בלאט 1 פון 2
וואו קען מען גיין שווימען אין די סיטי?
פארעפענטליכט: פרייטאג יוני 26, 2009 9:04 am
דורך bailout
וואו קען מען גיין שווימען אין די סיטי?
די זומער איז שוין דא, ס'האט זיך אראפגעלאזט א מין קאנטרי רוהיגקייט דא אין שטאט ס'קען גארנישט זיין בעסער,ווי א איד האט זיך אויסגעדריקט אז מ'זאל נאר נישט דערציילן פאר די וואס פארן אוועק ווי גוט ס'איז, ווייל כ'הא מורא אז זיי וועלן מיר נאך דא בלייבן, ב''ה מ'האמיר שוין פרייוועסי, אלע שכינים זענען אוועקגעפארן, איין זאך דארף איך נאך א סווימינג פול, פאר מוצאי שבת למשל אדער זונטאג, עס איז דא עפעס א נייע זאך ביי ילד וילדה און ב.פ. אויב איינער ווייסט מער דיטעילס, אדער סיי וועלכע אנדערע באטעמטע פלאץ זאל זיך דא מעלדן.
און אפשר.... אויב מ'קען מאכן א שטיקל קומזיץ אן די פול......
פארעפענטליכט: פרייטאג יוני 26, 2009 9:17 am
דורך וויכטיג מאכער
גאמאנימעצארעף...
פארעפענטליכט: פרייטאג יוני 26, 2009 10:03 am
דורך שעפטיל
פאר אלע אידן געוואונטשען אזעלכע השגות..
בעלאט, כ'מיין אונז זאלמער אריינלאזן אויך די קאנטרי אידן..
פארעפענטליכט: פרייטאג יוני 26, 2009 10:25 am
דורך יא יא
אין קראון הייטס איז דא א פאאל אין די (כמיין) אהלי יעקב בנין אויף איסטערן פארקוועי.
פארעפענטליכט: פרייטאג יוני 26, 2009 10:39 am
דורך bailout
ביסט שוין דארט געווען וואס זענען די ראטעס. כ'מיין מ'דארף דאך צאלן פארן פריץ
און וואס זענען די שעות.
און אויך צו איז עס א געשמאקע פלאץ? אדער א ד' על ד'?
פארעפענטליכט: פרייטאג יוני 26, 2009 10:55 am
דורך יגרסהדותא
און אויך צו מ'מעג דייווען...
פארעפענטליכט: פרייטאג יוני 26, 2009 10:57 am
דורך bailout
יגרסהדותא האט געשריבן:און אויך צו מ'מעג דייווען...
ייש''כ פארן מיר מער אנרייצן!
פארעפענטליכט: פרייטאג יוני 26, 2009 11:49 am
דורך bailout
פארעפענטליכט: פרייטאג יוני 26, 2009 3:38 pm
דורך געלעגער
יא יא האט געשריבן:אין קראון הייטס איז דא א פאאל אין די (כמיין) אהלי יעקב בנין אויף איסטערן פארקוועי.
אויב מיין זכרון פארפירט מיך נישט,
ס'קאסט 4 דאללער פין 7 ביז 11 איך געדענק נישט די טעג אין די וואך ווען ס'איז אפען עפעס צוויי מאל א וואך,
אבער דאס געדענק איך זיכער אז דייווען טאר מען נישט! יגר שעלט!
)נאר ווען די לייוו גארד זעהט נישט)
אין וואס איך געדענק אויך גיט איז אז בליטש איז דא דארט לרחצה...
פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 29, 2009 9:12 am
דורך bailout
האסט אפשר א פאון נאמבער?
וויכי עפעס ווערט שוין! העמער רעדן. האלאו איך באקום די פראנט סיט פון דיין יוקאן.
פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 29, 2009 4:23 pm
דורך ווער בין איך?
קום קיין מאנסי אויף א שווים אין rcc
דאס איז א ריזיגע פאל פון דאכצעמער פערצן אדער זעכצן פוס טיף
איך מיין אז עס קאסט זעקס דאלער
פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 29, 2009 7:06 pm
דורך חידוש נפלא
ווי איז די rcc פול און ווען איז עס אפען? עס איז נישטא קיין תערובות דארט? עפעס ליגט מיר אין קאפ אז אידן דינגען עס ארויס אפאר מאל א וואך און נאר דעמאלס קען מען גיין שווימען, ביטע מער פרטים
פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 30, 2009 1:12 pm
דורך EMT
איינער האט אפשר א נומבער פון די קראונהייטס פול?
פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 30, 2009 1:20 pm
דורך bailout
פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 30, 2009 2:33 pm
דורך פשוט פשט
In Boro Park there is the "Y"
and in Bensonhurst there is the "J"
http://www.jchb.org/in both places there are many chasidishe yungeleit although I did not see any Yukons.
פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 30, 2009 3:05 pm
דורך EMT
די Y אין ב"פ בעטן זייער טייער $15 א נאכט זיי זענען אפען 2 מאל א וואך מאנטאג און מיטוואך
פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 30, 2009 4:32 pm
דורך צום זאך
יעצט - אבער ממש יעצט - קען מען כאפן א שווים אויף די וויליאמסבורגע גאסן.. כאפטס אריין ס'איז פרי...
פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 30, 2009 4:34 pm
דורך חידוש נפלא
צום זאך די ערשטע מאל וואס די שרייבסט עפעס נישט צום זאך....
פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 30, 2009 4:49 pm
דורך צום זאך
נו אויב ס'איז טאקע ס'ערשטע מאל.. איז עס באמת א "חידוש נפלא"...
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 02, 2009 8:11 pm
דורך ווער בין איך?
ווער בין איך? האט געשריבן:קום קיין מאנסי אויף א שווים אין rcc
דאס איז א ריזיגע פאל פון דאכצעמער פערצן אדער זעכצן פוס טיף
איך מיין אז עס קאסט זעקס דאלער
איך געדענק נישט יעצט קיין פרטים, אבער א אידישע קאמפאני דינגט עס ארויס אפאר מאל א וואך (אינקלאדינג מוצאי שבת און זונטאג און דאנערשטאג נאכט)
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 02, 2009 11:12 pm
דורך געלעגער
אקעי, קראון הייטס איז אפען צוויי מאל א וואך פאר מענער, מאנטאג אין מיטוואך פין אכט ביז צעהן,
איך פלאן דארט צי זיין די קימענדיגע וואך,
ווער וויל קימען דזשוינען?
(פאר א סימן מיך צי דערקענען, מיין צווייטע פיס נעגעל איז א פא*גע נעגעל....
אקעי שוין איך האב מורא אז איך האב שוין גערעדט צי סאך...)
פארעפענטליכט: פרייטאג יולי 03, 2009 12:15 am
דורך וויכטיג מאכער
געלעגער, ס'נישט די ערשטע מאל היינט, דו ביסט גוט..
בעילאוט, פארענט פון מיין הויז איז דא א פאאל מיט וואסער, קענסט קומען שווימען..
פארעפענטליכט: פרייטאג יולי 03, 2009 6:48 am
דורך bailout
גלעגער וואס איז די פרייז?
מ'מאכט שוין פלענער פאר די קומזיץ אן די פאל
פארעפענטליכט: פרייטאג יולי 03, 2009 11:00 am
דורך bailout
זי זאגט מיר אז ס'קאסט צוויי דאלער אריינצוגיין, זי איז נישט זיכער ווייל די סקול געבט עס ארויס פאר א צוויייטן וואס יענער עפנט עס פאר די פובליק
פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 06, 2009 9:23 pm
דורך געלעגער
סקאסט א גלאטע פינפער,