Advertisement

עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן
די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

מיטאג מאלצייט אויסוואלען

דינסטאג פבואר 03, 2009 12:17 pm

נאכטמאל געוועליך ווערט דאך סערווירט דורך די נשים עפ"י רוב, איך מיין אז מען קען זיך העלפען איינער דעם אנדערען מיט געבען עצות, צי מאכן גוטע אויסוואלען פאר מיטאג אדער ריסעס (יוזען-פאזע-איבערבייס-סנעק),ס'זאל זיין ביליג, גרינג צי גרייטען-קויפען, געזינד, קרעפטיג, נישט ווערן מיד נאכדעם, זיין אויסגעהאלטען דורך הרב מייזעלס שליט"א ועוד. זאל נישט זיין קיין ספק ברכה, און האבן א גוטע הכשר.
ווער עס האט א גוטע איידיע ביטע מהנה זיין דעם רבים.
איר קענט האבן א חלק און אידען געזונט פאר ימים ושנים. אויב איינער וועט צוליב אייך מאכן א בעסערע אויסוואל און דורך דעם פארבעסערן זיין געזונד וועט עס זיין אויף אייער וואגשאל!
בשם ד' נעשה ונצליח

Advertisement

דינסטאג פבואר 03, 2009 12:34 pm

וואי דעס איז א געוואלדיגע איידיע! איך מיטשע מיך זייער צוטרעפן עפעס איבערבייס ביי דער ארבעט.

די גרינגסטע איז קעיק און קיכעל'ך אידאך עס אבער פיל מיט קארב'ס און צוקער אין אלע זאכן וואס מען טאר נישט עסן קיין סאך דערפון (ווער רעדט נאך אויב ס'האט פון די שעדליכע אוילן אויך אין זיך) שוין אידעס נישט די בעסטע אפציע, די שאלה אינאר וואס יא? כ'מיין כ'קען דאך נישט אויפקאכן א קאשע און אפיס... און אפילו ווען יא איזעס אויך פיל מיט קארב'ס...

בין איך מיך אויך מצטרף צום תמים צו הארכן אויב עמיציר האט עפעס גוטע איידיעס וואס מ'קען טועם זיין.

דינסטאג פבואר 03, 2009 1:08 pm

פרעגט ר' הערשל'ן אליין. איך בין זיכער אז ער בייסט אויף עפעס איבער אינמיטן די ארבעט....

דינסטאג פבואר 03, 2009 1:23 pm

כידוע ליודעים גיט ער נישט ארויס קיין דייעטעס וכדומה בשום אופן מטעם הידוע לו

דינסטאג פבואר 03, 2009 5:23 pm

סיריעל מיט מילעך, איז שלעכט? (פארשטייצעך מ'דארף האבן א קליינע פריזשידער, צו האלטן די מילעך פון איין טאג צום אנדערן ביז ס'ווערט אויסגעניצט.)

דינסטאג פבואר 03, 2009 5:26 pm

בכלל נישט שלעכט. אבער דיין פארשטייצעך איז א פראבלעם.....

דינסטאג פבואר 03, 2009 6:12 pm

סיריעיל איז איין שטיק קארבס וואס לפי רב מייזעלס איז דאס ווי מען זאל עסען אויפאמאל 38 קאצקאצוקער (שאגער קיובס) דאס טרייבט שנעל ארויף די צוקער און דערנאך פאלט עס שנעל דערנאך איז מען מיד.
איך ווינדער מיך צי די אלע וואס קוקען דעם אשכול און זענען נישט מגיב איז ווייל זיי זענען מסודר, ממילא מה לי ולצרה הזאת, וואס עפעס נעמען די צייט צי טייפען פאר יענעם, אדער איז דאס עפ"י רוב אזעלכע וואס עמו אנכי בצרה, און ווארטען בכליון עינים איינער זאל זיך דערבארעמען און שרייבען פאר יענעמס וועגען. וצע"ג

דינסטאג פבואר 03, 2009 6:32 pm

רייז קעיק (קענסט עפעס אנשמירן דערויף א קלייניקייט) מיט אביסל פרוכט, און וואסער.

