עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן
דאנערשטאג מאי 14, 2009 12:05 am
קראַקסענער פּאַנטָאפלען.
ראבויסיי איך דארף ענקער אדווייזע.
מיין אלטע פאפאטשן מיט די פאפען דעקל אינעווייניג האט זיך בעוה"ר צעריסן בע"ה, איך האב אנגעהאלטן ווי לאנג כ'אב געקענט אויסציען, אבער די קארדערוי סחורה צעגייט שוין אויכעט, ס'יז נישט גוט די מצב, נו בקיצור.
איך קלייב מיר צו איינהאנדלען שפאגל נייע פאפאטשן, איך טראכט פון קראָקס, אדער קראַסעס בלשון אשכנז. איז דעלל גוט אין דעם אדער איך מוז גיין צו B@H .
איך וויל אז ווען איך וואק ארויף די סטעפסעס זאל זיך עס נישט ארויססליידן פון מיין פוס. און די נייע רעוואלושענערי קראקס האט א בילט-אין פראגראם וואס מ'קען עס אנשטעלן זאל גיין "טו דע פראנט" אדער "טו דע בעק". ס'איז אויך זייער יוזער פרענדלי, מיט איין קליק מיט די פינגער פון די פיס און ביסט אפ ענד ראננינג..
די זאך איז אזוי נאר, אז די לעכעלך אויבן אויף די קראקס מאכט דאס אויס "וואטער רעסיסטענט" א זאך וואס שמעקט אפשר גאנץ גוט פאר א פאר שוך, אבער נישט ווען ס'רעגנט.
די נאציאנאלע פרייז פאר קראקס איז 30 אלפים אום שבת גערעדט, יעדער בעט די זעלבע. עס קוקט אויס ווי א פון פאראויס דערקלערטע "וואר אן טעראר" - אבאמא סטיל, נאו טשענזש וואט סאו עווער. און יעדער איז אויסן צו בעטן דעם אומגעהויערן פרייז פאר א נישטיק שטיקל פלאסטיק געמאכט אין טייוואן.
דאס מאכט מיך טראכטן פון די גענעטישע קראקס, די נאכגעמאכטע וואס מען קויפט אין 'בעסערע' באזאר געשעפטן ווי וואלמארט און אמעזינג סעווינגס וכדומה, הלמאי איך מוז גיין מיט די טייערסטע אימפארטירטע פאפאטשן אויפן מארקעט. מיר איז גוט אויך די נאכגעמאכטע.
דאס איז אלעס רינגס און ארום. אבער אין תוך גערעדט וואס איז טאקע די מעלה דערפון לפי האמת? פארוואס זאל מיר נישט גוט זיין די סחורה'נע סליפפערס וואס מיין טאטע און זיידע זענען געגאנען דערמיט יו"כ און ת"ב. צי די שטעק-פאפאטשן א שטייגער ווי די רבישע פערטל סטייל.
חוץ אויב פראדוצירן זיי א פָּאר פון דריי, דאן איז עס מאני-ווייס אויסגעהאלטן ווייל איינס וועט גיין פארן מאבייל וועל איך מיך שפארן די צוואנציקער פאר א סעלפאן האלטער. האב איך - אידיש גערעדט- געצאלט בלויז צען דאלאר פאר א סעט פאפאטשן, א מציאה רבה ביי פרויען פארטיס.
Advertisement
דאנערשטאג מאי 14, 2009 7:53 am
שוועמל איך זעה אז ווען די ביסט אין די גיסטע גיסט זיך, אבער איין זאך פארשטיי איך נישט א ארטיקל וואס מ'קען אנרופן פון די סמעטענע וואס זוכט ער דא? ארויס פון דא!!
אריין און קרעטשמע!! איך גיי דיר אויס זאגן די מנהל...
ביידי וועי ווען די קויפסט די קראכערס זעה צו קויפן די רויטע...
דאנערשטאג מאי 14, 2009 9:13 am
שוועמל, אז דו ביסט גוט, ביסטעך גוט. הערליך אראפ געלייגט, כ'האב היבש גע'שמייכל'ט, און פאר א אנפאנג טאג, איזעס א גוטע באסט, יישר כח.
דאנערשטאג מאי 14, 2009 11:16 am
דאנערשטאג מאי 14, 2009 11:16 am
מיט וואס קען אייך העלפן???
עס קוקט אויס אז איר זענט שוין א געהאלפענער...
דאנערשטאג מאי 14, 2009 1:38 pm
דער שוועמל איז דאך א צוקער שטעקל גאר.
מיין שטוב טענה'ט אז די קראקס זענען נאר פאר קאאל מענטשן, גיי טענה דיך.
דאנערשטאג מאי 14, 2009 1:40 pm
שוועמל. חחחחחחחח
אבער אמת'דיג. וואס זוכט עס דא? וואסערע טובה דארפסטו?
דאנערשטאג מאי 14, 2009 3:48 pm
שוועמל, ביסט פלעסטיק, כ'מיין אייזן. וואט עי קעפל די האסט געפונען.
גראדע איזעס א גוטן איידיע אריינצולייגן דא, ס'לייגט צו צום נאטירלעכקייט.
איך וואלט גאזאגט אז די זאלסט נעמען דעם פערפעל (מיט א פערפעל [כ'מיין שבת'דיג גערעדט] אינדעמיט). וואס ליגט דארט, א שוועמל?
דאנערשטאג מאי 14, 2009 7:38 pm
בעילאוט;
וואס "גיסטע" דארטן ? ! ... די רויטע וויל איך נישט מיין גויט'ע האט עס שוין...
