת''ס, מען נעמט א שיינע שטיקל מיט אביסל מוסר, מיט עפעס א מליצה ישרה, אדער סתם א שיינע געדאנק אויף די סדרה, נישט קיין כוונות און יחודים מיט שמות הקדושים, ווייל איך שפיר אז ס'דארף זיין עפעס וואס מ'זאל זיין אינטערעסירט אויסצוהערן.
לאמיר דיר זאגן הרב בעילאוט וואס איך האלט דערין:
אויב זענען דיינע קינדער קליין, דארפסטו זיך נישט זארגן כי כך דרכה של עולם, עס איז כמעט אוממעגליך צו מאכן א שיינע שבת'דיגע סעודה מיט די קליינטשיגע ארום זיך, האב געדולד ביז זיי וועלן עלטער ווערן און זיי וועלן מיטהאלטן א שיינע שבת'דיגע סעודה, דערווייל פיר עס ווי אזוי עס קומט דיר אויס און מאך נישט קיין עסק דערפון; וואס יא, איך קען דיר געבן עטליכע קליינע עצות: א) פרייטאג צונאכטס, זעה אז דיינע קליינע (ביז די זעקס יאר) זאלן שלאפן, ווינטער קען מען עס נישט באווייזן, אבער עכ"פ זומער זאלן זיי שלאפן און עס די סעודה צוזאמען מיט דיינע בני-בית רואיגערהייט; ווידער בייטאג אדער אפילו ביינאכט ווען עס איז נישט פאראן די מעגליכקייט אז די קינדער זאלן שלאפן, דאן מאך א שנעלע סעודה... זינג נישט קיין לאנגע ניגונים, זאג א קורץ ווארט, עס אפ און גיי ווייטער, די קינדער דארפן נישט האבן דעם רושם אז א שבת טיש קומט מיט אן איבערקערעניש, מאך עס שנעל און אזוי וועלן עס די קינדער נישט אזוי אויפכאפן... ווען זיי וועלן ווערן עלטער וועסטו אוטומאטיש פירן לאנגע שיינע שבת'דיגע טישן.
אויב אבער זענען דיינע קינדער שוין יא עלטער, און אפילו הכי קוקט אזוי אויס ביי דיר די שבת'דיגע סעודות, איז דאס לכאורה א דירעקטע תוצאה פון דאס וואס דו שטרעבסט צו פירן שיינע סעודות און דו צווינגסט עס ארויף באופן מסויימת אויף דיין פאמיליע. דאס הייסט אז דיין פלאן איז צו זינגען שיין און אז די משפחה זאל זיך צושטעלן וכו'... איך קען זיך פארשטעלן אז ווען דו זינגסט א שיין שטיקל און דיין דריי יעריג'ס שרייט "מאמי, רוק אריין מיין בענקל", ווערסטו אנגעצויגן אויפן גאנצן ארום און דו קענסט עס נישט פארנעמען, ווייל דו פראבירסט צו האבן א שיינע שבת'דיגע סעודה, און דא צושעטערט ער דיינע פלענער...
די עצה דערצו איז, נישט צו שטרעבן אויף גארנישט... זיי נאטראל... אויב דו זעסט פונקט די מצב אז מען קען זינגען, דאס הייסט אז "דו" ביזט אין דעם מצב רוח אז עס וויל זיך אליין זינגען (לאפוקי אז ס'איז דיר פונקט איינגעפאלן ביי קבלת שבת אז דעם ניגון וועל איך אראפלייגן היינט ביי די סעודה), און דו זעסט אז דער רוח אין שטוב לאזט צו אז מען זאל זינגען, דאן זינג כיד ה' הטובה עליך, ווידער אויב ס'קומט אריין א שיין ווארט וואס די קינדער וועלן הנאה האבן, לייג עס אראפ בטוב טעם ודעת און מיט א געשמאק, אבער אויב ביזטו פונקט נישט אין די מאד צו זינגען, ביזט צו באבלאזן, אדער די קינדער שפרינגען ארום און דו זעסט אז דו קענסט נישט, דאן עס אפ און גיי ווייטער...
כללו של דבר: א שבת'דיגע סעודה טאר מען נישט פלאנען... עס דארף קומען פון זיך אליין, און עס מוז נישט אלעמאל זיין די זעלבע... אמאל מאכט זיך א שיינע סעודה פול מיט שירות ותשבחות למלך קל חי וקים, און אמאל איז די גאנצע סעודה א שיינע מעשה פאר די קינדער מיט א מוסר השכל, און אמאל איז עס גארנישט... דער עיקר איז אז עס איז נישט געפלאנט...
