בלאט 1 פון 1
אידיש איבערטייטשער
פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 10, 2009 5:04 pm
דורך משה פאפקארען
מיר היימישע יודען וואס מיר באניצען זיך מייסטענס מיט מאמע לשון, אז כדי מיר זאלען קענען ליינען אדער שרייבען וואלט געווען וויכטוג עס זאל זיין א א טרענסעלעטער "פין" אינזער שפראך אין "צי" אינזער שפראך כדי אז ווען מיר ווילען שרייבען עפעס אין ענגליש זאלען מיר עס קענען שרייבען אין אידיש אין נאכער אריבער פירען צי ענגליש, ווייטער אויב ווילען מיר ליינען עפעס אין ענגליש זאל מען עס קענען אריבער פירען צי אידיש, אזוי ווי עס איז דא אין אלע אנדערע שפראכען, איז ווער עס ווייסט עפעס וועגען דעם ענין זאל זיך אנריפען. ;l;p-
פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 10, 2009 11:42 pm
דורך קריאת שמע
איך ווייס פון א טרענסלעיטער פון עברית צו English און פארקערט
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 11, 2009 8:48 am
דורך משה פאפקארען
מיינט איר אפשר באבילאן?
http://www.babylon.com
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 11, 2009 11:41 am
דורך בעל בית
איך זיך אויך אזא פראגראם
טרענסלעיטער
פארעפענטליכט: פרייטאג יוני 12, 2009 12:03 pm
דורך משה פאפקארען
איך האב האב אן געריפען באבילאן פאר אפאר חדשים צירוק אין איך האב זיי געפרעגט אויב זייער פראגראם טרענסעלעיט אידיש האבען זיי גענפערט אז יא, בין איך געגאנגען בתמימת אין געקויפט די פראגראם, אין.....
פארעפענטליכט: פרייטאג יוני 12, 2009 12:13 pm
דורך משה פאפקארען
וואס יא? זאגען זיי אז מען קען דאנלאדען פין זייער וועבסייד נאך דיקשענעריס אויך אין אידיש, האבען מיר אזוי געטון, למעשה זעט אויס אזוי, טעקסט טרענסעלעשן איז נאר דא אויף די שבעים לשנות וואס קימט אין די דראפדאן ליסט ווען מען קויפט די פראגראם, די דיקשענעריס וואס מען קען דאנלאדען פין זייער וועבסייד דאס איז נאר א דיקשענערי איבערציטייטשען ווערטער אין נישט קיין טעקסט (גאנצע נוסח)
פארעפענטליכט: פרייטאג יוני 19, 2009 12:35 pm
דורך משה פאפקארען
קיינער האט טאקע נישט וואס מוסף צי זיין איבער דעם ענין?