בלאט 1 פון 1

עטליכע אומבאוויסטע features אויפן סעלפאון

פארעפענטליכט: זונטאג יוני 21, 2009 12:11 pm
דורך 1x1
ס'איז דא א feature אויפן סעלפאון וואס אסאך מענטשן ווייסן נישט, ס'הייסט received requested.

דו לאזט יענעם א וואויסמעיל, און נאכדעם וואס יענער הערטעס אויס, איזעס דיר מודיע אז יענער האטעס שוין אויסגעהערט.

דאס ארבעט נאר אויב ביידע פאונס זענען ספרינט, און נאר ווען דו לאזט די מעסעדזש סטרעיט פון דיין וואויסמעיל (נישט ווען דו רופסט עם, און ער הייבט נישט אויף, און דו לאזט א מעסעדזש).

דרוק 1 און רוף דיין וואויסמעיל, דרוק 2 טא סענד עי מעסעדזש, לייג אריין די 10 דיזשיט סעלפאון וועמען דו ווילסט לאזן די מעסעדזש, דערנאך #, נאכאמאל #, זאג אריין דיין מעסעדזש און דרוק #, (דרוק נאכנישט 1 צו שיקן די מעסעדזש,) דרוק 5 פאר מער אפשענס, דרוק 3 פאר ריסיווד ריקוועסטעד, דרוק 1 צו שיקן דיין מעסעדזש...

און... וואונדערבאר, גלייך נאך יענער הערט אויס די מעסעדזש, באקומסטו א וואויסמעיל, ס'זאגט ווען האסטעס געשיקט, ווען פונקטליך יענער האטעס אויסגעהערט, ס'זאגט אויך איבער די מעסעדזש.

פארעפענטליכט: זונטאג יוני 21, 2009 12:46 pm
דורך שטרויזאק
יישר כח
עס וועט מיר צוניצקומען

פארעפענטליכט: זונטאג יוני 21, 2009 1:13 pm
דורך צום זאך
א גרויסן שקויעך!

טאקע נישט געוויסט דערפון בעפאר, עס איז זייער גוט צו וויסן.. בפרט ווען מ'דיעלט מיט (אומ-) מענטשען וואס האבן קיינמאל נישט באקומען מיין מעסעדזש...

פארעפענטליכט: זונטאג יוני 21, 2009 5:02 pm
דורך יגרסהדותא
אינטערעסאנט, און יש"כ.

Massage Recived

פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 22, 2009 7:02 pm
דורך 1x1
ברוכים תהיה

נא, האטעס איינער פון ענק שוין פראבירט?

פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 22, 2009 7:17 pm
דורך צו די זאך
יישר כח, זייער אינטערסאנט.

פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 24, 2009 10:01 am
דורך 1x1
ניין.
דארפסטעס אראפ שרייבן פאר דו רופסט די וואויסמעיל אויב געדענקסטעס נישט אויסנווענדיג.

פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 24, 2009 12:28 pm
דורך 1x1
ס'איז דא נאך א feature אויפן פאון וואס מענטשן ווייסן נישט, ס'הייסט future delivery.

איז אזוי, קענסט לאזן א מעסעדזש יעצט, און אנשטעלן ווען ס'זאל אנקומען, א שעה ארום, צוויי שעה, מארגן, א וואך, א חודש, ביז א יאר.

דרוק 1 און רוף דיין וואויסמעיל, דרוק 2 טא סענד עי מעסעדזש, לייג אריין די 10 דיזשיט סעלפאון וועמען דו ווילסט לאזן די מעסעדזש, דערנאך #, נאכאמאל #, זאג אריין דיין מעסעדזש און דרוק #, (דרוק נאכנישט 1 צו שיקן די מעסעדזש,) דרוק 5 פאר מער אפשענס, דרוק 4 פאר פיוטשער דיליווערי, ס'וועט דיר זאגן פונקטליך וואס צו דרוקן ווייטער, דרוק 1 צו שיקן דיין מעסעדזש, ס'וועט אנקומען ווען דו האסטעס אנגעשטעלט ס'זאל אנקומען!