איין זאך קען איך דיר מבטיח זיין, אז ווען דו וועסט נישט פלאנען דיין סעודה און דו וועסט זיך לאזן פירן פונעם מצב ארום, וועסטו זען אז דיינע שבת'דיגע סעודות וועלן באקומען א הערליכן גלאנץ וואס דו קענסט זיך נישט פארשטעלן...
און א פריוואטע טובה פון א חבר: אויב דו פאלגסט טאקע מיין עצה און דו זעסט שינויים אין דיינע סעודות, לאז מיר עס וויסן אין אישי, איך בין נייגעריג צו הערן...
הצלחה רבה!
פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 05, 2009 11:41 pm
דורך שוועמל
בעילאוט;
איך זיץ און לאך פון דיין תגובה'לה, עפעס אזא לאכעלע וויינעלע סטייל...
כשלעצמי, איך פיר זיך א סעודה כאפ לאפ, חוץ ביי די פיש דאס איז מיין פעוואריט שבתדיג מאכל.
איי די סלייס סעמאן מיט די קאטשעניא און די בארכעס, מיט די חריין, דיפ איי איי איז דאס גוט. איך הונגער מיך אויס גאנץ פרייטיג צוליב די פיש.
נאך די פיש קומט די זופ שטייצעך, געווענליך איז דאס זייער געלונגען, אבער דאס הרג'ט די סיסטעם. די קאלטע פיש מיט די הייסע זופ פארטראגן זיך נישט, גלייך נאכן זופ הייבן זיך אן די חברה צו רצח'נען, זה מפרכס לצאת וזה מפרכס לצאת אזוי האלט עס אן ביז מוצ"ש.
די פלייש איז שוין געווענליך א דיעבד, אביסל אונגארישע קוגל (זכר למן) מיט פארפאלענע עבירות (זכר לקעטשאפ) און די סעודה איז פארטיג. דאן לערן איך א שטיקל נועם אלימלך (כך נהגו אבותי) און איך פארצייל פאר די קינדער מעשיות (ווינטער).
אויב האט די סדרה א שיינע מעשה איז גוט, און אז נישט דערצייל איך פון די גלענצענדע אידישע היסטאריע אנגעהויבן פון שופטים, עתניאל ברק דבורה שמשון יפתח שבט בנימין וכו', דערנאך שמואל שאול דוד שלמה ירבעם וכו' פון ספר שמואל און מלכים, גאר שיינע מעשיות וואס זיי האבן אזוי שטארק ליב און גיבט אריין אזויפול אמונה.
יעצט האלט מען ביי אליהו און אלישע.
שבת צופרי ווענדט זיך, איז געווען א פעטע קידוש מיט טידביץ און מאטיאש (קאזינס גראדע) און ווער רעדט נאך פון בשר, דאן איז שוין איי איי איי. אויב נישט הייבט זיך אן פריש פון די פיש די גוטע אייער מיט לעבערלעך, פלאנקען וכו' ס'קנאקט שטיקער. דאן לערן איך א שטיקל מאור ושמש און צומאל פארצייל איך די מעשיות ווי דערמאנט.
זמירות איז אזוי, צומאל גיב איך א כיפער אפ, וואלט איך ווען געהאט א בלעקבערי וואלט עס לענגער גענומען... (ליידער)
און צומאל זעץ איך מיר אנידער אויפן דערנעבנדיגן קאוטש וואו איך ווער שטארק מיד כנהוג, כאטשיק שלאף איך איין מיטן זמירות אין האנט.
קיינער זאל זיך פון מיר נישט לערנען.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 06, 2009 8:16 am
דורך יגרסהדותא
די "קה אכסוף" מיט'ן הייסן: "אוי לבי לבי, לבי לבי, לבי ובשרי", דאס איז גוט ווען אין שטוב איז ווארעם ברודעריש געשטימט [נישט די בנש"ק'ליך מינע..

], הערשט אבער א קריגעריי צו איין קינד בלאזט אויפן צווייטן, הייב איך עס אפי' נישט אן.
*
איך האב אמאל אויפגעפאסט אן אינטערעסאנטע זאך, שאץ [יא די ניק] וועט נאך זיכער מאכן מטעמים דערפון [און סערווירן פארן עולם אויך..], כ'האב געהאט שבת מיין ברודער אלטס גאסט און ער פרעגט מיר, ביי קידוש האבן דיינע קינדער זיך עפעס צוקריגט און דו האסט ווייטער געזאגט דעם "כי בו שבת מכל מלאכתו" מיט'ן גאנצן רואיגקייט, האסט עפעס א חשבון דערמיט כאילו דו זעהסט נישט וכדו'?
