בלאט 1 פון 1
סעל פאון פאר די אידענע!!!
פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 09, 2009 1:41 pm
דורך ווייסעך וואס
מיין ווייב בעט מיר שוין א לאנגע צייט אז זי מוז האבן א סעל פאון. פאר עטליכע סיבות:
1) ווייל כמעט אלע אירע שוועסטערס און פרענדס האבן. (גאנץ א גוטע סיבה).
2) ווייל ווען זי גייט ארויס שאפינג אין וואדבערי קאמען, - דארט איז שוין נישטא קיין פובליק פאונס - האט זי נישט קיין וועג מיך צו קאלן אז איך זאל איר קומען אויף פיקן.
3) די קינדער נוצען זייער א אסאך די געהעריגע טעלפאון צו מאכן האום ווערק, און זי קען ווען באמת נוצען נאך א ליין.
4) זי זאל קענען קאלן לאנג דיסטענס אנע קאלינג קארד.
5) ווען זי גייט ארויס יעדן מיטוואך איינקויפן האט זי א לאנגע וועג צו גיין ביז אין שאפינג סענטער, און עס איז איר זייער לאנג-ווייליג אויפן וועג, וויל זי האבן מיט וועם צו שטיפן די צייט.
6) (און דאס איז די לעצטע) אז אויב איך זוך איר אמאל זייער וויכטיג ווען זי איז נישט אינדערהיים, זאל איך איר קענען גרינג טרעפן.
עס איז מיר אינטערסאנט וואס דער עולם האלט, וואס זענען די מעלות און חסרונות, וואספארא נוצען קען איך האבן דערפון, און וואספארא קאפוויי קען דאס מיר נאך אנברענגען.
באמת האב איך שוין היינט נישט קיין ברירה, איך מוז איר עס שוין נאך געבן, עס איז מיר נאר אינטערסאנט וואסערע עקספיריענס דער עולם האט מיט אזא אנשיקעניש.
שוין! און אז כ'האב באשלאסן אז איך גיי איר עס נאך געבן, וויל איך נישט ספענדן קיין סאך, ווייסט איינער וועלכע קאמפאני איז די ביליגסטע היינט צו טאג?
פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 09, 2009 3:08 pm
דורך פאטאקי08
איך האב איר געקויפט א פרי פעיד 10 סענט א מינוט
שטייצעך טעקסט איז האלב די פרייז
עס קומט מיר אויס ארום 25 דאללער א חודש
פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 09, 2009 4:30 pm
דורך קאמענטאטאר
כ'האב געטון ווי פאטאקי און דערווייל ארבעט עס... איינמאל זי שפירט אז יעדע רגע קאסט, טראכט זי צוויי מאל בעפאר און וואס קלערסטו? נע, ס'נישט אזוי וויכטיג... כ'העל איר שוין קאלן פונדערהיים...
פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 09, 2009 6:06 pm
דורך צדיק מושל
ווייסעך וואס האט געשריבן:1) ווייל כמעט אלע אירע שוועסטערס און פרענדס האבן. (גאנץ א גוטע סיבה).
5) ווען זי גייט ארויס יעדן מיטוואך איינקויפן האט זי א לאנגע וועג צו גיין ביז אין שאפינג סענטער, און עס איז איר זייער לאנג-ווייליג אויפן וועג, וויל זי האבן מיט וועם צו שטיפן די צייט.
די ערשטע איז א קרענק נישט א סיבה,
די אנדערע אויבן דערמאנטע איז אסור על פי הלכה, נישט קיין חומרא.
פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 09, 2009 6:13 pm
דורך ווייסעך וואס
קאמענטאטאר האט געשריבן:איינמאל זי שפירט אז יעדע רגע קאסט, טראכט זי צוויי מאל בעפאר און וואס קלערסטו? נע, ס'נישט אזוי וויכטיג... כ'העל איר שוין קאלן פונדערהיים...
קאסט פאר וועם? פאר איר? אדער פאר מיר?
יא יא! אויב זי שפירט אז עס קאסט מיר שטיי איך גוט, ביי מיר אין שטוב איז איינגעפירט אז איך צאל די בילס, נישט זי...
פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 09, 2009 8:14 pm
דורך לוסטיג
לאמיר דיר זאגן (אויב די ביסט אפילו אינטערסירט צו הערן..) אויספירן וועסטו עניוועי נישט, סוי ס'איז א שאד צו פארברענגען צייט אויף דעם, ענדערש גיי מאך אפאר דולער אין די איצטיגע שווערע אקאנאמיע.