דינסטאג פבואר 03, 2009 6:51 pm

tumim האט געשריבן: איך ווינדער מיך צי די אלע וואס קוקען דעם אשכול און זענען נישט מגיב איז ווייל זיי זענען מסודר, ממילא מה לי ולצרה הזאת, וואס עפעס נעמען די צייט צי טייפען פאר יענעם, אדער איז דאס עפ"י רוב אזעלכע וואס עמו אנכי בצרה, און ווארטען בכליון עינים איינער זאל זיך דערבארעמען און שרייבען פאר יענעמס וועגען. וצע"ג

אה קודם שלום עליכם ר' תמים...

כ'זע איר זענט נאך א נייער...
די חברים דא "זיכן" צו העלפן א צווייטן איד מיט וואס מ'קען נאר אפגעזען צו מען האט יא שייכות צו דעם צו נישט, שטייצעך ווער ס'האט א ניק ס'דא זייער אסאך ליינער'ס וואס האבן נישט קיין ניק בכלל.

בלייבט נאר איבער די צווייטע תירוץ אדער עסט מען קארב'ס און מען לאכט זיך אויס פון רב מייזליש אדער ווארט מען צו הערן עפעס גוטע איידיעס.

צוריק צום ענין יעצט טראכט איך אז פרוכט וואס גרונם האט דערמאנט איז א גוטע איידיע גראדע אידא צובאקומען פרוכט אין קענס אזוי ארום דארף מען נישט שיילן אין האלטן אין פרידזשעדער.

וועגן רייסקעיק ווייסעך נישט אויב ס'איז רעקאמענדירט צו עסן צו נישט דארף מען פרעגן רב מייזליש. (גראדע איז לעצטענס ארויס געקומען רייזקעיק פון די שיבולים פירמע און א קליינע פארמאט גרינג איינצופאקן עס קומט אין קעראב אדער טשאקלעד פלעוואר).

עני מאר איידיעס??? לאמיר הערן!!!

דינסטאג פבואר 03, 2009 10:53 pm

רב מייזליש טענה'ט, אז רייז קעיק, איז ערגער ווי ברויט, ווייל ס'איז אויפגעבלאזן.

מיטוואך פבואר 04, 2009 9:43 am

נו. יעצט ווייס איך שוין וואס רב מייזליש לאזט נישט עסן. יעצט וויל איך וויסן וואס ער לאזט יא עסן......

מיטוואך פבואר 04, 2009 12:58 pm

פארוואס איז געווארן די גאנצע שמועס פון מורי ורבי הרב מייזליש? תמים האט דאך דאס נאר דערמאנט אלס "איינס" פון די אפשענס (חוץ אויב דאס איז דא דער ציל פון די אשכול דאן וועל איך עפענען א עקסטערע אשכול און דעים אשכול רינעימען צו: "מיטאג מאלצייט אויסוואלען לויט הרב מייזליש")

איך אבער וויל אויך וויסן אויך איידיעס לויט קאנווענשענעל דייעט'ס נישט בלויז לויט הרב מייזליש (מיינט נישט אז איך האב א צווייטע מיינונג, איך פלעג געבן עדקינס דייעט, לאנג פאר הרב מייזליש איז געווען אזוי פאפולער)

יעצט צוריק צום ענין רבותי: ווער וויל געבן אויסוואלען פאר מיטאג אדער ריסעס, ס'זאל זיין ביליג, גרינג צי גרייטען-קויפען, געזינד, קרעפטיג, נישט ווערן מיד נאכדעם, נישט מאכן צונעמען וואג, ,נישט קיין ספק ברכה, האבן א גוטע הכשר ועוד.

א גוטע לאנטש

מאנטאג מאי 25, 2009 1:31 pm

עס איז שוין דא געווען אמאל אן אשכול וועגן זאכן וואס מען קען עסן ביי לאנטש (דאכט זיך איך האב עס געעפנט?), איך זעה עס נאר נישט יעצט.

