בלאט 1 פון 2
אנ"ש טעלעפאן בוך אויפן וועב און אויף גאגעל טאלק...
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 07, 2009 9:52 am
דורך שטרויזאק
איך האב געטראפן א
טעלעפאן בוק אויף אידיש טעק.
איך באנוץ מיך אסאך דערמיט. עס איז דא דארט זין, איידימער, טאטעס און שווערן אויסער שטייצעך טעלעפאן נומבערס און אדרעסן.
די פראבלעם איז נאר, אז די דעטעבעיס איז שוין יארן נישט געווארן אפדעיטעט.
יעדער איינער קען דארטן אויפמאכן אן אקאונט און אפדעיטן/פארעכטן וואס מען פארשטייט.
עס וואלט געווען א גוטע זאך ווען די חשובע קרעטשמעריסטן זאלן עפענען אקאונטס דארטן און אפדעיטן אביסל וואס מען ווייסט, זיך, משפחה, שכנים אא"וו.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 07, 2009 10:33 am
דורך thefact
יא סא'ז מורא'דיג אינטערעסענט
איך האב שוין געמאכט דערט אסאך טשענדזשעס
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 07, 2009 11:19 am
דורך סתם_אזוי
איך האב גע'אפדעיט אויף וויפיל די צייט האט ערלויבט.
אבער איך פארשטיי נישט. יעדער שמויגער קען אפ'דעיטן? און זיי גלייבן יעדעם אויפן ווארט?
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 07, 2009 11:32 am
דורך שטרויזאק
אנפאנג קוקן זיי איבער אלע אפדעיטס, און ווען זיי באשטעטיגן עס ווערט עס אפדעיטעט.
נאך א שטיק צייט ווען מען פארדינט זייער טראסט, באשטעטיגן זיי דיינע אפדעיטס תיכף.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 07, 2009 1:41 pm
דורך טראכטער
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 07, 2009 2:05 pm
דורך קרעמער
אריינגעלייגט אין די פעווארייטס.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 07, 2009 2:10 pm
דורך שמערי בערי
איך ווייס שוין א שטיק צייט פון דעם סייט, און איך האב שוין פיל צושטייער געגעבן דארט ב"ה. אבער עס ברויך נאך פיל ארבעט, און אדרבה, ווער עס קען זאל ארויס העלפן, דאס איז א געוואלדיגע אויפטוה.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 07, 2009 3:12 pm
דורך Yes_or_no
גאר א גוטע זאך.
העמיר עס זעהן צו נוצן וואס אפטער.
ביי דא וועי ווען איך האב געזוכט האט עס נישט געטראפן נאר 2 פון 7 די איבריגע 5 איז געווען אדער ראנג אדער האבן זיי עס נאך בכלל נישט געהאט.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 07, 2009 3:15 pm
דורך thefact
אינגעלייט האט ער נישט זעהט זיך אויס ס'איז אפאר יאר אלט זיין ליסטע
און דאס איז דאך דע איידיע דער עולם זאל עס מאכן אפ-טו-דעיט
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 07, 2009 3:41 pm
דורך שטרויזאק
ער האט מיר געזאגט אז זיין ליסטע איז 8 יאר אלט
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 07, 2009 3:52 pm
דורך טראכטער
גאנץ קרית יואל איז אפדעיטעד דאס יאר, די איבעריגע איז אכט יאר אלט, חוץ די איבער טויזנט וואס דער עולם האט שוין אפדעיטעד
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 07, 2009 5:03 pm
דורך עפל קאמפאוט
אז מען רעדט פון אידיש טעק, איך קען נישט פערזענליך דער מחבר אבער מיין חבר וואס קען אים זייער גיט האט מיר געזאגט אז מען טרעפט ווייניג אזעלכע בקיאים אין פראגרעמינג ווי ער. (מיין חבר אליין איז אויך א פראגראמער)
פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 11, 2009 11:30 am
דורך סתם_אזוי
וויאזוי קען מען אויסמעקן א נאמען? איך זעה אז עס איז דא אסאך דאבבעלס. אויך האב איך אריינגעלייגט א נאמען און 'סהאצעך אליין' אריינגעלייגט 2 מאל. (איך ווייס נישט וואס איך האב געטון ראנג)
פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 11, 2009 11:59 am
דורך שמערי בערי
מ'דארף זיי שיקן א אימעיל
פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 11, 2009 12:01 pm
דורך סתם_אזוי
וואו?
פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 11, 2009 12:40 pm
דורך שמערי בערי
פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 11, 2009 12:41 pm
דורך סתם_אזוי
א שיינעם דאנק.
פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 12, 2009 11:40 pm
דורך סאכדעס
קענסט עס עדיטען, און לאזן ליידיג די פיעלדס. העכסענס שרייב אריין, אז עס איז געווען דאפלט.
אנשי שלומינו אויף גאגעל טאלק...
פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 03, 2009 9:53 am
דורך לאז געמאכט
עס איז שוין באלט צוויי וואכן וואס איך נוץ די געוואלדיגע סירוועס, איך האב אלץ געהאפט אז עמיציר וועט עס שוין דא מעלדן, דערווייל קוקט נישט אויס ווי עמיציר האט מיך אויסגעכאפט...