אין ווער ס'איז ביליגער מיינעך אז ספרינט, איך האב א ספרינט פעמעלי פלען, פאר מיר און פאר מיין ווייב אין וויבאלט זי האט עס רעדט זי כמעט קיינמאל דערוף, ס'איז נאר משום מראות ה'עיין... וכן נוהגים!
פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 09, 2009 8:52 pm
דורך וויכטיג מאכער
הגה.. איך האב איר צוגעשטעלט א אנלימיטיד פלען, כדי זי זאלעס לאזן אינדערהיים, ויויל זי האט פארגעסן עס צו ריטשארדזשען, ווען איך וויל איר רופן.. (יא יא, ס'נישט קיין דזשאוק.. איך קען איר קיינמאל נישט ריטשען.. אדער וויל זי האטעס נישט מיטגענומען, אדער איז די רינגער אף, ווייל זי איז אויפן גאס..)
אבער, ס'האט א מעלה, ווען איך בין ביי א מיטינג/קאנפערענץ, איך קען נישט אויפהייבן, טעקסט זי אריין, אויב זי וויל עפעס וויכטיג, און איך ענטפער..
וועגן יודישקייט, קען איך נישט רעדן, אבער דו דארפסט קענען דיין ווייב..
פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 09, 2009 9:16 pm
דורך כולל יונגערמאן
איך האלט אז דו זאלסט עד'ן א פאון צו דיין אקאונט פאר נאך 10 דאלער א חודש, און זיך אויסנעמען מיט איר די פאלגענדענע תנאים:
1 נישט קאלן קיינעם ווען זי איז אויפן גאס
2 נישט אויפהייבן אויפן גאס (אדער אויפהייבן און זאגן ''איך קען נישט רעדן איך בין אויפן גאס'')
3 ווען עס זייער זייער וויכטיג צו קאלן פון גאס אדער שאפפינג, זאל זי נאר רעדן וואס עס פעלט זיך אויס לצורך השאפפינג
4 אינדערהיים קען זי רעדן וויפיל זי וויל
פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 10, 2009 10:25 am
דורך ווייסעך וואס
כולל יונגערמאן האט געשריבן:איך האלט אז דו זאלסט עד'ן א פאון צו דיין אקאונט פאר נאך 10 דאלער א חודש,
כולל יונגערמאן! עס איז דא אזא זאך? איך האב מיין פלען ביי ספרינט, קען מען דארט צו לייגן פאר 10 דאלאר נאך א פאון? און עס וועט האבן די זעלבע פיטשערס ווי איך האב? אנלימעטעד?
אויב יא איז דאס זייער א גוטע פלאן, טו גאאד טו בי טראו!!!
פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 10, 2009 11:10 am
דורך קאמענטאטאר
וויכטיג מאכער שרייבט:
הגה.. איך האב איר צוגעשטעלט א אנלימיטיד פלען, כדי זי זאלעס לאזן אינדערהיים, ויויל זי האט פארגעסן עס צו ריטשארדזשען, ווען איך וויל איר רופן.. (יא יא, ס'נישט קיין דזשאוק.. איך קען איר קיינמאל נישט ריטשען.. אדער וויל זי האטעס נישט מיטגענומען, אדער איז די רינגער אף, ווייל זי איז אויפן גאס..)
יא, דאס איז נאך די בעסט... נעווער עווער קען איך איר ריעטשען, און די עיקר איז אז זי האט א פאון.
פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 10, 2009 11:19 am
דורך צום זאך
ווייסעך וואס האט געשריבן:כולל יונגערמאן האט געשריבן:איך האלט אז דו זאלסט עד'ן א פאון צו דיין אקאונט פאר נאך 10 דאלער א חודש,
כולל יונגערמאן! עס איז דא אזא זאך? איך האב מיין פלען ביי ספרינט, קען מען דארט צו לייגן פאר 10 דאלאר נאך א פאון? און עס וועט האבן די זעלבע פיטשערס ווי איך האב? אנלימעטעד?
אויב יא איז דאס זייער א גוטע פלאן, טו גאאד טו בי טראו!!!
ביי זייער אסאך ספרינט פלענס איז דא די אפציע צוצילייגן א ליין פאר $9.99 א חודש (+טעקס) אדער ביליגער,
און אפילו אויב זיי זאגן דיר אז ביי דיין פלען קען מען נישט, קענסטו אליין פרובירן אויב די האסט א 'ספרינט אנליין אקאונט' וועסטו קענען זען אויב זיי געבן דיר די אפציע. (בדידי הוה עובדא.. זיי האבן גע'טענה'ט אז מ'קען נישט און איך האב געטשעקט אנליין און ס'איז דורך!)
פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 10, 2009 11:38 am
דורך שמערי בערי
ס'ווענצעך צו דו האסט א סינגל פלען אדער נישט.
פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 10, 2009 11:59 am
דורך צום זאך
גערעכט גערעכט...
כ'האב נישט געכאפט אז דו רעדטסט פון א סינגל פלען, צולייגן קען מען געווענליך נאר צו א פעמלי פלען.
פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 10, 2009 7:05 pm
דורך פאטאקי08
קאמענטאטאר האט געשריבן:וויכטיג מאכער שרייבט:
הגה.. איך האב איר צוגעשטעלט א אנלימיטיד פלען, כדי זי זאלעס לאזן אינדערהיים, ויויל זי האט פארגעסן עס צו ריטשארדזשען, ווען איך וויל איר רופן.. (יא יא, ס'נישט קיין דזשאוק.. איך קען איר קיינמאל נישט ריטשען.. אדער וויל זי האטעס נישט מיטגענומען, אדער איז די רינגער אף, ווייל זי איז אויפן גאס..)
יא, דאס איז נאך די בעסט... נעווער עווער קען איך איר ריעטשען, און די עיקר איז אז זי האט א פאון.
פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 10, 2009 7:52 pm
דורך לעווי
צדיק מושל האט געשריבן:ווייסעך וואס האט געשריבן:1) ווייל כמעט אלע אירע שוועסטערס און פרענדס האבן. (גאנץ א גוטע סיבה).
5) ווען זי גייט ארויס יעדן מיטוואך איינקויפן האט זי א לאנגע וועג צו גיין ביז אין שאפינג סענטער, און עס איז איר זייער לאנג-ווייליג אויפן וועג, וויל זי האבן מיט וועם צו שטיפן די צייט.
די ערשטע איז א קרענק נישט א סיבה,
די אנדערע אויבן דערמאנטע איז אסור
על פי הלכה, נישט קיין חומרא.
בבקשה ממכם, נא לצטט לשון המחבר, רמ"א, רמב"ם אובעל המשנה ברורה וכדו' . יישר כח גדול למפרע.
פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 10, 2009 10:04 pm
דורך קרעמער
דערמאנסט מיר א ווערטל:
אויף די שרייענדע פלאקאטן פון לוח המודעות האבן זיי א שטענדיגע אנאנס וואס ליינט זיך ווי פאלגנד: האט איר שוין אמאל געזען אייער באבע רעדן אויף א סעלפאון אינמיטן די גאס?
האב איך אמאל צוגעשריבן מיט א בלויע פעדער: יא
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 11, 2009 6:14 am
דורך איזאק
חחחחח קרעמער.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 11, 2009 8:16 am
דורך לעווי
קרעמער האט געשריבן:דערמאנסט מיר א ווערטל:
אויף די שרייענדע פלאקאטן פון לוח המודעות האבן זיי א שטענדיגע אנאנס וואס ליינט זיך ווי פאלגנד: האט איר שוין אמאל געזען אייער באבע רעדן אויף א סעלפאון אינמיטן די גאס?
האב איך אמאל צוגעשריבן מיט א בלויע פעדער: יא
חחחח, דו ביסט עס געווען? כ'האב געוואלט ברענגן א בילד דערפון צום קרעטשמע.
עניוועי, ערענסט גערעדט, איך ווארט פאר אן ענטפער.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 11, 2009 8:24 am
דורך יגרסהדותא
א'ווי וויכי; זי האט א פאן, ס'מאכט אירע נערווען אסאך רואיגער, און יא, איך ספענד היבש געלט כדאי מיין ווייב'ס נערווען זאלן זיין רואיג [א גט שוין נישט, דאס איז שוין צו עקספענסיוו...], איך שפיר אז דאס איז דאס וויכטיגסטע זאך און א אידיש שטוב, א רואיגע רביצין.
יא, זי לאזט עס איבער, זי פארבארגט עס ווען מ'גייט צו חתונות, איך קען איר כמעט נישט כאפן, אבער ס'איז [ביי מיר עכ"פ] ווערט דאס געלט.
פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 15, 2009 4:41 pm
דורך שרייבטאראפ
יגרסהדותא האט געשריבן:
יא, זי לאזט עס איבער, איך קען איר כמעט נישט כאפן, .
אקוראט דאס פאסירט ביי מיר אויך,

פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 15, 2009 5:36 pm
דורך קאמענטאטאר
אין בעסטן פאל ליגט עס אין פאקעט בוק און ס'איז אויף ווייברעיט, אזוי קען איך נישטאמאל האבן טענות...