בלאט 1 פון 2
נייע סירוועס: טעגליכע אויסגאבעס אנליין
פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 19, 2009 10:00 am
דורך לאז געמאכט
ווי דער עולם ווייסט קומען ארויס איטליכע אויסגאבעס אלע טאג, ס'רוב פון זיי שיקן טאקע אין אימעיל פאר זייער סובסקרייבער'ס,
אמאל אידא איינער וואס וויל נישט באקומען קיין אימעיל'ס נאר ווען ער וויל וועט ער עס קוקן אדער אנדערע סיבות פאר וואס זיי קריגן דאס נישט אין אימעיל,
פאר זיי האבן מיר בס"ד צוגעשטעלט זיי זאלן דאס קענען זעהן אנליין גייט צו:
לאז געמאכט פאבליקעשענסאיך האב ארויף געלייגט די וואס איך באקום אין אימעיל אויב איר האט נאך פון דעי ביטע מיר עס אריינשיקן וועליך עס ארויף לייגן בעזהשי"ת.
נ.ב. אויך ביטע מיר לאזן וויסן אויב דער עולם איז אונטערסירט אין דעם סירוועס, אויב יא וועליך פרעגן רשות פון די מו"ל פון די צעטלעך. (היינט אלץ א טעסט האב איך עס געלייגט אן קיינעם פרעגן).
פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 19, 2009 10:03 am
דורך סתם_אזוי
דו גייסט אויך ארויפלייגן אלע אלטע?
יא. איך בין זייער אינטערעסירט. די דבר יום ביומו פילט אן מיין אינבאקס
פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 19, 2009 10:08 am
דורך לאז געמאכט
איך בין גרייט! אויפן פארלאנג...
איך האב גראדע אלע אלטע אבער נאר פון ווען זיי האבן אנגעהויבן שיקן אויף אימעיל, (איך האב מיך גראד אויפגעסיינט דעמאלט).
אדרבא נאך איינער וויל די אלטע?
אויב יא וועט מען עס צובסליך ארויף לייגן בעזהשי"ת. (אויב דבר יום וועט לאזן).
פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 19, 2009 10:14 am
דורך סתם_אזוי
נאך עפעס. גייסט אויך ארויפלייגן אנדערע אויסגאבעס?
פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 19, 2009 10:25 am
דורך לאז געמאכט
לאז געמאכט האט געשריבן:איך האב ארויף געלייגט די וואס איך באקום אין אימעיל אויב איר האט נאך פון דעי ביטע מיר עס אריינשיקן וועליך עס ארויף לייגן בעזהשי"ת.
פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 19, 2009 11:06 am
דורך חידוש נפלא
וואס איז מיט גלגל אי זשורנאל, עס קומט אויך אויף אימעיל און עס איז נאכנישט דא אויף דיין וועבסייט
פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 19, 2009 11:19 am
דורך קרעמער
אינטערסאנטע בייפאל לאז-געמאכט.
איך געדענק אבער אז דבר יום ביומו האט אמאל געשריבן אויף זייער צעטל אז זיי שטעלן נישט ארויף זייערע צעטלעך אנליין (זיי זוכן נישט קיין איסור פון רבנים וכדומה), דערפאר גלייב איך שווער אז זיי וועלן דיר שענקן עמטליכע ערלויבעניש דאס צו טאן (אפשר אינטערן טיש).
פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 19, 2009 11:30 am
דורך לאז געמאכט
קרעמער, יישר כח פאר די קאמפלימענט - עס איז אונטערסאנט אנצומערקן אז די דבר יום האט א וועב סייט ווי זיי לייגן ארויף זייער צעטל
http://www.dvaryoim.com אבער די לעצטע מאל זיי האבן געאפדעיט די צעטל איז געווען דינסטאג תצוה...
וועגן רשות אויס ווייסעך נישט אויב איך דארף טאקע האבן פון זיי רשות... עס איז נישט קאפי רייט'עט אבער עס טוט נישט וויי צו פרעגן...
פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 19, 2009 11:50 am
דורך thefact
א שיינע רעיון לאז געמאכט
אז דער עולם וועס קליקן וועט עס זיין א זה וזה נהנה

פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 19, 2009 11:57 am
דורך צום זאך
אויב מעגליך ביטע ארויפשטעלן די "לוח הציבור" וואס ערשיינט טעגליך אין ב"פ (כ'האב זיי שוין כמ"פ געבעטן צו סובסקרייבן, ולא עלתה לי)
פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 19, 2009 12:11 pm
דורך לאז געמאכט
די פאקט: יעדער מיינט זיך און איך מיין מיך... וד"ל.
צוםזאך: לוח הציבור איז גאר אונטערסאנט טאקע, איך האב עס נאר נישט...
ווער ס'האט עס פליז שיק עס אריין צו מיין אימעיל לאזגעמאכט@גימעיל.קאם
יישר כח
פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 19, 2009 4:25 pm
דורך ביקסאד
כל המזכה את הרבים אין חטא בא על ידו.
פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 19, 2009 11:42 pm
דורך לוסטיג
און וואס גייט פאר מיטן גוט מארגן? איז ער עפעס א מפיל קינד?
פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 20, 2009 8:37 am
דורך לאז געמאכט
שוין געפדעיט מיט די צעטלעך וואס זענען דערווייל אריינגעקומען.
לוסטיג, איך לייג ארויף אלע וואס איך באקום! אדרבא שיק מיר וואס די האסט וועל איך עס ארויף לייגן אי"ה
פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 20, 2009 12:04 pm
דורך לאז געמאכט
איצט ערהאלטן נאך צוויי צעטלעך - שוין ארויף געלייגט.
ותשח"ח פאר דעם שיקער הרוצה בעילום שמו.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 21, 2009 9:27 am
דורך לאז געמאכט
שוין געאפדעיט מיט די היינטיגע צעטלעך.
פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 25, 2009 10:12 am
דורך לאז געמאכט
איינער קוקט עס נאך?
איך אפדעיט עס יעדן טאג, נעכטן האב איך אפילו צוגעלייגט א פען צוליב די ווארעמע וועטער אויף די גאס...
פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 25, 2009 1:25 pm
דורך שמערי בערי
יא, איך האב געזעהן דעם פען און גע'חח'ט...
פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 27, 2009 11:58 am
דורך לאז געמאכט
אה לכבוד ר' משה האמיר ארויף געלייגט די היינטיגע צעטלעך.
אויך האמיר געטוישט די וועג וויזוי ס'עפענט זיך, ווייל מאנכע האבן געהאט א פראבלעם מיט די פאנד'ס,
איצט עפענט זיך עס ב"ה שנעל און שיין און אלע אותיות ארגינעל.
פליז לאזט איבער פידבעק דא, כדי אונזערע טעקנישענס זאלן וויסן וואס צו פארבעסערן אונעם צוקופנט.
יישר כח
פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 27, 2009 9:57 pm
דורך לאז געמאכט
אלעס ארבעט ב"ה,
איך ווארט צו הערן פונעם עולם אויב ס'איז בעסער אזוי ווי ס'איז יעצט אדער ס'איז געווען בעסער די אלטע וועג.
אויך האט מיר איינער געשיקט פון גלגל זורנאל א גאנצע פאק מיט אויסגאבע'ס
אידי שאלה צו איך זאל מיך האלטן צו טעגליכע אויסגאבע'ס אדער כ'זאל ארויף שטעלן די אלע צעטלעך למינהם.
אדרבה לאמיר הערן אייער מיינונג.
יישר כח
פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 15, 2009 1:04 pm
דורך שרייבטאראפ
יעצט פרובירט דעם סייט און עס ארבייט נישט?
פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 15, 2009 2:30 pm
דורך לאז געמאכט
ריכטיג, מיר האבן אפגעשפארט די סייט.
פאר מער אינפארמאציע קוקט אין די אידיש פאר בלעקבערי אשכול
פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 13, 2009 12:58 pm
דורך לעווי
איך זוך די טעלעפאון נומער פון די אויסגאבע "דבר יום ביומו".
יישר כח למפרע.
פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 13, 2009 1:00 pm
דורך 3x0
וויליאמסבורג קעטסקילס 718-384-4190 קרית יואל 845-662-3137
פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 13, 2009 1:03 pm
דורך וואס
דער טריאו איז איין שטיק חסד, אין יעדע פארום העלפט ער א צווייטן, אזוי שטילערהייט, ער רעדט נישט קיין סך, פלעין טוט טובות, צום באגריסן.