איך הער;
איך שמייכל יעצט פון דיינע צופריעדיגע שמייכלערייען, און פאר א סוף טאג איז עס גאנץ א גוטע זשאמפ סטארט..
אונגארישער;
דארפסט מיר נישט זאגן האסט עס נישט געכאפט..
קרעמער;
מיט וואס קען ___ אייך העלפן???
אהער מיט א פינעפער...
יאנאש;
מיין שטוב זאגט אויף קראקס "די אָגליעסט פעשאן"...
סתם;
וואו האסטו געוואלט איך זאל גיין? כ'אב דאך געריבן כאנישט קיין פאפוטש מער..
צוביילטער;
כ'אב גראדע געזוכט איינס מיט מאשרומס, זיי מאכן נישט די נאראנים, זיי וואלטן ווען יעצט געמאכט א סעיל...
דאנערשטאג מאי 14, 2009 8:07 pm
יאנאש האט געשריבן:מיין שטוב טענה'ט
שוועמל האט געשריבן:מיין שטוב זאגט
עס איז א שרעק,
א פרישע אויס טרעף פון די טעכנעלאגיע אין יאהרע צווי טויזענט און ניינע,
שטוב'ער האבן מיילער, און זיי רעדן נאך אויך, טענה'ן זאג'ן,
זאגטס מיר נאר חברים מיינע אז זיי עסן אויף אונזער הארעוואניע און טרינקן אויס דעם דם התמצית אונזערען,
דעם מיט דירה געלט און יענעם מיט'ן מארטגעדזש - יעדער לפום דרגא דיליה - ווייס יאך שוין פון לאנג,
וואס נאך גייען זיי זעך אויס לערנען צו טוהן ביז משיח'ס טאג ?
דאנערשטאג מאי 14, 2009 10:38 pm
ביקסאד;
פון דיר פאסט עס נישט.
מעולם לא קראתי לאשתי אשתי ולשורי שורי, אלא לאשתי שורי (אופס... פארפארן) וכו'
דאנערשטאג מאי 14, 2009 10:49 pm
שוועמל האט געשריבן:סתם;
וואו האסטו געוואלט איך זאל גיין? כ'אב דאך געריבן כאנישט קיין פאפוטש מער...
שוועמל, נעם די פינעווער וואס דו קומסט דא, און געבעס גראד צוריק פאר קרעמער, נאר אנשטאט ס'זאל דארפן גיין הין און צוריק, קענסטעס גראד לאזן ביי אים.
קרעמער, קענסט מיר געבן קאמישן.
פרייטאג יולי 17, 2009 10:32 am
איך האב געמאכט א זיך אקציע איך האב געוואלט זעהן צו מ'רעדט שוין ערגעץ פון קראקס, בינעך דא אנגעקומען, און געשמייכעלט.
שוועמל, האנדל דיר באצייטענס איין דיינע באליבטע קראקס ווייל עס איז נישט גוט די מצב ביי זיי, זיי גייען באלד ארויס פון
ביזנעס
פרייטאג יולי 17, 2009 10:49 am
יא כ'אב שוין געהערט דערפון.
א שאד אבאמא גלייכט נישט קיין קראקס, ווען יא וואלט ער שוין געמאכט אן עמערזשענסי בעילאוט פלאן פאר זיי.
פרייטאג יולי 17, 2009 1:39 pm
שוועמי איך האב היפש צאמגעלאכט ליינענדיג,
דאנקע שעהן
מיטוואך יולי 18, 2012 11:28 am
אפעטיילט פון דא viewtopic.php?f=21&t=17597&start=50איך גיי שווארצע פעיק קראקס תשעה באב און יוה~ק
מיטוואך יולי 18, 2012 12:34 pm
איך גיי מיט קראקס נאר אינדערהיים, איי איס דאס גיט.
מיטוואך יולי 18, 2012 12:40 pm
דו זאגסט ס'איז גוט..לאמיר דיר פרעגן דו וואלטסט מיר רעקאמענדעט צו קויפן א פארל?? כ'שעם זיך זייער באט כ'האב נאכנישט געקויפט אזאנס
מיטוואך יולי 18, 2012 12:43 pm
דאס איז כולי עלמא מודי אז עס איז א געלונגענע פראדוקט!
איך ניץ עס געווענליך אין שטוב ווען מען ברויך אביסל לופט, מוצש"ק וכדו'
מיטוואך יולי 18, 2012 12:44 pm
די אויפטוה דערפון איז ס'איז לופטיג ווייל ס'האט לעכער פאר די פוס? אדער לופטיג מיינט לאו דוקא "אויר"?
מיטוואך יולי 18, 2012 1:10 pm
לופט תרתי משמע...
מיטוואך יולי 18, 2012 1:17 pm
ועוד משמעות יש בו, Cool ליפטיג
מיטוואך יולי 18, 2012 1:28 pm
כ'האב א פילינג אז דא קומט אט אט א זאפטיגע ארטיקל וועגן "קראקס"!
מיטוואך יולי 18, 2012 2:18 pm
לכתחילה אריבער האט געשריבן:כ'האב א פילינג אז דא קומט אט אט א זאפטיגע ארטיקל וועגן "קראקס"!
וואס פילסטו? ווי דיינע פינגערס קלאפן אויפן קיבאורד?
מיטוואך יולי 18, 2012 2:25 pm
מאנ-יימער האט געשריבן:לכתחילה אריבער האט געשריבן:כ'האב א פילינג אז דא קומט אט אט א זאפטיגע ארטיקל וועגן "קראקס"!
וואס פילסטו? ווי דיינע פינגערס קלאפן אויפן קיבאורד?
חחח
ניין, כ'האב געטראכט פון צולייגער, כרפס אין זאלץ וואסער, אא"וו!