Advertisement

עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן
די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

וואו קען מען גיין זינטאג מיט די קינדער

זונטאג יולי 19, 2009 1:34 pm

איך האב געטראכט אזוי צי עפענען א אשכול אין ארויס העלפען די יודן וואס זענען געבליבען אין שטאט פאר די זימער וואכען אין זיכען אביסעל ארויסציגיין מיט די קינדער אויף א זינטאג אדער א פרייטאג,
פלעצער ווי מ'קען גיין מיט די קינדער אביסעל זיך אויסליפטערען אין די שכינות פין די שטאט וויליאמסבורג אין איך בעט אז ווער ס'האט עפעס מער אינפארמעשען זאל ביטע לאזען וויסען, אין אויב מעגליך שרייבן דיירעקשענס, מיט א קאר אדער מיט די באס/טרעין

פאנטאפיע אין קווינס,
מ'נעמט די jmz טרעין (זינטאג פארט נישט די טרעין סא מקען נעמען די J פין מארסי אין מ'טשענדזשד צי די M) אין פין דארט די לעצטע סטאפ,

די פלאץ איז פאר קינדער אין ס'איז אויך דארט דא פאר עלטערען וואס צו טוהן,
שפעטער אינעם טאג וועלען מיר שרייבן נאך פלעצער אי"ה,

.

Advertisement

מאנטאג יולי 20, 2009 8:22 am

איך מיין אז די אשכול וואס רעדט וועגן וואו מען זאל נעמען די קינדער חול המועד האלטן קען דיר זיין אינטערעסאנט.

מיטוואך יולי 22, 2009 3:53 pm

געלעגער האט געשריבן:איך האב געטראכט אזוי צי עפענען א אשכול אין ארויס העלפען די יודן וואס זענען געבליבען אין שטאט פאר די זימער וואכען אין זיכען אביסעל ארויסציגיין מיט די קינדער אויף א זינטאג אדער א פרייטאג,

שפעטער אינעם טאג וועלען מיר שרייבן נאך פלעצער אי"ה,

.


i am still waiting for you

מיטוואך יולי 22, 2009 6:29 pm

פראוד, (איך ליין נישט גיט אויס דיין נאמען אבער א אנדערע וועג האב איך נישט...)
איך האב נאך צישרייבען, נאר דער סתם אזוי דא האט מיך געמאכט טראכטען אזוי ווי איינער זאגט, סטאפ!!!
ס'איז שוין דא אן אשכול וואס רעדט פין דעם אין קרעטשמע האט א שטיקעל וואס הייסט זוך..
לייג דארט אריין אין דריק די קנעפעל אין פין דארט וועסטו פיין פארן,
דריק נישט די עפען נייע אשכול קנעפעל פאר די ביסט דורעך די סטעפ!!

נו, אז ער זאגט אזוי האב איך געטראכט אז איך פאק איין.. גערעכט איז גערעכט...
אין דאס איז די סיבה פין מיין שווייגעניש....

סתם... איי עם דזשאסט קידינג...

.

דאנערשטאג יולי 23, 2009 2:22 pm

געלעגער לייגט אייך נישט שלאפן אין געלעגער שרייבט נאר שרייבט, און אז איינער ברענגט א לינק וועל מיר עס צאם שמעלצן עכ"פ אויב איז עס אין א פארום ווי איך קען

וכאן הקריאה יוצאות: אזוי ווי אונזער\אייער וועלט ווערט לעצטנס ריזיג, איז טאמער איינער זעהט ס'מאכט זיך א נייע אשכול פון א נושא וואס מ'האט שוין גערעט זאל ער נישט בלויז סתם אריינווארפן אפאר ווערטער "ס'איז שוין דא אן אשכול וואס רעדט פין דעם" נאר פליס ברענגן א לינק און מיר וועלן עס טרייען מסדר צו זיין

און צו דעם וואס עפענט אזא אשכול: ס'איז שוין דא אן אשכול וואס רעדט פין דעם, און אונזער\אייער וועלט האט א פאנקשען וואס הייסט זוך.. לייג דארט אריין אין דריק די קנעפעל אין פין דארט וועסטו פיין פארן, דריק נישט די עפען נייע אשכול קנעפעל פאר די ביסט דורעך די סטעפ!!

דאנערשטאג יולי 23, 2009 2:40 pm

די פאקט איך פיל זיך אביסל שולדיג. אמת'דיג האב איך אויך געטראכט פון ברענגען א לינק. אבער געלעגער האט גערעדט פון זונטאג און איך האב גערעדט פון חול המועד. איך האב געווארט אז ער זאל באשטעטיגן אז חול המועד איז אים אויך גוט, דאן וואלט איך אים אפירגעברענגט די לינק.


געלעגער, סארי.

דאנערשטאג יולי 23, 2009 6:57 pm

סתם_אזוי האט געשריבן:די פאקט איך פיל זיך אביסל שולדיג. אמת'דיג האב איך אויך געטראכט פון ברענגען א לינק. אבער געלעגער האט גערעדט פון זונטאג און איך האב גערעדט פון חול המועד. איך האב געווארט אז ער זאל באשטעטיגן אז חול המועד איז אים אויך גוט, דאן וואלט איך אים אפירגעברענגט די לינק.


געלעגער, סארי.


סתם איך האב גארנישט געמיינט...
זיי נישט סארי,
איך וועל אי"ה צוריקימען שרייבן נאך,

נאר איין קלייניקייט,
ביי נארט 4 אויף קענט האט זיך נישט לאנג צוריק ג'עפענט א הערליכע וואסער פראנט ס'איז אפען פאר די פובליק, א הערליך פלאץ אויפן וואסער, נישט שלעכט פאר א זינטאג מיט די קינדער

איין זאך נאר ס'קען זיין זייער אנגעלייגט....

זונטאג אוגוסט 07, 2011 7:31 pm

נא וואו קען מען גיין פאר אגאנצען טאג?
שרייב א תגובה

Advertisement