בלאט 1 פון 1
הכנסת אורחים היכי דמי????
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 02, 2009 10:01 am
דורך בן יועזר
סאיז מיר אויסגעקומען צי וויילן א ויילע אין קרית יואל, אין כזוך א פלאץ (אפיס וכדו') ווי צי קענען פארברענגן אפאר שעה דורכן טאג אין כדארף נאר א טישל מיט א נעט קאנעקשן,
נאכאמל סאיז נאר פאר א צוויי שעה אין כוועל קיינעם נישט באדערען,
נ.ב. כבין גרייט צוצאלן א מינימאלן פרייז טאמער ספעלט אויס
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 02, 2009 11:58 am
דורך לאז געמאכט
האסט א לעפטאפ מיט א קאר?
אויב יא קענסטו כאפן ווייפיי סיי ווי און ארבעטן פון די קאר, פאר צוויי שעה איזעס נישט געפערליך.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 02, 2009 1:26 pm
דורך יאנאש
ברויכסט נאך?
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 02, 2009 1:32 pm
דורך בן יועזר
יא
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 02, 2009 2:17 pm
דורך ביזנעסקאפ
יאך האב שוין לאנג געהאלטן פון אזא פלאן אז עס זאל זיין א פלאץ פון אפיסעס וואס מען קען דינגען פאר די שעה/טאג/און בדיעבד וואך, וואס זאל זיין אויסגעשטאט מיט ערקאנדישאן/סטיעם, טיש און בענקל און "ווייפיי" (מיט דשעי נעט) פארשטייט זיך. עס איז פארהאן אסאך וואס ברויכען נישט קיין אפיס אגאנצן טאג נאר פאר אפאאר שעה דאס וואלט געווען א גאוואלדיגע ישועה פאר דיע. פון א ביזנעס שטאנדפונקט קען מען בעטן היפש מער ווי אפיסעס וואס מען דינגט פער חודש לכן אז איינער האלט דערביי וואלט עס מן הסתם נישט געווען קיין שלעכטע אינוועסטמענט.
איין מינוט כ'האב עפעס פארגעסן, יעדער וועט מוזן קומען מיטן אייגענעם לעפטאפ, דאס וועט גריגער מאכן אז נאר ערענסטע באנוצער זאלן נוצען די סערוויס.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 02, 2009 3:19 pm
דורך לאז געמאכט
עס איז געווען גוט עדווערטייזט אזא סירוועס אין ווימ"ס א צייט צוריק, כ'ווייס נישט צו ס'האט מצליח געווען
פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 13, 2009 6:18 pm
דורך בן יועזר
כאן המקום להודות פאר אונזער חשובע מעמבער מר. ראמני וואס האטזיך אוועקגעגעבן בלב ונפש מיך ארויס צי העלפן שכח שכח