פארצייל איך אים, מיר זענען אינאיינעם געווען ווען א גרויסע ציבור חסידים האבן געטאנצן ביי הקפות צו ביי חתונות וכו'. ביי די הויכע קלימאקסן פון שפרינגן און זינגן, האט געקענט פאסירן אז א ברענטש איז צוזאמגעפאלן מיט עטליכע בחורים פארוואונדערט ה"י, האב איך אויפגעפאסט, אז ווען רבינו זצ"ל/שליט"א וואט עווער איט מינס, האט זיך אפגעשטעלט קוקן אויף יענעם מקום, בין איך אזוי צוטרייסעלט געווארן, איך בין געבליבן אין שאק א שטיק צייט נאכדעם, אזא אומגליק, וכו', ווען אבער דער רבי איז ווייטער אנגעגאנגן און דער עולם האט ווייטער געזינגן, און מיוזיק האט געשפילט כאילו לא היה, איז די שמחה געווען בשלימות, די הצלה האט קער גענומען, מ'האט יעדעם אריינגעפירט אבער דער "מצב רוח" פונעם פלאץ איז געבליבן מיט'ן לעבעדיגן חיות.
לענינינו: ווען א קינד האט אינמיטן קידוש צוגעכאפט משה'לעס קאפ, צו אראפגעווארפן א בענקל בטעות, אדער קען איך עס "טאטאל איגנארירן" [ס'ווייב מעג קער נעמען, עס לאנג דער "רבי" אין שטוב איז רואיג] גייט אלעס צו רואיג, ומכלל הן אתה שומע לאו. שוין כמ"פ אזוינס געווען, און ווען איך האב מיך אמאל אויפגערעגט האב איך באצאלט דערפאר..
מיינט נישט צו זאגן אז די קינדער מעגן זיין צולאזט, אבער עס לאנג ס'איז נישט צולאזט, צולאז עס נישט אליין..
פארעפענטליכט: זונטאג אוגוסט 09, 2009 11:07 pm
דורך יוםטובערליך
בס"ד
ערשטנס, יישר כוח פאר די חשובע חברים דאהי פאר'ן אויפברענגען אזא וויכטיגע און אינטערעסאנטע טעמע.
אצינד, מיינע פאר נקודות דערוועגן, ואין מוקדם ומאוחר וכו'. כ'זעה שאץ-מאץ שליט"א האט געשריבן באזונדערע אשכול, און כ'ווייס נישט וואו ענדערש צו ענטפערן, אבער איך זעה דער עולם בלייבט דא ענטפערן וועל איך אויך אזוי טאן.
1) דאס שלאפן פרייטאג נאכמיטאג איז טאקע אזא יסוד היסודות ווי מ'לייגט עס דא אראפ. די מימרא בשם המגיד ממעזריטש זי"ע גייט נאך ווייטער (אדער האבן עס אנדערע גדולי ישראל צוגעלייגט?) אז ס'איז א פלא פארוואס עס שטייט נישט אין די עשרת הדברות...!!! מ'זעהט בחוש ווי דער יצר לאזט עס נישט צו, והדברים עתיקים.
2) די סיבה פארוואס די אויגן קלעבן ביי די סוף סעודה, איז ר' שאץ מאץ מודה, איז וועגן די חלה. און דער אמת איז, עס איז טאקע וועגן די חלה, אבער נישט וועגן א פשטיל פון קלעביגע טייג וואס דער מאגן דארף מסדר זיין, נאר ווי ר' הערשל מייזליש זאגט בשם די מעדיצינישע וועלט אז עס קומט מחמת די מאסיווע אטאקע פון ווייסע מעהל וואס שיסט ארויף די צוקער און עס שיסט גלייך צוריק אראפ. די "צוריק אראפ" מאכט דעם מענטש מיד און די אויגן פארקלעבט ארויס פון קאנטראל אינגאנצן, מער ווי ווען מ'איז אויף צוויי נעכט אן שלאפן. פון דעם וואס די מאגן מוטשעט זיך צו פארדייען קלעבעדיגע טעג ווערט מען נישט אזוי מיד - א מענטש קען שלעפן שווערע באקסעס וואס מוטשעט אויס דעם גוף אסאך מער ווי דריי-פיר רעפטלעך ברויט, און מען איז נישט א צענטל אזוי מיד (אפגעשוואכט יא, קלעבעדיגע אויגן נישט) ווי נאך א געשוואלענע סעודה פון ווייסע חלה.