וואו ס'קען צינוצקומען:
למשל, ס'שוין שפעט באנאכט, דארפסט עם לאזן וויסן עפעס וויכטיג, שטעלסט אהן ס'זאל אנקומען ווען ער שטייט אויף.

אדער פאר א רימיינדער פאר דיר, לייגסט אריין דיין אייגענע נאמבער, און באקומסט א וואויסמעיל פון דיר אליין גיי צום דענטיסט, פיק אויף דאס, יענץ וכו'.

דעי פיטשער ארבעט אויך ווען דו רופסט יענעם סטרעיט, נאר דרוק 4 נישט 5 פאר מער אפשענס.

מ'קען אויך נוצן ביידע פיטשערס צוזאמען - ריסיווד ריקוועסטעד און פיוטשער דיליווערי, נאכן אנשטעלן איינס דרוק נאכאמאל 5 פאר מער אפשענס און שטעל אן די 2טע זאך, און הערשט נאכדעם דרוק 1 צו שיקן די מעסעדזש.

פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 24, 2009 2:02 pm
דורך שמיציגער
איך ווייס נישט צו דעי ענין וואס איך גיי רעדן יעצט איז נוגע צו דעם אשכול, אבער עפעס האט עס א שייכות צום סעלפאון.
נעכטן נאכט האט מיין בעטערי פון מיין פאון געהאלטן ביי צוויי שטרעכעלעך, וואס געווענליך לאז איך מיין סעלפאון אנגעצונדען ביינאכט, אבער אזוי ווי נעכטן האב איך געזעהן אז עס האלט ביים אויסגיין האב איך באשלאסן אויף נעכטן נאכט עס אויסצולעשן, אבער נאכדעם האב איך באשלאסן יא עס צו לאזן אפן.
אבער אינטערסאנט!... מיין סעלעפאון האט זיך אנגעצונדן, נאכדעם וואס איך האב עס אויסגעלאשן, און עס שרייבט זיך אויף invalid bettery און די פיקטשער פון די בעטערי אויבן ביי די זייט, איז מער נישטא! און די פואן ארבעט נאך ביז יעצט! וואס געווענליך, לויט וואס איך קען מיין פאון, וואלט די בעטערי שוין לאנג נישט געארבעט! וואס מיינט דאס???.....
אגב, מיין פאון איז איינמאל שוין אריינגעפאלן אין וואסער און א יוד האט מיר גע'עצה'ט עס אריינצולייגן אין פריזער, און... ס'ארבעט!!!.....
וואונדער איבער וואונדער!

פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 24, 2009 2:04 pm
דורך שמיציגער
איך האב פארגעסן צו צולייגן אז עס איז שוין געווען רויט, שטארק רויט, סיי די פאון, און סיי די בעטערי!

פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 24, 2009 2:10 pm
דורך שטרויזאק
שמיציגער האט געשריבן:אגב, מיין פאון איז איינמאל שוין אריינגעפאלן אין וואסער און א יוד האט מיר גע'עצה'ט עס אריינצולייגן אין פריזער, און... ס'ארבעט!!!.....
וואונדער איבער וואונדער!

ווען די פאון פאלט אריין אין וואסער ל"ע, איז דא אן עייצה בדוק ומנוסה.
מען לייגט אריין די פאון אין א בעג מיט רויע רייז, און מען סיעלט טייט די בעג.
נאך אפאר שעה איז די פאון טריקן ווי א פעפער ווי ניי.

פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 24, 2009 2:14 pm
דורך שמיציגער
איינער האט מיר געהאט געזאגט די עצה, אבער א צווייטער האט געזאגט אז די קאמפעני אליינס האט אמאל געזאגט פאר איינעם עס אריינצולייגן אין פריזער האב ענדערש אזוי געטוהן.

פארעפענטליכט: דינסטאג יולי 14, 2009 11:55 am
דורך mona lamm
1x1 האט געשריבן:ס'איז דא נאך א feature אויפן פאון וואס מענטשן ווייסן נישט, ס'הייסט future delivery.

