בלאט 1 פון 2

א האטעל און די אידישע געגענט פון מאנטריאל?

פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 08, 2009 10:46 am
דורך וואלוועלע
טייערע מעמבער'ס ביטע העלפט מיר ארויס,

איך זוך אויב ס'איז דא א האטעל און די אידישע געגענט און מאנטריאל, איך מיין אז עפעס דארף זיך צו געפינען אפטאון, איך דארף פאר איצט זייער נויטיג אינפראומעישאן,

פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 08, 2009 10:50 am
דורך יאנאש
דו זוכסט דייקא אין די אפטאון געגענט אדער דייקא אוטרעמאנט געגענט?

אויף וואכן אדער אויף שבת?

האסט א קאר אדער גייסט מיט א באס/פליגער/טרעין?

פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 08, 2009 10:55 am
דורך וואלוועלע
נישט קיי נפק"מ צ אפטאון אדער דאונטאון, אבער דארף דייקא זיין און איינע פון די 2 געגענטער, אז מען זאל קענען גיין צופיס און ביהמ"ד מקוה וכדו', פאר וועם איך זוך עס האט נישט קיין קאר,

עניוועי שקויעך יאנאש פאר זיך ווארעם אנרופן ביטע אויב די קענסט מיר מער העלפן איי ואאלד איפרישיעיטעד

פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 08, 2009 10:58 am
דורך אונגארישער
מיט עסן אן עסן ?

פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 08, 2009 11:03 am
דורך וואלוועלע
די האסט א אפשען פון 2?

פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 08, 2009 11:05 am
דורך אונגארישער
פאר איך מאך א פאון קאל וויל איך וויסן פין וואס מרעדט

פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 08, 2009 11:11 am
דורך וואלוועלע
מוז נישט זיין עסען, איך וועל דיר זאגן נאכנער איך ווייס שויןאז די האטעל הייסט קוואליטי האטעל, אבער ווען איך מאך א סוירטש אויף quality hotel outremont קומט מיר ארויף 3 און איך ווייס נישט וועלכע איך דארף האבן

פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 08, 2009 11:47 am
דורך יאנאש
אויב מוז עס זיין א קוואלעטי איז די בעסטע דיעזע אויף די'קערי, עס איז נאנט (אינמיטן) די אפטאון געגענט.

פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 08, 2009 11:49 am
דורך ווער בין איך?

פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 08, 2009 11:59 am
דורך יאנאש
און דארט זעהט ער אז?

פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 08, 2009 12:06 pm
דורך ווער בין איך?
דאס איז וואס מען זעהט דארט

http://www.qualityhotelmidtown.com/

פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 08, 2009 12:09 pm
דורך אונגארישער
דאס איז וואקינג דיסטענס צים היימישען געגענט סאיז אויף פארק עוו


514) 274-5000

פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 08, 2009 1:13 pm
דורך יאנאש
ווער בין איך? האט געשריבן:דאס איז וואס מען זעהט דארט

http://www.qualityhotelmidtown.com/


דאס זעהט ער דאך דא אויכעט :evil:

אונגארישער, זייער אינטערסאנט, כאב נאך נישט געהערט פון יענעם האטעל, עס איז טאקע זייער נאנט ממש זעק סמינוט פונעם סאטמארן שול, האסטו דאס סתם געטראפן אנליין אדער דו ווייסט פון איינער וואס איז דארט געווען, ווייל אנליין קען איך דיר טרעפן נאך נענטער.

פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 08, 2009 1:35 pm
דורך אונגארישער
איך האב געזאגט איך גיי מאכן א פאון קאל האב איך געריפן מיין חבר וואס וואינט דארט אין ער האט מיר דאס געגעבן

סאיז מער ווי זעקס מניט

פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 08, 2009 2:57 pm
דורך יאנאש
איך האב נישט קיין נערווען צו טשעקן נאכאמאל פונקליך וואו עס איז אבער אויב דענק איך גוט איז עס אויף פארק ביי א גאס פאר סענט דשאסעף וואס דאס איז זעקס מינוט פון האטשיסאן ביי סענט וויעטער.

אפשר געסטו א פרעג דיין ידיד אויב ער איז שוין אריין דארט אדער ער האט עס געטראפן אויפן געוועב, כעל דיר זאגן פארוואס איך פרעג, וויפיל איך ווייס שטייט קיינער נישט דארט איין (אפי' נישט שבת) סאו איז מיר אינטערסאנט צו וויסן אויב עס איז א חזר שטאל.

פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 08, 2009 3:30 pm
דורך אונגארישער
אקעי

פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 08, 2009 3:39 pm
דורך שמערי בערי
וואו איז סאכדעס? ווייסט ער נישט אביסל אינפארמאציע אויף מאנטריאל...??? :wink:

פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 08, 2009 3:48 pm
דורך lebediger berel
מאך זיכער צו בעטן א שטוב ווי מ'טאר נישט רייכערן, כ'בין איינמאל אריין געפאלן (מיט 10 יאר צוריק, כ'גדענק נישט מער פרטים) אין א האטעל, ס'האט אזוי געשמעקט, כ'האב נישט געקענט שלאפן אגאנצע נאכט

פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 08, 2009 5:25 pm
דורך ווער בין איך?
טאמער ווילסטו מער פרטים קען איך דיר געבן די נאמבער פון מיין ברודער וואס וואוינט דארט, קאנטאקט מיר אין טאלק

ווקאציע אין מאנטריאל.

פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 18, 2014 9:55 am
דורך להגדיל שמו
אזוי ווי עס גייט מיר אויס קימען צי זיין אין קענעדע נאך שבעות, לרגל א חתנה ביי די משפחה, וויל איך עס שוין אויסניצען פאר וואקאציע.
די חתנה גייט זיין אין טאהש קודש, אבער איך זיך א האטעל אינדרויסען פין טאהש.
איך פלאן ציפארן מיט דריי קינדער, איינס אין א קערידש.
נישט צי ווייט פין טאהש.
ווי קען מען גיין? פארשטייט זיך אויסגעהאלטענע פלעצער.

פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 18, 2014 11:46 am
דורך קהת
ווילסטו וואוינען און א האטעל און מאנטריאל?

אגב מאנטריאל מיט וואקאציע איז א סתירה.

קענסט גיין צו:

Biodome
Botanical gardens
Granby zoo
Safary zoo
There is a few jungles
Laval nature center
Museums

זאג מיר אויב די דארפסט נאך

פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 18, 2014 11:49 am
דורך להגדיל שמו
וואס הייסט "וואוינען" אין א האטעל? איך וויל זיך קווארטירן אין א האטעל, אבער אויב עס איז נישט אינטרעסאנט געב איך אויף.
פאר איך מאך נאך פלעינער, פארוואס איז עס א סתירה?

פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 18, 2014 11:55 am
דורך קהת
כאגעמיינט צו פרעגן אויב די זוכסט א האטעל לעבן טאהש אדער און מאנטריאל.

מאנטריאל איז דא זייער ווייניג פלעצער צו גיין אלע געסט וואס קומען דארט זיכען אייביג ווי צו גיין.

פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 18, 2014 11:58 am
דורך להגדיל שמו
איך וועל דיר זאגען דעם ריינעם אמת, איך האב נישט קיין השגה ווי ווייט מאנטריאל איז פין טאהש.

פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 18, 2014 12:16 pm
דורך קהת
בערך א האלבע שעה