בלאט 1 פון 1
איך זוך א גוטע קעמערא
פארעפענטליכט: פרייטאג יולי 03, 2009 10:12 am
דורך געדענק
כ'האב געמאכט אביסעל ריסוירטש און געפרעגט עקספעקטען און איך בין אמגעקומען צו א Canon SD960
ביי B&H איז עס דא פאר $385.30 נאך טעקס און דעליווערי
אדאראמא $323.29
ביי CANON אליינס $374.09
בעסט ביי: $329.99
BUYDIG.COM האט עס פאר $299.00
עמעזאן $284.49
סטאפ & שאפ דיזשיטאל $179.00
יעצט איז מיין שאלה ווי אזוי קען זיין אז דער לעצטער זאל עס האבען פאר אזוי ביליג?
וואט איז די קעטש?
פארעפענטליכט: פרייטאג יולי 03, 2009 10:13 am
דורך געדענק
פארעפענטליכט: פרייטאג יולי 03, 2009 10:21 am
דורך mz1268
יאך זיך אויך, זאג נאר -געדענק- וואס איז עפעס אזוי מיט דעי SD960 ?
פארעפענטליכט: פרייטאג יולי 03, 2009 10:25 am
דורך וויכטיג מאכער
ראשית, ס'שוין דא א אשכול וועגן קעמערעס, ס'ליגט אדער ביי קאמפיוטער, אדער ביי גראפיק'ס.. געדענקעך נישט.. דארט קען זיין נוצליכע אינפערמאציע..
שנית, אויף איבעי, עמעזאן, קענסטו אמאל טרעפן מציאות.. אבער טריי ענדערש צו גיין צו א לעדזשיד דיללער, ווי איינער וואס איז אנאנאמיס.. יענער קען דיך אפריפן, אז דו וועסט פארגעסן דיין ניק..
פארעפענטליכט: פרייטאג יולי 03, 2009 10:51 am
דורך געדענק
mz1268 האט געשריבן:יאך זיך אויך, זאג נאר -געדענק- וואס איז עפעס אזוי מיט דעי SD960 ?
ס'האט א 28mm זאאאאם
און ס'איז די ביליגסטע קענאן קעמערעא מיט די סארט זאאם (אדער ענגעל, כ'ווייס נישט פונקטליך אפילו וואס דאס איז)
און ווי אויך זאגען זיי אז ס'איז זייער שארפ און גוט
פארעפענטליכט: פרייטאג יולי 03, 2009 10:58 am
דורך געדענק
וויכטיג מאכער האט געשריבן:ראשית, ס'שוין דא א אשכול וועגן קעמערעס, ס'ליגט אדער ביי קאמפיוטער, אדער ביי גראפיק'ס.. געדענקעך נישט.. דארט קען זיין נוצליכע אינפערמאציע..
אדרבא ברענג מיר א לינק.
שנית, אויף איבעי, עמעזאן, קענסטו אמאל טרעפן מציאות.. אבער טריי ענדערש צו גיין צו א לעדזשיד דיללער, ווי איינער וואס איז אנאנאמיס.. יענער קען דיך אפריפן, אז דו וועסט פארגעסן דיין ניק..
וואס הייסט "אפריפען"? ער וועט מיא שיקען א טויטע קאץ איינגעפארט אין אעפינג פעיפער?
און ס'לוינט זיך נישט צו טאייען?
והשלישית והעיקר, כ'האב געמיינט אז B&H איז די ביליגסטע? דערווייל זעה איך אז ס'איז די טייערסטע וואס כ'הב נאר געטראפען.
פארעפענטליכט: פרייטאג יולי 03, 2009 1:03 pm
דורך וויכטיג מאכער
קודם
דא האט איר א לינק (טענקס חני.)
אפריפן מיינט, שיקן א ריפוירבידזש'ד.. וכד' וואס האט נישט קיין גאראנטי..
אפילו בי ענד עידזש איז טייערער, וחי אחיך עמך איז די זעלבע דאורייתא ווי ד' מינים וואס דו צאלסט אסאאאך.. סאו אויב נישט ביי אדאראמא, אדער א צווייטן יוד, גיי צו בי ענד עידזש, זיי האלטן אויף 7-800 יונגעלייט..
עניוועי, אז דו קויפסט ביי א היימישען, וועסטו נישט חרטה האבן, צוליב א רעסיט, וכד'..
פארעפענטליכט: פרייטאג יולי 03, 2009 2:45 pm
דורך KUPSTHICK
mack sure it dosent use 2 aa battries it has a very short life from my own experience
פארעפענטליכט: פרייטאג יולי 03, 2009 3:05 pm
דורך וויכטיג מאכער
קאפשטיק, ס'ווענצעך וועלעכע בעטעיר'ס מ'נוצט, אויב מ'נוצט ליטיום בעטערי'ס, האלטעס היבש לאנג... אויסערדעם, קען מען נוצן ריטשארדזשעבעל בעטערי'ס..
