בלאט 1 פון 1

וויאזוי גרילט מען פלייש

פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 20, 2009 12:16 pm
דורך שוועמל
ביי משפחת שוועמל גרייט מען זיך אינגרויסן צו 'מאכן א גריל' די קומענדיגע זונטאג נאך ת"ב הבעל"ט.

דער גריל זעלבסט איז שוין געקויפט געווארן יענע וואך ביי די אראנזשישע "די היים דיפאט", אינאיינעם מיט די טשארקוילן און דער סטאר-מענטש האט נאך צוגערעדט צו קויפן אזא ליקוויד 'לייטער גאז' ווייל עס מאכט זיכער אז יעדער קויל וועט גוט ברענען. אויך אזא טשוואק אנצוכאפן די פליישלעך, הקיצור דער תאוה האט אפגעקאסט אפאר דאלער.

יעצט איז די שאלה וויאזוי גרילט מען? ווילאנג דארף עס ברענען, ווען לייגט מען ארויף די פליישלעך, ווילאנג דארף עס דארט זיין?
וואסערע פליישן איז גוט, ריב סטעיק, פלאנקען, מינוט סטעיק, צינג, בריסקעט, אדער פלעינע טשיקן בייליג?
דארף מען איינווייקן דאס פלייש בעפאר? מיט וואס?
וואס א חילוק פון וועל-דאן צי מידיום וועל-דאן?

איך בין א מוראדיגער אם הערץ אין הלכות גרילן, ווער עס האט גוטע רעצעפטן ביטע מפרסם זיין.



אגב, שוין צייט צו עפענען א 'קרעטשמע'טע'...

פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 20, 2009 3:48 pm
דורך farshlufen
שוועמל: זע דא:

פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 20, 2009 8:21 pm
דורך געלעגער
שוועמי, קיין גרויסע מבין בין איך נישט, אבער דאס זאגען אלע אז ווילאנג די קוילען ברענט לייגט מען נישט די פלייש, ווען די קוילען זעהן אויס ווי זיי שלאפען דאן איז די צייט...
אויב די קוילן שלאפען צי שטארק קענסטו מאכען גריפה וקטומה,
עיין הלכות שבת סי'רנג

פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 20, 2009 8:49 pm
דורך thefact
farshlufen האט געשריבן:שוועמל: זע דא:

שכח פארשלאפן פאר די מראה מקום גארנישט מיט די גריל... נאר פשוט די משניות זכר חנוך וועט מיר צוניץ קומען אי"ה ..

פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 20, 2009 10:03 pm
דורך משה קארנפעלד
שוועמעל, אין איינע פון די בינה'ס(די פרויען אויסגאבע) איז לעצטענס געווען א לענגערע אריכות ווי אזוי מסדר צו זיין דעם גאנצן עסק, פרעג אן ביי די קרעטשמעטעטעס וועלכע וואך.

פארעפענטליכט: דינסטאג יולי 21, 2009 2:11 am
דורך reb yid
שוועמל! הלכות גריל איז אן איטרעסאנטן נושא. כ'האב נישט אזוי פיל צייט דיר צו ענטפערן, אבער קוק דא
http://answers.yahoo.com/question/index ... 254AAEuraw

http://www.ehow.com/how_2001111_grill-w ... steak.html

אויב די געבסט דיך נישט אן עצה, קאנטאקט מיך.

פארעפענטליכט: דינסטאג יולי 21, 2009 9:42 am
דורך שוועמל
פארשלאפן,
כ'אב הנאה פון דיר...

א דאנק פאר אלע ענטפערערס! כ'על עס פרובירן דורכצוטון.