Advertisement

עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן
די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

נייע סירוועס: טעגליכע אויסגאבעס אנליין

דינסטאג מאי 19, 2009 10:00 am

ווי דער עולם ווייסט קומען ארויס איטליכע אויסגאבעס אלע טאג, ס'רוב פון זיי שיקן טאקע אין אימעיל פאר זייער סובסקרייבער'ס,

אמאל אידא איינער וואס וויל נישט באקומען קיין אימעיל'ס נאר ווען ער וויל וועט ער עס קוקן אדער אנדערע סיבות פאר וואס זיי קריגן דאס נישט אין אימעיל,

פאר זיי האבן מיר בס"ד צוגעשטעלט זיי זאלן דאס קענען זעהן אנליין גייט צו:

לאז געמאכט פאבליקעשענס

איך האב ארויף געלייגט די וואס איך באקום אין אימעיל אויב איר האט נאך פון דעי ביטע מיר עס אריינשיקן וועליך עס ארויף לייגן בעזהשי"ת.

נ.ב. אויך ביטע מיר לאזן וויסן אויב דער עולם איז אונטערסירט אין דעם סירוועס, אויב יא וועליך פרעגן רשות פון די מו"ל פון די צעטלעך. (היינט אלץ א טעסט האב איך עס געלייגט אן קיינעם פרעגן).

Advertisement

דינסטאג מאי 19, 2009 10:03 am

דו גייסט אויך ארויפלייגן אלע אלטע?

יא. איך בין זייער אינטערעסירט. די דבר יום ביומו פילט אן מיין אינבאקס

דינסטאג מאי 19, 2009 10:08 am

איך בין גרייט! אויפן פארלאנג...

איך האב גראדע אלע אלטע אבער נאר פון ווען זיי האבן אנגעהויבן שיקן אויף אימעיל, (איך האב מיך גראד אויפגעסיינט דעמאלט).

אדרבא נאך איינער וויל די אלטע?

אויב יא וועט מען עס צובסליך ארויף לייגן בעזהשי"ת. (אויב דבר יום וועט לאזן).

דינסטאג מאי 19, 2009 10:14 am

נאך עפעס. גייסט אויך ארויפלייגן אנדערע אויסגאבעס?

דינסטאג מאי 19, 2009 10:25 am

לאז געמאכט האט געשריבן:איך האב ארויף געלייגט די וואס איך באקום אין אימעיל אויב איר האט נאך פון דעי ביטע מיר עס אריינשיקן וועליך עס ארויף לייגן בעזהשי"ת.

דינסטאג מאי 19, 2009 11:06 am

וואס איז מיט גלגל אי זשורנאל, עס קומט אויך אויף אימעיל און עס איז נאכנישט דא אויף דיין וועבסייט

דינסטאג מאי 19, 2009 11:19 am

אינטערסאנטע בייפאל לאז-געמאכט.

איך געדענק אבער אז דבר יום ביומו האט אמאל געשריבן אויף זייער צעטל אז זיי שטעלן נישט ארויף זייערע צעטלעך אנליין (זיי זוכן נישט קיין איסור פון רבנים וכדומה), דערפאר גלייב איך שווער אז זיי וועלן דיר שענקן עמטליכע ערלויבעניש דאס צו טאן (אפשר אינטערן טיש).

דינסטאג מאי 19, 2009 11:30 am

קרעמער, יישר כח פאר די קאמפלימענט - עס איז אונטערסאנט אנצומערקן אז די דבר יום האט א וועב סייט ווי זיי לייגן ארויף זייער צעטל http://www.dvaryoim.com אבער די לעצטע מאל זיי האבן געאפדעיט די צעטל איז געווען דינסטאג תצוה...

וועגן רשות אויס ווייסעך נישט אויב איך דארף טאקע האבן פון זיי רשות... עס איז נישט קאפי רייט'עט אבער עס טוט נישט וויי צו פרעגן...

