בלאט 2 פון 2
פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 18, 2014 12:24 pm
דורך להגדיל שמו
נענטער צו טאהש איז דא האטעלן?
איך האב נישט געמיינט צי זאגען דוקא אין מאנטריאל.
איך וויל וויסען אויב עס איז דא ווי צי גיין אין די שעה-צוויי ארום טאהש.
פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 18, 2014 1:03 pm
דורך חכם לב
אויב ווילסטו וואקאציע, איז אין טאהש - זומער - גאר א גוטע פלאץ פאר וואקאציע, קענסט עני טיים טרעפן צו דינגען א שיינע דירה אין טאהש, און ועסט האבן אלעס אויפן פלאץ, משא"כ א האטעל איז דא ערגעץ אין גויאישע געגנטער
אין מאנטרעיאל איז נישט כדאי צו גיין זומער, נישט ברוחניות און נישט בגשמיות, אין טאהש איז געשמאק די לופט, און מ'איז צווישן אידן
פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 18, 2014 1:20 pm
דורך להגדיל שמו
אה עפעס ריקט זיך.
ישר כוח.
פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 18, 2014 3:04 pm
דורך תמהואומר
יא ריכטיג, געווןע אמאל זומער א וואך אין טאהש, און שטארק הנאה געהאט פון די ווקציע
פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 18, 2014 3:19 pm
דורך שמן למאור
להגדיל שמו האט געשריבן:אזוי ווי עס גייט מיר אויס קימען צי זיין אין קענעדע נאך שבעות,
אויב איז עס שוין קאנטרי צייט, קענסטו פראבירן איינע םון די קאנטרי'ס דארט, פאר מער ליין
דא.
פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 18, 2014 3:20 pm
דורך להגדיל שמו
ניין. עס איז צוויי וואכען נאך שבעות.
פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 18, 2014 10:52 pm
דורך לכאורה
איך בין אמאל געפארן וואקאציאנירן צו א חתונה אין טאהש, און איינגעשטאנען אין די "לאוואל שעראטאן"
https://maps.google.com/maps?ie=UTF-8&q ... EPwSKAAwCgעס איז היבש נאנט צו טאהש
פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 18, 2014 10:58 pm
דורך להגדיל שמו
ווי אזוי הייסט די האטעל? איך וויל עס גוגלען.
פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 18, 2014 11:51 pm
דורך לכאורה
איך האב דאך געשטעלט א לינק...
דא האסטו פונעם לינק:
Sheraton Laval Hotel
2440 Autoroute des Laurentides, Laval, QC H7T 1X5, Canada
+1 450-687-2440
פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 19, 2014 8:03 am
דורך להגדיל שמו
ישר כוח. עס האט מיר גענימען צי גוגל מעפס.