Advertisement

עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן
די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

א האטעל און די אידישע געגענט פון מאנטריאל?

מאנטאג יוני 08, 2009 10:46 am

טייערע מעמבער'ס ביטע העלפט מיר ארויס,

איך זוך אויב ס'איז דא א האטעל און די אידישע געגענט און מאנטריאל, איך מיין אז עפעס דארף זיך צו געפינען אפטאון, איך דארף פאר איצט זייער נויטיג אינפראומעישאן,

Advertisement

מאנטאג יוני 08, 2009 10:50 am

דו זוכסט דייקא אין די אפטאון געגענט אדער דייקא אוטרעמאנט געגענט?

אויף וואכן אדער אויף שבת?

האסט א קאר אדער גייסט מיט א באס/פליגער/טרעין?

מאנטאג יוני 08, 2009 10:55 am

נישט קיי נפק"מ צ אפטאון אדער דאונטאון, אבער דארף דייקא זיין און איינע פון די 2 געגענטער, אז מען זאל קענען גיין צופיס און ביהמ"ד מקוה וכדו', פאר וועם איך זוך עס האט נישט קיין קאר,

עניוועי שקויעך יאנאש פאר זיך ווארעם אנרופן ביטע אויב די קענסט מיר מער העלפן איי ואאלד איפרישיעיטעד

מאנטאג יוני 08, 2009 10:58 am

מיט עסן אן עסן ?

מאנטאג יוני 08, 2009 11:03 am

די האסט א אפשען פון 2?

מאנטאג יוני 08, 2009 11:05 am

פאר איך מאך א פאון קאל וויל איך וויסן פין וואס מרעדט

מאנטאג יוני 08, 2009 11:11 am

מוז נישט זיין עסען, איך וועל דיר זאגן נאכנער איך ווייס שויןאז די האטעל הייסט קוואליטי האטעל, אבער ווען איך מאך א סוירטש אויף quality hotel outremont קומט מיר ארויף 3 און איך ווייס נישט וועלכע איך דארף האבן

מאנטאג יוני 08, 2009 11:47 am

אויב מוז עס זיין א קוואלעטי איז די בעסטע דיעזע אויף די'קערי, עס איז נאנט (אינמיטן) די אפטאון געגענט.

מאנטאג יוני 08, 2009 11:49 am

קוק דא

מאנטאג יוני 08, 2009 11:59 am

און דארט זעהט ער אז?

מאנטאג יוני 08, 2009 12:06 pm

דאס איז וואס מען זעהט דארט

http://www.qualityhotelmidtown.com/

מאנטאג יוני 08, 2009 12:09 pm

דאס איז וואקינג דיסטענס צים היימישען געגענט סאיז אויף פארק עוו


514) 274-5000

מאנטאג יוני 08, 2009 1:13 pm

ווער בין איך? האט געשריבן:דאס איז וואס מען זעהט דארט

http://www.qualityhotelmidtown.com/


דאס זעהט ער דאך דא אויכעט :evil:

אונגארישער, זייער אינטערסאנט, כאב נאך נישט געהערט פון יענעם האטעל, עס איז טאקע זייער נאנט ממש זעק סמינוט פונעם סאטמארן שול, האסטו דאס סתם געטראפן אנליין אדער דו ווייסט פון איינער וואס איז דארט געווען, ווייל אנליין קען איך דיר טרעפן נאך נענטער.

מאנטאג יוני 08, 2009 1:35 pm

איך האב געזאגט איך גיי מאכן א פאון קאל האב איך געריפן מיין חבר וואס וואינט דארט אין ער האט מיר דאס געגעבן

סאיז מער ווי זעקס מניט

מאנטאג יוני 08, 2009 2:57 pm

איך האב נישט קיין נערווען צו טשעקן נאכאמאל פונקליך וואו עס איז אבער אויב דענק איך גוט איז עס אויף פארק ביי א גאס פאר סענט דשאסעף וואס דאס איז זעקס מינוט פון האטשיסאן ביי סענט וויעטער.

אפשר געסטו א פרעג דיין ידיד אויב ער איז שוין אריין דארט אדער ער האט עס געטראפן אויפן געוועב, כעל דיר זאגן פארוואס איך פרעג, וויפיל איך ווייס שטייט קיינער נישט דארט איין (אפי' נישט שבת) סאו איז מיר אינטערסאנט צו וויסן אויב עס איז א חזר שטאל.

מאנטאג יוני 08, 2009 3:30 pm

אקעי

מאנטאג יוני 08, 2009 3:39 pm

וואו איז סאכדעס? ווייסט ער נישט אביסל אינפארמאציע אויף מאנטריאל...??? :wink:

מאנטאג יוני 08, 2009 3:48 pm

מאך זיכער צו בעטן א שטוב ווי מ'טאר נישט רייכערן, כ'בין איינמאל אריין געפאלן (מיט 10 יאר צוריק, כ'גדענק נישט מער פרטים) אין א האטעל, ס'האט אזוי געשמעקט, כ'האב נישט געקענט שלאפן אגאנצע נאכט

מאנטאג יוני 08, 2009 5:25 pm

טאמער ווילסטו מער פרטים קען איך דיר געבן די נאמבער פון מיין ברודער וואס וואוינט דארט, קאנטאקט מיר אין טאלק

ווקאציע אין מאנטריאל.

דינסטאג פבואר 18, 2014 9:55 am

אזוי ווי עס גייט מיר אויס קימען צי זיין אין קענעדע נאך שבעות, לרגל א חתנה ביי די משפחה, וויל איך עס שוין אויסניצען פאר וואקאציע.
די חתנה גייט זיין אין טאהש קודש, אבער איך זיך א האטעל אינדרויסען פין טאהש.
איך פלאן ציפארן מיט דריי קינדער, איינס אין א קערידש.
נישט צי ווייט פין טאהש.
ווי קען מען גיין? פארשטייט זיך אויסגעהאלטענע פלעצער.

דינסטאג פבואר 18, 2014 11:46 am

ווילסטו וואוינען און א האטעל און מאנטריאל?

אגב מאנטריאל מיט וואקאציע איז א סתירה.

קענסט גיין צו:

Biodome
Botanical gardens
Granby zoo
Safary zoo
There is a few jungles
Laval nature center
Museums

זאג מיר אויב די דארפסט נאך

דינסטאג פבואר 18, 2014 11:49 am

וואס הייסט "וואוינען" אין א האטעל? איך וויל זיך קווארטירן אין א האטעל, אבער אויב עס איז נישט אינטרעסאנט געב איך אויף.
פאר איך מאך נאך פלעינער, פארוואס איז עס א סתירה?
לעצט פאראכטן דורך להגדיל שמו אום דינסטאג פבואר 18, 2014 11:56 am, איין מאל איז עס געווארן פאראכטן

דינסטאג פבואר 18, 2014 11:55 am

כאגעמיינט צו פרעגן אויב די זוכסט א האטעל לעבן טאהש אדער און מאנטריאל.

מאנטריאל איז דא זייער ווייניג פלעצער צו גיין אלע געסט וואס קומען דארט זיכען אייביג ווי צו גיין.

דינסטאג פבואר 18, 2014 11:58 am

איך וועל דיר זאגען דעם ריינעם אמת, איך האב נישט קיין השגה ווי ווייט מאנטריאל איז פין טאהש.

דינסטאג פבואר 18, 2014 12:16 pm

בערך א האלבע שעה
שרייב א תגובה

Advertisement