עכ"פ אלץ אל תמנע טוב מוז איך דערציילן פון א גאר געשמאקע לאנטש וואס איך האב געטראפן פערצופאל ארומשפאצירנדיג אין די איל המילואים אין גראסערי, און איך עס עס שוין היינט צום צווייטן מאל, גאר געשמאק און גוט.

די רעדע איז פון קרעקערס און "כומאס" פאבריצירט דורכן קאמפאני sabra בהשגחת רב ווייסמאנדל. עס קומט א קליינע שאכטל מיט כומאס, צוגעקלעבט צו זיין צווילינג שאכטל מיט קרעקערס, פונקט גענוג פאר איין מענטש, נישט צו סאך און נישט צו ווייניג, פאר די פרייז פון 1.79 - ביליגער ווי א "סלייס"... עס מאכט פיין זאט, און איז זייער גוט אין טעם.

בד"וו דער א.ד. קאמפאני דרייט איבער א וועלט מיט זייער איינעם פראדוקט פון "כומאס", איך פארשטיי נישט וויאזוי עס קען זיין אזא שטארקע מארקעט דעפאר אז טוב טעם זאל עס אויך אזוי שטארק אדווערטייזן אז אנדעם שפירט מען נישט קיין טעם ביים שבת טיש... איז עס א רעדע אזויווי דער רעוואלוציענישע "טאמעיטא דיפ"?

מאנטאג מאי 25, 2009 2:40 pm

לידיעה בעלמא, sabra איז היינט די אייגענטום פון "פעפסי".

מאנטאג מאי 25, 2009 2:49 pm

בילד...

מאנטאג מאי 25, 2009 3:01 pm

איר רעדט פון דעם:

מאנטאג מאי 25, 2009 3:53 pm

גראדע האט איינער תמים געעפנט יענע אשכול (קען זיין ס'געווען נאך איינס...).

מאנטאג מאי 25, 2009 11:17 pm

כ'מיין אז ס'איז א דיסקאנטיניאד אייטעם!!

דינסטאג מאי 26, 2009 11:49 am

פארוואס מיינסטו אזוי?

דינסטאג מאי 26, 2009 2:15 pm

ווייל כ'זעה עס שוין זייער לאנג נישט אין די געשעפטן..

דינסטאג מאי 26, 2009 3:27 pm

זיי האבן אפאר מינים פון די זעלבע איידיע, עפעס אינאך זיכער דא אין סטאר'ס.

דינסטאג מאי 26, 2009 3:33 pm

קאן זיין..

מיטוואך מאי 21, 2014 11:52 am

האט איינער שוין טועם געווען די בלינצעס פון די פירמע ״באביס פאליטשינטע״?, א געניאלע איינפאל דאס, א געשמאקער לאנטש, 2 היימישע בלינצעס מיט זויער קריעם און סטראבערי יארגאט צו די זייט...איך האף שפעטער ארויפצולייגן א בילד.

מיטוואך מאי 21, 2014 12:01 pm

בלינצעס איז אויך מעל און צוקער. זייער געשמאק אבער זעטיגט נישט גענוג, און מאכט אויך מיד דערנאך.

אני בעניי פרוביר צו נעמען קארן קעיקס, ווייל ס'אביסל קרעפטיגער פון רייסקעיקס און ווייניגער קארבס, מ'קען נוצן האלוויעט און האלגרעין קרעקערס פון שיבלים אויך, אנגעשמירט מיט אסאך פוטער, ממש ווי סענדוויטש. צוויי קרעקערס מיט אבאנטש פוטער. ס'זעטיגט זייער שטארק. זייער געזונט. לייכט צו עסן. גרינג אנצוגרייטן און מיטשלעפן. בייט סייז. ווארף נאך צי אפאר גרעיפ טאמעיטעס און ס'גענוג און נאך ביז סאפער.

דאנערשטאג מאי 22, 2014 9:04 am

יישר כח זאל ער, נעכטן אויספראבירט, גאנץ געשמאק.

דא איז דאס בילד פון "באביס פאליטשינטא"
עטעטשמענטס
Bubbys.jpg
שרייב א תגובה

Advertisement