בלאט 2 פון 3

פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 30, 2011 10:04 am
דורך קרעמער
איך באצאל אלס טענענט

פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 30, 2011 10:22 am
דורך פונקטליך
קרעמער האט געשריבן:איך באצאל אלס טענענט

א קאנדא, יא?

פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 30, 2011 10:35 am
דורך ארט און מוזיק
ביי מיר איז עס אריין גערעכענט אין די רענט.

פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 30, 2011 10:42 am
דורך פונקטליך
ארט און מוזיק האט געשריבן:ביי מיר איז עס אריין גערעכענט אין די רענט.

וועלכע סארט דירה? א אלטע 4 פעמילי אפארטמענט אדער א נייע קאנדא?

פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 30, 2011 12:10 pm
דורך קרעמער
פונקטליך האט געשריבן:
קרעמער האט געשריבן:איך באצאל אלס טענענט

א קאנדא, יא?

יא

פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 30, 2011 12:18 pm
דורך שוועמל
קרעמער האט געשריבן:איך באצאל אלס טענענט

Same here

פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 30, 2011 12:56 pm
דורך דארפסמאן
90% אפילו ביי נייע באצאלט די לענדלארד

פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 30, 2011 1:10 pm
דורך שוועמל
ווען איך האב אריינגעמופט האט טאקע די לענדלארד געצאלט מעינטענענס מיט וואסער, מיט די צייט האט זיך כסדר געהויבן מיין פארציע מיטן צולייגן מעינט. שפעטער צולייגן וואסער, ווען ס'יז שוין נישט געווען וואס צוצולייגן האט ער פראסט און פשוט גהויבן די רענט.

פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 30, 2011 5:06 pm
דורך ארט און מוזיק
פונקטליך האט געשריבן:
ארט און מוזיק האט געשריבן:ביי מיר איז עס אריין גערעכענט אין די רענט.

וועלכע סארט דירה? א אלטע 4 פעמילי אפארטמענט אדער א נייע קאנדא?

גלוי....

פארעפענטליכט: זונטאג יוני 19, 2011 2:29 pm
דורך בשמים
כמה שאלות בין לענדלער וטענענט של אפיס:

מעג דער טענענט ארייננעמען א שותף ביי זיך אין אפיס (שערן אפיס) אנעם רשות פונעם לענדלער?
האט דער לענדלער א רעכט צו בעטן א חלק פון די פארדינסט דורך ארייננעמען דעם שותף? (למשל די אפיס קאסט 500, און דער שותף האט עס געדינגען פאר די נאכט שעה'ן, פאר לאמיר זאגן 200 א חודש, האט דער לענדלער א רעכט צו בעטן מען זאל אים אראפגעבן א פופציגער למשל?)
אויב דער לענדלער צאלט די עלעקטעריק פאר די עטליכע אפיסעס וואס ער פארדינגט, האט ער א רעכט צוצושפארן די ארט ווי מען צינדט אן די עיר קאנדישאן, בשעת ער געפינט זיך נישט דארט במשך די גאנצע וואך?
אז מ'פארדינגט עטליכע אפיסעס, איז דער סדר אז יעדער טענעט קויפט זיך זיין אייגענע מזוזה, אדער דער לענדלער צאלט עס?
אז מ'פארדינגט עטליכע אפיסעס, ברויך דער בעה"ב צושטעלן אשר יצר פאפיר און א האנטוך זיך אפצוווישן די הענט, אדער יעדער זאל זיך אליין אינזין האבן צו ברענגען פאפיר, און א האנטוך'ל?

פארעפענטליכט: זונטאג יוני 19, 2011 4:31 pm
דורך בשמים
ניקים לעבן! איך האב אייך געפרעגט 5 קשיות, זייט מוחל און ענטפערט מיר א תירוץ.

פארעפענטליכט: זונטאג יוני 19, 2011 4:35 pm
דורך פונקטליך
די ערשטע זאך: האט מען געשריבן א קאנטראקט? אויב יא, וואס שטייט דארט?