דער ענין איז בדוק ומנוסה, דוק ותשכח. פסח איז דער פראבלעם נישט אזוי שטארק ווייל די מצה איז "האול וויט" און די צוקער ראלער-קאוסטער איז נישט אזוי געפערליך ביי האול-וויט ווי ביי ווייסע חלה. אפילו א גאנץ יאר, אויב מ'עסט האול-וויט מצה, איז דער פראבלעם אויך נישט אזוי שטארק. אויך, ס'זאל נישט אויסגערעדט זיין, זעהט מען די קלעבעדיגע אויגן כמעט נאר ביי די "בעל בעכי'ס" (בייכלעך בלע"ז), און די געזונטע מאגערע האבן עס נישט (איך זאג "געווענליך"), ווייל היינו טעמא דשופר היינו טעמא דמגילה, די זעלבע צוקער פראבלעם וואס מאכט פארקלעבט די אויגן די זעלבע צוקער פראבלעם שטייט אונטער'ן בייכל, און ווען ס'איז נישטא איינס און נישטא דאס צווייטע. נאכאמאל, איך זאג "געווענליך" און יעדע כלל האט א יוצא מן הכלל.
אויך קען מען נישט פארגעסן אז געפילטע פיש האט אסאך טייג, פיש בכלל ווערט געקאכט מיט אסאך צוקער, מען עסט אויך אסאך לאקשען, בונדלעך, פערפל, קוגל פון אסאך ערליי, און מען האט דאך אויך געטרונקען אסאך גרעיפ דזשוס און אנדערע געטראנקען מיט צוקער. נו...?
טא וואס איז די עצה? גוטע אידן וואס ווילן גיין אויפ'ן עקסטרעם קויפן די "לאו קארב" גרעיפ דזשוס וואס האט נאר א דריטל די צוקער ווי געהעריגע. מען עסט האול-וויט מצה (איין פראבלעם איז דא, אז די חלה דעקל איז נישט אזוי שוין אויפגעהויבן ווי א בארג, עס איז פלאטשיג, אבער ס'איז דאך נישט קיין הלכה אז ס'מוז זיין אזא שיינע שבת'דיגע דאפלטע בערגל...). מען עסט א גרויסע סלייס סעלמאן מיט ווייניג געפילטע, מען עסט בכלל נישט קיין דיפס (די בעקערייען ווערן ממש רייך דערפון, כ'רעד שוין נישט פון די דעליס און גראסעריס און אפעטייזערס און שטראוס און פעפסי-קא.) אויסער ממש א ביסעלע חריין און-אדער אביסעלע מאיאנעיז, מען טרונקט אביסל גרעיפדזשוס נאך די פיש כמנהג ישראל און דאס איבעריגע משקה ביי די סעודה איז סעלצער כמנהג אבותינו (ווער געדענקט נישט די פריערדיגע דורות מיט "סאראטאגא וואסער" אדער "ווישי וואסער").
דערנאך קומט די גרויסע פארציע זופ לויטער טעם גן עדן (אסאך מאל פילט מען אן דעם טעלער נאכאמאל (ווייל מ'האט נישט אנגעפילט דאס פלאץ מיט חלה און דיפס)), לאקשען נאר יוצא צו זיין, אביסל בונדלעך כמנהג ישראל, דערנאך אביסל קוגל, פערפעל און א מלכות'דיגע פארציע פלייש - לכה"פ א פערטל עוף מיט זייטיגס ווי א פיין שטיקל טוירקי אדער קאטשאניא פון די בהמה טהורה (נישט מארעך ביינער, דאס איז פאר די טשאלענט, נאר ביינער פון די קני אדער גענאק).
און פארשטייט, מען ציט אויס די סעודה מיט געדולד, מען עסט מיט נימוס, מען שמועסט און פארבענגט, מען זינגט זמירות, ואם אתה עושה כן, דעמאלט זענען די טשאנסען בעסער אז די אויגן וועלן נישט קלעבן. עס איז נישט קיין זיכערע זאך, עס ווענדט זיך אינעם אינערליכן מצב הבריאות, און ווי ווייט מען איז גרייט צו האלטן קאנטראל אויף די סדר המאכלים און די פארציעס וכו', אבער מ'קען ארבייטן דערויף.
3) וועגן די זמירות, איז קלאר אז "קה אכסוף" רייסט שטיקער, לכה"פ ביי מיר, מער ווי אלע זמירות'ן. ביי אמו"ר שליט"א איז נישט דער מנהג עס צו זינגען, אבער ביי מו"ח שליט"א זינגט מען עס יא, און איך האב זיך מתיר געווען צו נאכגיין דעם שווער מיט דעם, צוצולייגן פרייטאג צו נאכטס ביי די סעודה "קה רבון עלם" און אויך "קה אכסוף". כ'מיין באמת, צו פארפאסן דעם שטיקל, "שבת קודש, שבת קודש, נפשי חולת אהבתך וכו' בצל כנפיך יחסיון, ירוין מדשן ביתך," פארפאסט מען ממש דעם באגריף פון שבת במלוא מובן המלה. יא, מיינע אויגן קענען אויך קלעבן ביי סוף סעודה אמאל אמאל, אבער אויף דעם קען איך נישט פארפאסן.