איך האב די A-630.. ס'נוצט AA בעטערי'ס.. איך האב א רעפיד ריטשארדזשעבעל בעטערי פעק, (ס'ריטשארדזש'ד די בעטערי אין א שעה..) מיט א פעקל ליטיום בעטערי'ס.. איך גיי למשל צו א שמחה, נוץ איך די ריטשארדזשעבעל בעטערי'ס.. אויב ס'נוצט זיך אויס אינמיטן, לייגעכעס טשארדזשען פאר א שעה, דערווייל לייגעך אריין די ליטיום סעטערי'ס, און ווען ס'ענדיגט זיך צו ריטשארדזשען, טוישעך צוריק..
פארעפענטליכט: פרייטאג יולי 03, 2009 4:13 pm
דורך קרעמער
מיין קעמרע פארנוצט מורא'דיג שנעל די בעטערי קראפט, איך האב עס שוין צוריקגעשיקט צו CANON, זיי האבן עס כלומר'שט פארראכטן, אבער עס איז נאך אלץ כדאתמול. איך נוץ ממש נישט דעם קעמרע צוליב די סיבה (און ווער האט שאדן דערפון אויב נישט די קרעטשמע?).
פארעפענטליכט: פרייטאג יולי 03, 2009 5:30 pm
דורך געדענק
KUPSTHICK האט געשריבן:mack sure it dosent use 2 aa battries it has a very short life from my own experience
איינע פון די סיבות פארוואס איך קויף א נייע איז טאקע וועגן די בעטעריס
איך צאל יעצט א יאר פאר "ריטשארשעבעל" בעטעריס כמעט אזויפיל וויפיל א נייע קעמערא קאסט.
און וויכי, וועגן די חלק פון שטיצען א יוד ביסטו 100 פראצענט גערעכט, כ'האב אויך נישט ליעב ווען מ'ענטפערט מיר אז "די גוי איז מיט 10 סענט ביליגער" אבער דא איז א חילוק פון 200 בערך דאלער!
אויב דטעלט זיך ארויס אז ביי די גוי באקום איך די זעלבע זאך ווי ביים איד פאר אזוי סאך ביליגער וועל איך אי"ה קויפען ביים גוי,
ס'איז אויסגעהאלטען סיי על פי תורה און סיי על פי מענטשליכקייט.
פארעפענטליכט: פרייטאג יולי 03, 2009 6:37 pm
דורך געלעגער
געדענק טייערע מ'האלט יעצט אין סאמע ברען פין זיך גרייטן צים שבת, אבער אז א איד בעט א טובה קאן מען נישט אפזאגען, איז אזוי.
קודם זאלסטו וויסן א כלל, אויפ יעדע אנליין סטאר אין נאך דערצו אויף גיפט אייטמס זענען דא מער גנבים אין רויבערס ווי נישט, וואס איך מיין צי זאגען איז, אז מ'דארף זייער אבאכט געבען נישט אריין ציפאלן, אויף דעם קען איך שרייבן אין שרייבן אן א שיעור איך בין זייער באהאווענט אין די ליין, זייענדיג א וויקטים,
די ערשטע זאך וואס מ'דארף קוקן איז אויף די היסטארע פין די קאמפעני אין ווי ציפרידן זייערע קאסטומערס זענען, אויף דעם איז דא א וועב זייטל וואס הייסט
http://www.resellerratings.comדארט קענסטו סערטשען אין טרעפען שטוינענדע רעזולטאטען,
אויף דעם סטאפ אין שאפ האט ער א נאמבער וואס איך מיין ווען די וועסט קיקען דעראויפ וועט איר שוין גארנישט וועלען דארט קויפן,
פין א צעהן פארצענט ציפרידענהייט ראטע האט ער נישט זוכה געוועהן אפילו צי א גאנצע פארצענט (ער איז( .65
אקעי די בעלל קלינגט איך דארפ נאך לויפן אין מקוה, איך וועל צירוק זיין נעקסטע וואך בעזר הבורא..
גוט שבת
פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 31, 2013 12:50 pm
דורך שנאפס
געדענק האט געשריבן:כ'האב געמאכט אביסעל ריסוירטש און געפרעגט עקספעקטען און איך בין אמגעקומען צו א Canon SD960
ביי B&H איז עס דא פאר $385.30 נאך טעקס און דעליווערי
אדאראמא $323.29
ביי CANON אליינס $374.09
בעסט ביי: $329.99
BUYDIG.COM האט עס פאר $299.00
עמעזאן $284.49
סטאפ & שאפ דיזשיטאל $179.00
יעצט איז מיין שאלה ווי אזוי קען זיין אז דער לעצטער זאל עס האבען פאר אזוי ביליג?
וואט איז די קעטש?
סתם פאר אינטערעסאנטקייט, דער וועבסייט איז שוין נישט בנמצא, זיכער געווען א גנב, איך האף אז אונזער חבר האט נישט געקויפט דארט
פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 31, 2013 12:58 pm
דורך משזר