פארעפענטליכט: זונטאג יוני 19, 2011 4:40 pm
דורך בשמים
לא מיט א אל"ף, נישט געשריבן קיין קאנטראקט.

איך קען ארויסגיין פון דא ווען איך וויל, אבער סעקיורעטי געלט האט ער למען השם נישט פארגעסן צו בעטן, וואס דאס איז א עקסטערע שאלה צו ס'איז אויסגעהאלטן.

פארעפענטליכט: זונטאג יוני 19, 2011 5:33 pm
דורך farshlufen
רב בשמים, אז איר האט מסכים צו געבן סעקיוריטי דאן וואס זאל זיין די שאלה?

פארעפענטליכט: זונטאג יוני 19, 2011 5:58 pm
דורך בשמים
מסכים געווען?

איך האב נישט געהאט קיין ברירה, דער האט געצעגערט און געצעגערט... (שוין נאכן זיין אינעם אפיס 2 חדשים, האט ער זיך דערמאנט צו בעטן סעקיורעטי פון אלע טענעטס).

פארעפענטליכט: זונטאג יוני 19, 2011 8:55 pm
דורך איזעי
בשמים האט געשריבן:מסכים געווען?

איך האב נישט געהאט קיין ברירה, דער האט געצעגערט און געצעגערט... (שוין נאכן זיין אינעם אפיס 2 חדשים, האט ער זיך דערמאנט צו בעטן סעקיורעטי פון אלע טענעטס).


די אלע שאלות ווענדט זיך מיט וועלכן לענדלארד מען האנדלט....

פון דיינע ווערטער קומט אויס, אז דו וועסט האבן צרות יגון ואנחה פון דיין לענדלארד, פרוביר צו טרעפן א צווייטע אפיס

פארעפענטליכט: זונטאג יוני 19, 2011 9:01 pm
דורך בשמים
בשמים האט געשריבן:כמה שאלות בין לענדלער וטענענט של אפיס:

מעג דער טענענט ארייננעמען א שותף ביי זיך אין אפיס (שערן אפיס) אנעם רשות פונעם לענדלער?
האט דער לענדלער א רעכט צו בעטן א חלק פון די פארדינסט דורך ארייננעמען דעם שותף? (למשל די אפיס קאסט 500, און דער שותף האט עס געדינגען פאר די נאכט שעה'ן, פאר לאמיר זאגן 200 א חודש, האט דער לענדלער א רעכט צו בעטן מען זאל אים אראפגעבן א פופציגער למשל?)
אויב דער לענדלער צאלט די עלעקטעריק פאר די עטליכע אפיסעס וואס ער פארדינגט, האט ער א רעכט צוצושפארן די ארט ווי מען צינדט אן די עיר קאנדישאן, בשעת ער געפינט זיך נישט דארט במשך די גאנצע וואך?
אז מ'פארדינגט עטליכע אפיסעס, איז דער סדר אז יעדער טענעט קויפט זיך זיין אייגענע מזוזה, אדער דער לענדלער צאלט עס?
אז מ'פארדינגט עטליכע אפיסעס, ברויך דער בעה"ב צושטעלן אשר יצר פאפיר און א האנטוך זיך אפצוווישן די הענט, אדער יעדער זאל זיך אליין אינזין האבן צו ברענגען פאפיר, און א האנטוך'ל?

גייען די אלע קשיות בלייבן א תיקו?

פארעפענטליכט: זונטאג יוני 19, 2011 9:11 pm
דורך איזעי
בשמים טייערע, אויב איז נישטא קיין קאנטראקט און קיין אפמאך, איז מער ווייניגער דער ענטפער אויף די אלע שאלות אז "כל דאלים גבר"

און וועגן דעם האב איך דיר געזאגט אז אויב האנדלט מען מיט א בעל הבית וואס מאכט שוועריקייטן אויף יעדן ריר, דאן איז בעסער אז די זוכסט א צווייטן אפיס.