אז מ'רעדט פון קה אכסוף, האב איך אמאל געטראכט אן אינטערעסאנטע זאך, אז לכאורה איז דאס פון די איינציגסטע ניגונים וואס וואו נאר מען זינגט עס, זינגט עס יעדער מיט די זעלבע ניגון, אפשר מיט קליינע טוישן אין די קנייטשן פונעם ניגון (איצט כאפ איך אז לכאורה איז די זעלבע זאך מיט לקל אשר שבת און אויך חי ד' פון שבת צופרי). ווייסט איינער צו הרה"ק מקארלין זי"ע האט אויך פארפאסט דעם ניגון אין צוגאב צו די ווערטער, און דעריבער איז דער ניגון מקובל צוזאמען מיט די זמירות? ווער עס ווייסט זאל זיך אנרופן. איך האב נאך קיינמאל נישט געהערט זינגען קה אכסוף מיט אן אנדערע ניגון.
4) זומער, מיט די גאר שפעטע סעודות, זענען ביי מיר די קינדער טיף פארטאן אין שינה בשבת תענוג (געווענליך גייען זיי שלאפן ערגעץ צווישן ליכט צינדן און "נאך קידוש"). ווינטער איז עפעס אנדערש.
5) וועגן דעם געפיל פרייטאג צו נאכטס ביים טיש אז ס'איז "הייליגער" ווי בייטאג, קומט דער געפיל לכאורה פון יום טוב, וואס אלעמאל איז די ערשטע נאכט אין א בחי' פון וגילו ברעדה - קוק למשל ראש השנה, וואס ביי די ערשטע נאכט סעודה הערשט אזא שטיקל פחד, מען פלאטשקעט נישט מיט דברי הבלים אזוי געשמאק ווי געווענליך, און בייטאג איז שוין מער ברייטליך און באקוועם - אויך ראש השנה, אבער ס'איז שוין נישט דער פחד. די זעלבע פסח, שבועות, אפשר אפילו סוכות (הגם סוכות מיין איך איז דער חילוק שוין נישט אזוי גרויס צווישן ביינאכט און צופרי, ווייל עס איז זייער א פרייליכע משפחה'דיגע יום טוב'דיגע שטימונג אין די סוכה אפילו די ערשטע נאכט, אבער עס איז נאך אלץ דא א שטיקל חילוק). האט עס צוטאן מיט רבי'שע טישן? קען זיין, אבער לדעתי נאר א קליינער טייל דערפון. וואס דארף מען מער, קוק וויאזוי א איד מאכט קידוש פרייטאג צו נאכטס, און קוק שבת צופרי, און פרעגסט נאך פארוואס די סעודה ביינאכט איז מער ערנסט? (הגם, מ'קען זאגן "הא גופא קשיא," דאס איז דער רעזולטאט נישט די סיבה ודו"ק).
6) וויבאלד יעצט איז זומער און די קינדער שיחיו האלטן נאר מיט די בייטאג סעודה, וועל איך רעדן פון דעם מער.
עס איז קלאר כשמש בצהרים אז דער קשר צווישן טאטן און קינד ווערט אין גרעסטן טייל געמאכט ביי די שבת'דיגע סעודה. אויב מען איז זוכה בס"ד, קען מען ארבייטן אויפ'ן קשר אויך במשך די וואך, געוואנדן לויט די צייט, געדולד און מעגליכקייטן פון ביידע צדדים, און וואויל איז דעם וואס טוט אלעס ביכולת אז אינדערוואכן זאל מען נישט פארפאסן די דאזיגע מאמענטן, אבער ווען עס קומט שבת איז "הימל און ערד און חינוך."
מ'קען טאן די עבודת הקודש אויף אן א שיעור וועגן, דירעקט און אומדירעקט, רוחניות און גשמיות.
ווען מ'זאגט פאר א 4'יעריג קינד, זיי מוחל מיין טייערע רחל'ע, ברענגט אריין א באטל סעלצער פון פרידזשידער, קען עס אויך בויען דאס קינד א געוואלד, זי שפירט זיך ממש ווי די חשובסטע מיוחסת, ווי דאס באליבסטע קינד. וואס הייסט, טאטי האט "מיר" געהייסן ברענגען עפעס, איך קען שוין אליינס ברענגען, איך וועל עס נישט אראפלאזן, נאר גלייך צוטראגן צו טאטי. דאס איז נאר א ביישפיל פון א 4'יעריג קינד, אבער די עיקר איז, אין יעדן עלטער איז דא וועגן ווי דער טאטע קען מיט קלייניגקייטן אויפבויען די ווארימקייט און יסוד פונעם קינד.