אלזא, דא רעדט מען פון מיין נייע חבר אין טאלק...
ask@yiddishtech.comעס איז א נייע סערוויס פון די שוין היינט באקאנטע אידיש טעק וועב סייט, (ווי שוין דא באריכטעט עטליכע מאל) איז דא אויף יענעם סייט א ריזיגע טעלעפאן בוך ווי מען קען דארט טרעפן נעמען, אדרעסן, און שווער זון אינפארמאציע, (ענדליך צו די אנשי שלומינו),
יעצט האבן זיי געמאכט אז מען קען באקומען אויך די אינפארמציע דורך גאגעל טאלק (איינע פון די גאר שטארק באנוצטע אינסטענט מעסענדשינג ביים היימישן עולם).
די סיסטעם ארבעט זייער סימפאל:
שיקט אן אינווייט פאר
ask@yiddishtech.com איר וועט תיכף ווערן עקסעפטעט,
דאן קען איר שיקן סיי וועלעכע נאמען, סיי אויף אידיש און אויך להבדיל אויף גוי'ש,
אדער קענט איר שיקן א טעלעפאן נאמבער,
און א אויגן בליק וועט איר צוריק באקומען דער נאמען פון דעם בעה"ב און אויך זיין טאטע'ס און שווער'ס נאמען!
פליז נאוט: דערווייל קריגט מען נאך נישט די אדרעס, אבער און א שמועס אויף טאקל מיטן בעל הטעק האט ער מיר געשריבן אז ער פלאנט דאס צו צולייגן בקרוב אי"ה.
-----------
דעם זעלבן טאלק קען מען אויך פרעגן די אידישע דאטום דורך אריין לייגן די גוי'שע, אזוי אויך קענמען צו לייגן יארן אדער חדשים, למשל לייגטס אריין די גוי'שע געבורט'ס טאג פון אייער יונגעלע + 13 years וועט ארויף קומען פונקטליך ווען זיין בר מצוה וועט זיין!
פרובירט עס אויס.....
פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 03, 2009 10:42 am
דורך ווייסעך וואס
יא! איך בין עדות, עס איז א מעכטיגער אויס טרעף.
(לאז געמאכט! האסט מיך אויס געכאפט, איך האב עס געוואלט מעלדן, איכער איז עדות)
עס איז א געוואלדיגער רעיון, איך נוץ עס שוין אויך, און איך קען זאגן עס קומט מיר צוניץ ממש יעדן טאג.
אמת עס איז נישט 100% פראצענט אפדעיטעד, אבער אויב און ווען דער עולם וועט עס אנהייבן נוצען פעסט, און מען וועט צו לייגן די אפדעיטס וואס מען ווייסט פון באקאנטע קרובים און שכנים, וועט עס מיט די צייט ווערן אפדעיטעד.
עס איז זייער קאנוויניענט, דארפסט נישט מישן גראבע ביכער צו טרעפן א טעלעפאון נטמבער, עס ארבעט אינסטענטלי, ווינדערליך.
די דעיט קאנווערטער איז אויך זייער נוצבאר, איך האב מיר פאריגע וואך ענדליך פארצייכענט מיינע קינדערס געבוטס דאטומס איינמאל פאר אלעמאל.
טעמו וראו כי טוב.
פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 05, 2009 7:01 am
דורך ליינער
איך האב נעכטן געזיכט איינעם'ס טעלפאון נאמבער האב איך מיך דערמאנט אז איינער האט געשריבען דא וועגן א נייע זאך אויף גוגל טאלק
נו האמיר פראבירט און סאררי טו טעיל יו ער האט נישט געפעסט די טרייעל
ס'איז גאר א אלטע ליסט מענטשען האבן שוין געמופט פאר 15 יאר צוריק שטייט דארט יענע אדדרעס/טעל
סארי נעקסט טיים פראמאט נישט קיין נייע האלב געפינישטע ארבייט
(פאר א נער ווייזט מען א האלבע ארבייט)
פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 05, 2009 12:49 pm
דורך שטרויזאק
די טעלעפאן נומבערס קןמט פון
אידישטעק טעלעפאן בוק.
עס איז שוין דא אן
אשכול דערפון און אז מען דארף עס אפדעיטן.
פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 05, 2009 10:20 pm
דורך thefact
יעדער זאל אפדעיטן זיין משפחה'ס פאון נומבער'ס וועט עס ווערן אפ-טו-דעיט אין נאו טיים (אזוי ווי די מעשה אין כעלעם מיט די בראנפן...)
פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 05, 2009 11:03 pm
דורך פרייליכערהייט
ווער איז דער בעל הטעק ? וואו קעשט ער עס ארויס?
טוט ער עס לשם מצווה? מע זאל זיך צאמהאלטן??
פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 11, 2009 3:25 pm
דורך ווייסעך וואס
thefact האט געשריבן:יעדער זאל אפדעיטן זיין משפחה'ס פאון נומבער'ס וועט עס ווערן אפ-טו-דעיט אין נאו טיים (אזוי ווי די מעשה אין כעלעם מיט די בראנפן...)
וואס איז די מעשה מיט די ברוינפן? מאכסט מיך דורשטריג/ק