פארעפענטליכט: זונטאג יוני 19, 2011 9:17 pm
דורך בשמים
איזעי טייערער; איך און די אלע אנדערע טענעטס דא ליידן זיך טאקע גענוג צאם פון דעם אלים גבר לענדלער, אבער ס'מופט זיך נישט אזוי... ס'איז נישט בלויז דאס אויספלאקן דאס כלי, און יאלא מ'הולכ'ט ארויס דערמיט צום נייעם מקום.

פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 20, 2011 1:34 am
דורך שוועמל
דאס זענען אקטועלע שאלות וואס דערויף האבן מיר א תורה, א בבא בתרא מיט א הלכות שכנים, ושכירות.

קענסט פרעגן יעדע חושן משפט דיין וואס די הלכה איז.

איזעי, איך מיין אז כל דאלים גבר קומט דא נישט ארייין.

פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 20, 2011 7:29 am
דורך צולייגער
און איך מיין אז דער גאנצער עולם זאל זיך אראפזעצן מיט אים און רעדן צו אים מיט שיינעם (נישט ווייל עס קומט אים מען זאל רעדן צו אים מיט שיינעם, נאר פשוט ווייל עפעס אנדערש וועט נישט העלפן), הער צו טייערער לענדלארד, מארגן וועסטו פארלאנגען שליסל געלט, און איבער מארגן געלט פארן איבערבויען וכו' ואין לדבר סוף, גיימער מאכן א קאנטראקט, און אויב ווילסטו נישט דאן גייען מיר אלע צוזאמען אוועק פון דא, אוי העט ער טאנצן, און ער וועט מאכן א קאנטראקט ווי א טאטעלע.

פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 20, 2011 10:52 am
דורך פאקטיש
farshlufen האט געשריבן:רב בשמים, אז איר האט מסכים צו געבן סעקיוריטי דאן וואס זאל זיין די שאלה?

דיינע אזוי-גערופענע-פארשלאפענע ענטפערס טרייסלען מיר אויף יעדעס מאל עקסטער!!!
איך וואלט מיר נישט געוואלט געפונען אונטער דיינע לאפעס. פשוט מ'הערט נישט קיין פאזיטיווע קאמענטס פון דיר פאר די צעשאסענע טענענטס פון כלל ישראל וואס קרעכצן אונטערן לאסט פון טויזענטער דאלארן רענט פער מאנאט, פארן געווינס פון א דומפן קאמער וואו מ'קען אראפשטעלן א בעט, מיט אן אפגעשיילטע געהענגעדיגע ביה"כ.
אונז זעמיר אויף אזא סארט פראבעישן סטיל לעבן, ...אין א פרייע תפיסה.

אנטשולדיגט פארן אויסברוך, באט דיין געשטאלט מיט דיינע קאמענטס מאכן מיר טשילס!!!

פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 20, 2011 12:24 pm
דורך קרעמער
דרך ארץ פאר אן אלטגעזעסענעם מיטגליד וואס שרייבט זאכן וויאזוי זיי זענען

אין פאקט וואלט ער זיך געמעגט אנרופן "פאקטיש"

פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 20, 2011 12:35 pm
דורך פאקטיש
קרעמער האט געשריבן:דרך ארץ פאר אן אלטגעזעסענעם מיטגליד וואס שרייבט זאכן וויאזוי זיי זענען

אמממממ... באלד עט פארשלאפן שרייען אז כ'דארף פאר דיר דרך ארץ... און דו הייסט פאקטיש..
ווייסטו וואס, אפשר מאך מיר א דיעל געמיר "קרעמער" איך געב "פאקטיש", נאר שליידער מיט די שבעת אלפים פאטראלאכישע צורה

פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 20, 2011 12:38 pm
דורך בשמים
פאקטיש רעדט מען דא פון באהאנדלען א טענענט, אבער אויב שטעלט זיך עס נישט דא אפ וועט מען מוזן באהאנדלען פאקטיש.