אויך איז דעמאלט די צייט צו שיקן די מעסעדזשעס וואס מ'וויל זאל ווערן איינגעבאקן אין די קינדער פאר כל ימי חייהם. גלייבטס מיר, מיינע זענען נאך יונג קע"ה, אבער איך זעה אזוי קלאר ווי פעלזן-פעסטן זיי כאפן אויף די התנהגות, און די זאכן וואס מען מאכט אן "עסק" דערפון. למשל נישט זאגן ליגנט, מוקצה אום שב"ק, וואשן נעגל וואסער, קריאת שמע, נטילת ידים נאך ביה"כ. זיי זענען נאך יונג, אבער גיין שלאפן אן קריאת שמע איז פאר זיי די געפערליכסטע זאך, און אזוי די אנדערע זאכן. איינמאל האט געדויערט א מינוט כ'זאל זיך וואשן די האנט, און מיין יונגל איז ווי אויפגעשפרינגען, "טאטי, האסט נאך נישט געוואשן די הענט!"
דאס דארף מען האבן פאר די אויגן ביי די שבת'דיגע סעודה. אלעס וואס דו טוסט און רעדסט, דירעקט און אומדירעקט, גייט אריין פאר די קינדער אין די ביינער. יא, וואטש אוט, הונדערט פראצענט. פון די אנדערע זייט, נוץ עס אויס. בקיצור, סור מרע ועשה טוב, גם כי יזקין לא יסור ממנו.
פאר א לאנגע צייט פלעג איך, אויסער זמירות פארשטייט זיך, אויסנוצן די סעודה צו דערציילן מעשיות פאר די קינדער. איך האב געוואלט שיקן הדרכות אומדירעקט (נישט אז זיי זאלן זיין וואויל, נאר "אנדערע קינדער," פון זיי אליינס רעד איך נישט...), האב איך אויפגעבויט א "קערעקטער" (א קינד פרי עמלי פון מיין פאנטאזיע) מיט אן אינטערעסאנטע נאמען, לאמיר אים דא רופן "ראובן זבולונאוויטש", און יעדן שבת ביי די טשאלענט האב איך דערציילט א מעשה פון דעם ראובן. יעדן שבת איז די מעשה געווען אויסגעשטעלט מיט אן אנדערע אומדירעקטע מוסר השכל, ווי, נישט טשעפן, דרך ארץ, ונשמרתם, כיבוד אב, אמונה ובטחון, גם זו לטובה, לא תשקרו, ביקור חולים, השבת אבידה, וכו' וכו'. אז די קינדער הערן וויאזוי ראובן האט זיך געלערנט א מוסר, לערנען זיי עס אליינס גוט אפ.
זיי האבן געקוואלן פון די מעשיות, ממש געקוואלן, אזוי ארויסגעקוקט דערויף א גאנצע וואך. אה, טאטי גייט שוין דערציילן א מעשה פון ראובן זבולונאוויטש. במשך די צייט איז צוגעקומען די טאטע, א שוועסטער, א רבי אין חדר, א גוטער חבר.
אבער די לעצטע פאר חדשים, ווערנדיג אזוי מוראדיג נתפעל פון די סיפורי צדיקים אין די גוטע גליונות (כידוע), האב איך געטראכט, אויב דערציילן א מעשה, פארוואס זאל עס נישט זיין פון די גדולים וקדושים ווי איידער עפעס א געבאקענעם כאראקטער. אומר ועושה. צוביסלעך האב איך אויפגעהערט רעדן וועגן ראובן זבולונאוויטש און אנגעהויבן דערציילן מעשיות פון ראשונים, אחרונים, תלמידי בעש"ט הק' זכותם יגן עלינו. איך האב זיי אויסגעלערנט בערך וואס מיינט א "יארצייט," און אז יעדע וואך גיי איך דערציילן מעשיות פון צדיקים וואס די קומענדיגע וואך קומט זייער יארצייט.
אנצורייצן זייער אפעטיט קען איך זאגן אינמיטן די וואך, אויב ענק זענען וואויל גיי איך אנגרייטן א גוטע מעשה אויף שבת צופרי. און עס ארבייט ווי געשמירט. זיי גלייכן עס נאך מער ווי "ראובן זבולונאוויטש" און צו דער זייט איז עס נאך די גדולים וקדושים זי"ע, אמת'דיגע סיפורי צדיקים באגלייט מיט מוסר אויף אלע ענינים וואס פעלן אויס צו מחנך זיין אין שטוב.