איז אזוי, קענסט לאזן א מעסעדזש יעצט, און אנשטעלן ווען ס'זאל אנקומען, א שעה ארום, צוויי שעה, מארגן, א וואך, א חודש, ביז א יאר.

דרוק 1 און רוף דיין וואויסמעיל, דרוק 2 טא סענד עי מעסעדזש, לייג אריין די 10 דיזשיט סעלפאון וועמען דו ווילסט לאזן די מעסעדזש, דערנאך #, נאכאמאל #, זאג אריין דיין מעסעדזש און דרוק #, (דרוק נאכנישט 1 צו שיקן די מעסעדזש,) דרוק 5 פאר מער אפשענס, דרוק 4 פאר פיוטשער דיליווערי, ס'וועט דיר זאגן פונקטליך וואס צו דרוקן ווייטער, דרוק 1 צו שיקן דיין מעסעדזש, ס'וועט אנקומען ווען דו האסטעס אנגעשטעלט ס'זאל אנקומען!

וואו ס'קען צינוצקומען:
למשל, ס'שוין שפעט באנאכט, דארפסט עם לאזן וויסן עפעס וויכטיג, שטעלסט אהן ס'זאל אנקומען ווען ער שטייט אויף.

אדער פאר א רימיינדער פאר דיר, לייגסט אריין דיין אייגענע נאמבער, און באקומסט א וואויסמעיל פון דיר אליין גיי צום דענטיסט, פיק אויף דאס, יענץ וכו'.

דעי פיטשער ארבעט אויך ווען דו רופסט יענעם סטרעיט, נאר דרוק 4 נישט 5 פאר מער אפשענס.

מ'קען אויך נוצן ביידע פיטשערס צוזאמען - ריסיווד ריקוועסטעד און פיוטשער דיליווערי, נאכן אנשטעלן איינס דרוק נאכאמאל 5 פאר מער אפשענס און שטעל אן די 2טע זאך, און הערשט נאכדעם דרוק 1 צו שיקן די מעסעדזש.


זייער אינטערסאנט,
האטעס שוין איינער פראבירט?

פארעפענטליכט: דינסטאג יולי 14, 2009 12:24 pm
דורך שטרויזאק
איך בין געוואר געווארן אז מען קען פארווארדן א וואויסמעיל צו אן אנדערע נומבער.
ד.ה. איך האב באקומען א מעסעדזש פון גרוינם, קען איך כאפן די מעסעדזש אזוי ווי עס גייט און שטייט און שיקן צו מוישה.
נאכן הערן די מעסעדזש דריק:
    0 - פאר מאור אפשענס.
    6 - טו פארווארד.
נאכדעם לייג אריין די דעסטינאציע וואו דו ווילסט עס שיקן. און אן אינטראדאקשען וואס דו שיקסט, פון וועם און פארוואס צב"ש
אגוטן מוישה: די מעסעדזש האב איך באקומען פון גרוינם, הער עס אויס און לאך א גוטס.
און היידא סענד און געגאנגען.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 23, 2009 1:07 pm
דורך הערשי קניהויז
שטרויזאק, איז זעה אז עס גייט נאר פון ספרינט צו ספרינט, איך האב פראבירט צו שיקן צו א ווערייזען פאון און עס איז נישט אדורך.

פארעפענטליכט: זונטאג יולי 26, 2009 1:18 am
דורך אנאנימער
יא הערשעלע עס גייט נאר פון ספרינט צו ספרינט, און די זעלבע זאך פון ווערייזן צו ווערייזאן.

פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 19, 2009 3:43 pm
דורך משיח
אויב ווילט איר מ'זאל נישט קענען פארוועדן אייער וואויס מעיל, דאן מארקט עס "פרייוועט" איידער איר דריקט "איינס" עס צו שיקן.

מענין לענין: אויך קען מען מארקן די מעסידז "אורג'ענט" (וויכטיג), אז אויב יענער האט עטליכע אומגעהערטע מעסידזעס וועט דיין מעסידז ארויפקומען די ערשטע.