בלאט 2 פון 2
פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 26, 2009 6:52 pm
דורך זיס
אקעי, יעצט איז עס בעסער געלונגען!
מיין אידענע האט איר געוויזן אויף אן ארט אינדערהיים וואו עס ציעט זיך ווייערס פון די דאך צו עטליכע ריכטונגען, און איר דערציילט די מעשה פון דער כלומר'שטע סיסטעם וואס מען קען נאכגיין וואס טוט זיך אינדערהיים, און נאך צוויי וואכן וועלן מיר זיך ווענדן צו די פאליציי, זי האט דאן געזאגט אז קומענדיגע וואך וועט זי העלפן זוכן אין אלע צימערן וואו עס קען ליגן... שפעטער ווען זי האט שוין געדארפט גיין און געבעטן געלט, האט מיין אידענע געזאגט אז זי האט נישט יעצט און קומענדיגע וואך וועט זי האבן, זי האט דאן געשמייכלט אזא שעמעוודיגע שמייכל און געזאגט "אקעי"...
איך האף אז איך האב טאקע שאנסן אויף קומענדיגע וואך...
פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 26, 2009 8:49 pm
דורך שוועמל
דיין אידענע האט גאנץ גוט געהאנדעלט צום סוף.
לאמיר האפן עס וועט ארבייטן דער טאקטיק.
פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 27, 2009 7:44 am
דורך יגרסהדותא
מיר ליינען און ווארטן צו הערן די גוטע ענדע.
א ביכל פון די מעשה קענסטו זיכער לאזן דריקן, איך מיין ס'וועט זיך פארקויפן פא גוט געלט, אז ס'וועט אויך קאווערן די שאדן פון די זייגער...
פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 02, 2009 12:27 pm
דורך זיס
ברוך השם היינט געפינען אויף אן ארט וואס כ'האב שוין עטליכע מאל אונטערגעזוכט...
פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 02, 2009 12:32 pm
דורך שוועמל
זיס האט געשריבן:ברוך השם היינט געפינען אויף אן ארט וואס כ'האב שוין עטליכע מאל אונטערגעזוכט...
עס פריידט מיר צו הערן. ברוך מחזיר אבידה לבעלים.
פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 02, 2009 12:56 pm
דורך לוסטיג
שוועמל האט געשריבן:זיס האט געשריבן:ברוך השם היינט געפינען אויף אן ארט וואס כ'האב שוין עטליכע מאל אונטערגעזוכט...
עס פריידט מיר צו הערן. ברוך מחזיר אבידה לבעלים.
מיר אויכעט. ברוך שנתן את הזייגער לזיס'ער.
פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 02, 2009 3:22 pm
דורך זיס
סי'ז נישט מיר, ס'איז די זיסע'טע, אפשר אלס כל מה שקנה אשה קנה בעלה...
פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 02, 2009 3:26 pm
דורך וויכטיג מאכער
ב"ה די אבידה איז געפינען געווארן.. די שאלה איז נאר, אפשר האט זי עס צוריקגעלייגט?..
פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 02, 2009 4:14 pm
דורך איך_שמעק
ב"ה זיס אז די האסט עס געפונען, געדענק צו געבן פאר צדקה וואס די האסט צוגעזאגט...
איך האב נאר יעצט באמערק די גאנצע מעשה איך האב יעצט אנגעהויבן צו ליינען פין אנהייב, איך מיז ענק זאגן עס איז געווען פאר מיר אזוי ווי מען ליינט א מעשה ביכל ווען עס קומט צו די אנגעצויגענע חלק האט מיר די הארץ אנגעהויבן צו קלאפן, "וועט זיך עס אויסארבעטן אדער נישט...." ב"ה עס האט געהאט א גיטע ענדע.(איך בין נישט אזא גיטע שרייבער קען איך נישט אפשרייבן אלע מיינע געפילן ווער עס וויל קען עס צופיצן. Including the spelling)
פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 02, 2009 4:20 pm
דורך צום זאך
וויכטיג מאכער האט געשריבן:ב"ה די אבידה איז געפינען געווארן.. די שאלה איז נאר, אפשר האט זי עס צוריקגעלייגט?..
נו ווא דען?...
זיס האט געשריבן:ברוך השם היינט געפינען אויף אן ארט וואס כ'האב שוין עטליכע מאל אונטערגעזוכט...
פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 02, 2009 6:46 pm
דורך מאשקע
מזל טוב זיסקייט. זעהסטו? רוח הקודש הופיע בבית תגובתי.
פארעפענטליכט: פרייטאג מאי 08, 2015 4:45 pm
דורך קענטעלאופ
די שאלה איז ווי זוי איר צו קאנפראנטען?
איז בעסער אז שומרים איז דע וואס קאנפראנט איר? אדער וועט עס איר דערשרעקן און זי וועט דוקא בשום אופן נישט מודה זיין?
פארעפענטליכט: פרייטאג מאי 08, 2015 4:56 pm
דורך גערעכטער
קענטעלאופ האט געשריבן:די שאלה איז ווי זוי איר צו קאנפראנטען?
איז בעסער אז שומרים איז דע וואס קאנפראנט איר? אדער וועט עס איר דערשרעקן און זי וועט דוקא בשום אופן נישט מודה זיין?
האלט איר אויף מיט זייטיגע תירוצים ביז שומרים קומט. לאז עס פאר שומרים מיט זייער עקספיריענס.
פארעפענטליכט: זונטאג מאי 10, 2015 8:58 pm
דורך י
אז מען רעד שוין פון גניבה
עס האט מיר דערציילט א בעל הבית וואס האט געהאט א ארבעטער ביים קעשיר און ער האט חושד געווען דעם ארבעטער אז ער מעשר'ט ויהי היום דער בעל הבית זאג דעם ארבעטער אז ער גייט דאווענען מנחה און ער האט זיך באהאלטן אין.... ער באמערט ווי אזוי ער מעשר'ט
ער גייט צום ארבעטער אין ער זאג אים פאק אויס דיין טאשן דער ארבעטער האט נישט קיין ברירה און ער פאק אויס די טאש צווישן די זאכן קומט ארויס א גע'מעשר'טע צוקנייטשטע פיפציגער דער בעל הבית נעמט דעם פיפציער אין רופט זוך אן איך האב דיר געכאפט ביי דער גניבה. גיי אהיים! דער ארבעטער מיט א אראפגעלאזטע קאפ דרייט זיך אויס און נעמט זיך גיין צום טיר. דער בעל הבית רופט אים צוריק אין זאגט אים יעצט ווייס איך אז די האסט מיר בא'גנב'ט ווייל אויב דער פיפציגער באלאנג צו דיר וואלסטו מיר געזאגט ביסט מיר חושד אקעי אבער מיין פיפציגער געב מיר צוריק.
יעצט קענסטו גיין.
פארעפענטליכט: זונטאג מאי 10, 2015 10:32 pm
דורך עקבי הצאן
א "זיס"ע מעשה דא.
פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 11, 2015 3:50 pm
דורך למעלה משבעים
הרב י, ס'איז א גוטע מעשה, אבער איך וואלט געזאגט פאר דעם בעל הבית אז דאס איז גאר א קנאפע ראי', טראכט א רגע, לו יהא אז דער האט קיינמאל אין זיין לעבן נישט גע'גנב'עט, און פלוצלונג באפאלט אים זיין 'בעל הבית' אז ער איז א גנב, און ס'שטעלט זיך נישט אפ דא נאר ער הייסט אים אויספאקן די טאשן, און נאכן טרעפן דארט א פופציגער כאפט ער עס צו, קענסט זיך פארשטעלן ווי פארלוירן דער ארבעטער איז אין דעם פאל, זאל ער נאר זיך דערווייגן עפעס צו ענטפערן... ווילסט ער זאל צוריק בעטן א פופציגער אין צייט וואס א פופציג אלפים ליגט אויפן וואגשאל? יא זיין פרנסה פון איצטער אן איז אין דער ערד, ווער דארף א גנב פאר א ארבעטער? יעצט לייג נאך צו אויב דער בעל הבית איז בטבע אזא איינער וואס פארקערט פון זיינע ווערטער עקזעסטירט נישט, וואס פונקטליך זאל דער ארבעטער יעצט טון חוץ אהיים גיין?
פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 11, 2015 4:00 pm
דורך מיסטעריעז
ער האט איהם דאך געזעהן גנב'נען, ניין? (פארוואס ער דארף נאך א ראי'? תיקו)