די אונטערשטע שורה איז, א טאטע ביים שבת'דיגן טיש דארף זיין א מלך, כרחם אב על בנים, און דעמאלט איז די צייט, דעמאלט איז די צייט, דעמאלט איז די צייט. ווען דען, פארטאגס? נאך סאפער? פאר סאפער? עלעף אזייגער? יעדע רגע ביי די שבת'דיגע סעודה איז אן אומשאצבארע אוצר. יעדע ביסל הארעוואניע קומט צוריק מיט אסאך פראצענט בס"ד.
ווי געזאגט, איז עס אויך אומדירעקט אויף די התנהגות. אויב עס גיסט זיך אויס א טעלער זופ, און דו ווערסט שרעקליך נערוועז און כעסיג, לערנט עס די קינדער וואס זיי האבן צו טאן אין ענליכע מאמענטן. פארקערט איז פארקערט. אה, און דאס הייבט זיך נישט אן שבת צופרי. אויב פרייטאג נאכמיטאג טראסקעט א יאגורט אין פרידזשידעיר און באשפריצט את כל היקום, איז אויך אן עת המבחן צו בלייבן אין די ראמען אדער ארויסגיין דערפון.
7) צוריק צום ענין, זמירות. מיין עלטסטער יונגל קע"ה קען שוין זייער גוט די זמירות, אין עלטער וואס כ'האב נישט געוואוסט אז דאס קען זיין, ווייל איך בין מקפיד זייער שטארק, ווען מיר עסן אינדערהיים, צו זינגען אלע זמירות וואס איך זינג בקביעות, סיי ביינאכט און סיי בייטאג, נישט לאזנדיג קיין תירוצים ווי מידקייט, געסט, אדער סיי וואס זאל זיין. די זמירות זינגט מען ביי אונז, שטענדיג די זעלבע ניגונים, און עס איז חוק ולא יעבור. עס ארבייט ב"ה.
ווען קינדער זעהן ווי שטארק דער ענין פון זמירות איז ביים טאטן, ווערט עס איינגעקריצט אין די ביינער. און ווען דער טאטע זינגט מיט חשק און כוונה, כ'מיין צו זאגן נישט "אבי געזינגען" נאר באמת לכבוד שבת קודש, הויך אויפ'ן קול, נעמען עס די קינדער אויך אויף מיט שמחה און חשק, זיי קוקן ארויס דערויף מיט א געוואלדיגע דורשט און שעפן דערפון אסאך תענוג און חיזוק און א שמחה אויף אידישקייט.
8) ברכת המזון (אינטערעסאנט קיינער האט נאך נישט גערעדט פון דעם דא). זייט מיינע קינדער האבן אנגעהויבן צו בענטשן אין חדר און סקול, האבן מיר איינגעפירט אז שבת נאך די סעודה בענטשט די גאנצע משפחה צוזאמען הויך אויפ'ן קול, אינווייניג אין סידור-זמירות. איך קען נישט גענוג דאנקען דעם בורא עולם פאר'ן אריינגעבן דעם ענין אין מיין געדאנק. דאס האט אויסגעלערנט די קינדער (אין צוגאב צו וואס די אם הבנים שמחה תחי' טוט במשך די ששת ימי המעשה) אז בענטשן איז נישט עפעס "אבי," עפעס וואס "מען מוז" זאגן אן חשק, נאר עס איז פונקט אזוי פרייליך און התלהבות'דיג ווי דאווענען און זמירות, שיין און לעבעדיג.
יא, כ'וועל מודה זיין עס איז נישט גרינג, אסאך מאל ווילן זיי שוין גיי שלאפן גלייך נאך די טשאלענט און כ'קען שוין אויך באשטיין צו האבן אביסל שטילקייט, אבער איך זינג אויס אלע זמירות כמנהגינו, און נאכדעם נעם איך זיי צו מיינע זייטן און מען הייבט אן הויך אויפ'ן קול, צוזאמען, "ברוך הוא וברוך שמו..." צו מאכן דעם ענין געשמאקער, לאז איך זיי אסאך מאל שפילן צווישן די זמירות און בענטשן, אז ביים בענטשן זאלן זיי נישט פילן ווי מ'דארף נאך אלץ זיין צוגעבינדן צום טיש וכו' וכו'. און דאס בענטשן הילכט ב"ה!
פארוואס טו איך דאס? ווייל איך וויל זיי איינקריצן אין די ביינער אז בענטשן איז נישט קיין "נודזשע" קיין "טובה טאן פאר דער רבונו של עולם" ווי ביי אזויפיל קינדער. פונקט פארקערט, מען טוט עס מיט חשק און שמחה, יעדע ווארט עקסטער.
