קראַקסענער פאַנטאָפלען
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 14, 2009 12:05 am
קראַקסענער פּאַנטָאפלען.
ראבויסיי איך דארף ענקער אדווייזע.
מיין אלטע פאפאטשן מיט די פאפען דעקל אינעווייניג האט זיך בעוה"ר צעריסן בע"ה, איך האב אנגעהאלטן ווי לאנג כ'אב געקענט אויסציען, אבער די קארדערוי סחורה צעגייט שוין אויכעט, ס'יז נישט גוט די מצב, נו בקיצור.
איך קלייב מיר צו איינהאנדלען שפאגל נייע פאפאטשן, איך טראכט פון קראָקס, אדער קראַסעס בלשון אשכנז. איז דעלל גוט אין דעם אדער איך מוז גיין צו B@H .
איך וויל אז ווען איך וואק ארויף די סטעפסעס זאל זיך עס נישט ארויססליידן פון מיין פוס. און די נייע רעוואלושענערי קראקס האט א בילט-אין פראגראם וואס מ'קען עס אנשטעלן זאל גיין "טו דע פראנט" אדער "טו דע בעק". ס'איז אויך זייער יוזער פרענדלי, מיט איין קליק מיט די פינגער פון די פיס און ביסט אפ ענד ראננינג..
די זאך איז אזוי נאר, אז די לעכעלך אויבן אויף די קראקס מאכט דאס אויס "וואטער רעסיסטענט" א זאך וואס שמעקט אפשר גאנץ גוט פאר א פאר שוך, אבער נישט ווען ס'רעגנט.
די נאציאנאלע פרייז פאר קראקס איז 30 אלפים אום שבת גערעדט, יעדער בעט די זעלבע. עס קוקט אויס ווי א פון פאראויס דערקלערטע "וואר אן טעראר" - אבאמא סטיל, נאו טשענזש וואט סאו עווער. און יעדער איז אויסן צו בעטן דעם אומגעהויערן פרייז פאר א נישטיק שטיקל פלאסטיק געמאכט אין טייוואן.
דאס מאכט מיך טראכטן פון די גענעטישע קראקס, די נאכגעמאכטע וואס מען קויפט אין 'בעסערע' באזאר געשעפטן ווי וואלמארט און אמעזינג סעווינגס וכדומה, הלמאי איך מוז גיין מיט די טייערסטע אימפארטירטע פאפאטשן אויפן מארקעט. מיר איז גוט אויך די נאכגעמאכטע.
דאס איז אלעס רינגס און ארום. אבער אין תוך גערעדט וואס איז טאקע די מעלה דערפון לפי האמת? פארוואס זאל מיר נישט גוט זיין די סחורה'נע סליפפערס וואס מיין טאטע און זיידע זענען געגאנען דערמיט יו"כ און ת"ב. צי די שטעק-פאפאטשן א שטייגער ווי די רבישע פערטל סטייל.
חוץ אויב פראדוצירן זיי א פָּאר פון דריי, דאן איז עס מאני-ווייס אויסגעהאלטן ווייל איינס וועט גיין פארן מאבייל וועל איך מיך שפארן די צוואנציקער פאר א סעלפאן האלטער. האב איך - אידיש גערעדט- געצאלט בלויז צען דאלאר פאר א סעט פאפאטשן, א מציאה רבה ביי פרויען פארטיס.