דינסטאג מאי 19, 2009 11:50 am

א שיינע רעיון לאז געמאכט
אז דער עולם וועס קליקן וועט עס זיין א זה וזה נהנה :wink:

דינסטאג מאי 19, 2009 11:57 am

אויב מעגליך ביטע ארויפשטעלן די "לוח הציבור" וואס ערשיינט טעגליך אין ב"פ (כ'האב זיי שוין כמ"פ געבעטן צו סובסקרייבן, ולא עלתה לי)

דינסטאג מאי 19, 2009 12:11 pm

די פאקט: יעדער מיינט זיך און איך מיין מיך... וד"ל. :lol:

צוםזאך: לוח הציבור איז גאר אונטערסאנט טאקע, איך האב עס נאר נישט...

ווער ס'האט עס פליז שיק עס אריין צו מיין אימעיל לאזגעמאכט@גימעיל.קאם

יישר כח

דינסטאג מאי 19, 2009 4:25 pm

כל המזכה את הרבים אין חטא בא על ידו.

דינסטאג מאי 19, 2009 11:42 pm

און וואס גייט פאר מיטן גוט מארגן? איז ער עפעס א מפיל קינד?

מיטוואך מאי 20, 2009 8:37 am

שוין געפדעיט מיט די צעטלעך וואס זענען דערווייל אריינגעקומען.

לוסטיג, איך לייג ארויף אלע וואס איך באקום! אדרבא שיק מיר וואס די האסט וועל איך עס ארויף לייגן אי"ה

מיטוואך מאי 20, 2009 12:04 pm

איצט ערהאלטן נאך צוויי צעטלעך - שוין ארויף געלייגט.

ותשח"ח פאר דעם שיקער הרוצה בעילום שמו.

דאנערשטאג מאי 21, 2009 9:27 am

שוין געאפדעיט מיט די היינטיגע צעטלעך.

מאנטאג מאי 25, 2009 10:12 am

איינער קוקט עס נאך?

איך אפדעיט עס יעדן טאג, נעכטן האב איך אפילו צוגעלייגט א פען צוליב די ווארעמע וועטער אויף די גאס...

מאנטאג מאי 25, 2009 1:25 pm

יא, איך האב געזעהן דעם פען און גע'חח'ט...

מיטוואך מאי 27, 2009 11:58 am

אה לכבוד ר' משה האמיר ארויף געלייגט די היינטיגע צעטלעך.

אויך האמיר געטוישט די וועג וויזוי ס'עפענט זיך, ווייל מאנכע האבן געהאט א פראבלעם מיט די פאנד'ס,

איצט עפענט זיך עס ב"ה שנעל און שיין און אלע אותיות ארגינעל.

פליז לאזט איבער פידבעק דא, כדי אונזערע טעקנישענס זאלן וויסן וואס צו פארבעסערן אונעם צוקופנט.

יישר כח

מיטוואך מאי 27, 2009 9:57 pm

אלעס ארבעט ב"ה,

איך ווארט צו הערן פונעם עולם אויב ס'איז בעסער אזוי ווי ס'איז יעצט אדער ס'איז געווען בעסער די אלטע וועג.

אויך האט מיר איינער געשיקט פון גלגל זורנאל א גאנצע פאק מיט אויסגאבע'ס

אידי שאלה צו איך זאל מיך האלטן צו טעגליכע אויסגאבע'ס אדער כ'זאל ארויף שטעלן די אלע צעטלעך למינהם.

אדרבה לאמיר הערן אייער מיינונג.

יישר כח

מאנטאג יוני 15, 2009 1:04 pm

יעצט פרובירט דעם סייט און עס ארבייט נישט?

מאנטאג יוני 15, 2009 2:30 pm

ריכטיג, מיר האבן אפגעשפארט די סייט.

פאר מער אינפארמאציע קוקט אין די אידיש פאר בלעקבערי אשכול

מאנטאג יולי 13, 2009 12:58 pm

איך זוך די טעלעפאון נומער פון די אויסגאבע "דבר יום ביומו".

יישר כח למפרע.

מאנטאג יולי 13, 2009 1:00 pm

וויליאמסבורג קעטסקילס 718-384-4190 קרית יואל 845-662-3137

מאנטאג יולי 13, 2009 1:03 pm

דער טריאו איז איין שטיק חסד, אין יעדע פארום העלפט ער א צווייטן, אזוי שטילערהייט, ער רעדט נישט קיין סך, פלעין טוט טובות, צום באגריסן.
שרייב א תגובה

Advertisement