איינמאל ביי שלש סעודות אין ביהמ"ד איז מיר בייגעפאלן, פארוואס נישט יעצט? ער האט דאך אויך יעצט געגעסן חלה? נו, כ'האב אים אויפגעמישט א סידור צום בענטשן, און געהייסן זיך זעצן און בענטשן אזויווי אינדערהיים. וואס האט פאסירט, ער האט זיך אראפגעזעצט בענטשן אזויווי אינדערהיים, בשעת אלע קינדער זענען געשפרינגען. עס איז אים ניטאמאל בייגעפאלן אז ער איז עפעס אנדערש פון אנדערע, אדער אז ער מוז זיך גיין שפילן. וואס הייסט, נאך א סעודה דארף מען בענטשן ברכת המזון. עס איז א מצות עשה מן התורה פונקט ווי אתרוג בענטשן און לייגן תפילין, נישטא קיין מאנקי ביזנעס. דאס גייט אזוי אן יעדן ש"ס וואס ער האט געגעסן חלה. אסאך מאל "פארגעסט" ער אליינס און איך דארף אים דערמאנען. צי ער "פארגעסט" בשוגג אדער במזיד איז נישט וויכטיג, איך נעם עס אן "אומשולדיג" און כ'געב אים א סידור, שטיל אבער פעסט, און ער בענטשט מיט התלהבות ב"ה.
9) כ'האב אינזין געהאט צו שרייבן נאך נקודות אבער עוד חזון למועד. אין גרעסטן קרעטשמע קען מען דאך נישט אויסטרונקען א פאס אויפאמאל.
פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 10, 2009 6:24 am
דורך איזאק
זייער שיין יום טוב, א נחת צו לייענן, אבער די קאנסעפט אז ס'האט צו טון מיט חלה האב איך שוין לאנג געהערט אבער נישט איבערצייגט געווארן.
קודם כל האב איך שוין היבש מאל אין די וואכן טעג געפראוועט א כמו שבת'דיגע סעודה, דהיינו זיך געוואשן צו א בילקעלע מיט געפילטע און ווייט פיש, געטונקען חריף..., און גארנישט, איך בין אויפגעשטאנען פריש און געזונט אן קיין ברעקל מידעקייט, כ'האב געוויזן פאר מיין שטוב זז"ג דעם וואונדער.
נאכמער, איך האב טאקע וועגן דעם פראבלעם אז איך פאליר פשוט מיינע חושים ביי די שבת'דיגע סעודות באשלאסן פאר פסח איין יאר צו קויפן עקסטערע 10 פונט מצות צו פראבירן אויף נאך פסח אויף שבת, און לאמיר זען צו ס'וועט העלפן, די רעזאלט... ס'האט געהאלפן א מכה.
פון מיין פרעספעקטיוו, איך האב באשלאסן אז דאס האט צו טון מיטן מח, ס'איז סייקאלאדזשיקעל..., די קערפער שטעלט זיך צו צום בא שבת בא מנוחה..., ס'איז אזוי ווען א מענטש לויפט אוועק פון א געפאר, וועט ער בשעת מעשה נישט פילן קיין מידעקייט, ווייל אלע זיינע חושים און זיין גאנצע מח איז קאנצעטרירט וויזוי זיך צו ראטעווען, אבער ווען דער געפאר גייט פאריבער הערשט דעמאלטס הייבן אן אלע גלידער צו צופאלן... ווייל די מח איז צוריק נארמאל און די קערפער פארלאנגט יעצט מנוחה...
א גאנצע וואך איז די מח און קערפער אנגעשטרענגט אינעם ששת ימי המעשה, אלעס גייט ווי א זייגער, אויפשטיין, לערנען, דאווענען, עסן, ארבעטן, אהיימקומען, עסן, לערנען מנחה מעריב, נאכאמאל שלאפן, די מח לויפט און איז קאצענטרירט, קומט אבער שבת שטעלט זיך אלעס אפ..., דער מח שיקט סיגנאלן, אז ס'קומט א רואיגער טאג, נישט אפגעבינדן צו א שטרענגן סקעדזשועל..., דא הייבן אן אלע גלידער צו פארלאנגן זייער לוין פארן זיך צושטעלן א גאנצע וואך צום מענטש, מילא ווען מ'זיצט דארטן ביים טיש איינגעקארטשעט אינעם באקוועמען בענקל... דעמאלטס שרייען אלע גלידער יאלא... דו ביסט מיינס... רו דיך אפ... אונז האב מיר געארבעט ווי פערדן... אראפ מיט די אויגן.