בלאט 1 פון 1

טוישן נאמבער פון א נאמבער שלאס

פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 24, 2009 9:54 am
דורך איך_הער
זעענדיג ווי מענטשן מיט פראבלעמען ווערן דא מער ווייניגער געהאלפן, עלעך מיך אויך אהער ווענדן, און לאמער זען צו ס'וועט פאר מיר אויך ארבעטן.

איך האב א נאמבער שלאס אינדערהיים אויף די טוי קלאזעט, און ביז די קינדער האבן נישט געוואוסט די נאמבער איז אלעס געווען כשורה, אלעס צוזאם גענומען, אלל אוו עי סאדען, איינער איזעס געוואר געווארן, און עס אויסגעזאגט בסוד פאר די אנדערע, און פון דארט איזעס ווייטער געפארן, ביז אלע טויס זענען ווידער יעדן טאג אויפן פלאר צושפרייט אין די גאנצע הויז, ווילעך וויסן, צו איך מוז טאקע קויפן א נייע שלאס, (וואס איך קען מיך באשטיין צו שפארן, ווייל סימער זייער שווער ארויס צו נעמען אפילו א איבריגע דאלער פון טאש.) אדער איז שייך צו טוישן נאמבער.

יעצט וואסארא שלאס האבעך? כ'האב פראבירט צו זוכן א פיקטשער ביי גוגל, מיט די קיווארד נאמבער לאק, און זיי האבן מיך געלאזט מישן ביז 49 פעיזשעס, און מיין שלאס איז דארט נישט פארהאנען, סאו כ'וואל פראבירן עס מסביר צו זיין, און כ'האף מ'וועט פארשטיין.

ס'איז א קאמען גאאינג שלאס ביי אנ"ש אויף די קעסטלעך אין בית מדרש, מ'דרייט נישט די נאמבער'ס אהער און אהין, ס'איז פיר עקעכדיג, פון אויבן אראפ איז אביסל לענגער ווי פון רעכטס אויף לינקס, ס'האט צוויי רייעס מיט באטענס, אויף די לינקע זייט לויפן אראפ פינעף באטענס מיט נאמבער'ס פון איינס ביז פינף, און אויף די רעכטע זייט פון זעקס ביז זיראו, און מ'דארף אריין דריקן די קאמבינעישן באטענס, און אזוי עפענט מען עס.

יעצט איז מיין פראגע, ווייסט איר פון וועכע שלאס איך רעד? אויב יא, איז דא א מעגליכקייט גרינגערהייט צו ריסעטן די קאמבינעישן?

יישר כח פון פאראויס פאר די וואס גייען פראבירן צו העלפן.

פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 24, 2009 10:01 am
דורך farshlufen

פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 24, 2009 10:17 am
דורך שטרויזאק
אפשר דאס?
בילד

פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 24, 2009 11:06 am
דורך איך_הער
פארשלאפן, אויף דעי פעיזש וואס דו האסט געלינקט, נישט, אריינציר בינעך נישט געגאנגען, ווייל שטרויזאק האט געברענגט אקוראט פון וואס איך רעד. פיין א בילד האמער שוין, יעצט וואס טיצעך מיט א תירוץ אויף מיין מעין קשיא, קעמען טוישן די קאמבינעישן דערויף?

פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 24, 2009 11:30 am
דורך farshlufen
ר' איך הער, דער שלאס אין דעם בילד פון שטרויזאק האט נישט קיין resettable combination, אידיש גערעדט, עס קומט פון כינע מיט אן אנגעשטעלטע נאמבער וואס מ'קען נישט אליין בייטן.

דא האט איר אן אויסשניט פון דעם קאטאלאג:

פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 24, 2009 11:47 am
דורך שוועמל
איך בין נישט זיכער צי מען קען בכלל טוישן אויף א פעדלאק. אבער אויב יא גייט עס צו בערך אזוי:

דרוק אריין די קאמבינעשאן
שלעפ ארויף דעם רינג און דריי עס ארום קאונטער-קלאק, מאך עס נישט צו
לייג אריין די נייע קאמבינעשאן
מאך עס צו
לייג אריין נאכאמאל די נייע קאמבינעשאן
פרוביר אויב עס עפענט זיך.

דאס איז די כלליותדיגע פראצעדור פון טוישן א נומבער פעדלאק.


פארשלאפן;
כ'אב נישט געוויסט דו ביסט באקאנט אין שלעסער, פון וואו ווייסטו פון קאבא צו זאגן..

פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 24, 2009 11:53 am
דורך farshlufen
שוועמל, צום ווייניגסטנס 80% שבת שלעסער ד"ה מעכאנישע טירן נאמבער שלעסער וואס מען קען נוצן שבת אן קיין פראבלעמען, זענען געמאכט דורך געוועזענע Ilco simplex און היינט Kaba.

פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 24, 2009 8:01 pm
דורך איך_הער
א גרויסן יישר כח הרב פארשלאפן פאר אייער הילף, קודם ווייסעך אז איך האנישט וואס צו חלום'ען.

שוועמל, א דאנק פאר אייך אויך, באט ניין, מ'קען דא גארנישט טון, ווייל ווען די שלאס איז אפן, לאזן זיך די באטענס נישט דרוקן, (וואס אזוי האבן די קינדער אויפגעכאפט די נאמבער.) סאו עט מען מוזן איינהאנדלען א נייע שלאס.

און דעם אשכול לאזן נידערן אין אפגרינד.

פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 24, 2009 10:07 pm
דורך למעלה משבעים
נישט אינגאנצן אזוי צו לאזן נידערן, אדרבה זאל איינער דא ארויף לייגן וועלכע שלאס לוינט זיך צו קויפן וואס מען גייט יא אין פאל פון נויט קענען טוישן. כדי נישט נאכאמאל דורך צו פאלן מיט אזא שלאס.

פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 24, 2009 10:37 pm
דורך שוועמל
עס איז דא עטליכע פעדלאקס וואס מען קען טוישן קאמבינאציע אויף די דערמאנטע וועג.

פרעג אין הארדווער סטאר אדער אין לאקסמיט

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 25, 2009 7:19 pm
דורך געלעגער
איך הער די שלאס דאכצעכ איז פין די ביליגע סארט שלעסער, די דערמאנסט מיך פין אלס יונגעל, איך פלעג זיין א עקספערט אין אויסגעפינען די נאמבער אויף די סארט שלעסער, איך פלעג עפענען זיידעס לעדלעך אין טרעפען שאלעשידעס בילקעלעך פין צוויי וואכען צירוק אין אויך א בייפאקעל גלעזער,
איך וואלט דיר געראטען צי קויפן די אנדערע קאמפעני שלאס (איך גיי פראבירען צי ברענגען א פיקטשער) וואס דארט קענסטו טוישן נאמבער ווען אימער,

פארעפענטליכט: פרייטאג יוני 26, 2009 9:24 am
דורך יגרסהדותא
איךהער, טויש נישט די נומבער ווען אימער... אה נא, קענסט נאך אליינס פארגעסן דיין נומבער.

שיגענער וואס איך בין, דעמאלטס - ווען ער וועט פארגעסן די נומבער - העט ער דאך קענען עפענען א נייע אשכול!... אלעמאל מוז איך זאגן עצות פאר איך טראכט עס דורך..

פארעפענטליכט: פרייטאג יוני 26, 2009 1:42 pm
דורך איך_הער
יגר, יעצט אישוין נישט קיין פראבלעם, איך וועל אראפ רופן געלעגער און ער וועט מיר שוין אויסטרעפן די נאמבער.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 02, 2009 2:36 pm
דורך שמאטע
געלעגער האט געשריבן:איך פלעג עפענען זיידעס לעדלעך אין טרעפען שאלעשידעס בילקעלעך פין צוויי וואכען צירוק אין אויך א בייפאקעל גלעזער,

:wink:

פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 28, 2012 4:44 pm
דורך ריק פערי
קען מיר איינער אנווייזן וויאזוי צו טוישן נומער פון א געווענדליכע טיר-שלאס? (איך ווייס נישט פון וועלכע פירמא, אבער עס קוקט אויס אווי די דאזיגע

פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 28, 2012 4:46 pm
דורך מאנ-יימער
ריק פערי האט געשריבן:קען מיר איינער אנווייזן וויאזוי צו טוישן נומער פון א געווענדליכע טיר-שלאס?

ס'דא עטליכע סארט געווענדליכע טיר שלעסער

פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 28, 2012 4:47 pm
דורך 3x0
לויט מיין אינפארמעישאן קען מען נישט טוישן א נאמבער פון א טיר שלאס. ס'גייט ניטאמאל מיט א נאמבער.

ערענסט גערעדט, וועלכע מין שלאס האסטו?

פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 28, 2012 4:48 pm
דורך ריק פערי
צוגעלייגט א לינק אויבן

יעצט זעה איך די פירמא נאמען UNICAN

פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 28, 2012 4:57 pm
דורך למעלה משבעים
http://coremedia.kaba-ilco.com/access-c ... hment=True
קענסט איבערשרייבן אין אידיש? איך האב נישט קיין קאפ דערצו איצט.

פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 28, 2012 6:02 pm
דורך ריק פערי
יש"כ הרב למעלה!! הקב"ה זאל דיר באצאהלן, די שלאס איז שוין געטוישט.