בלאט 1 פון 1
הילף איבער איבערדריקן א ספר!
פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 06, 2009 9:58 am
דורך קאקאש קעיק
איך האב ביי מיר אין באזיץ א הערליכע שיינע דרוש ספר, פון א מחבר וואס לעבט שוין נישט באלד 300 יאר. דער ספר איז א יקר המציאות, און איך וויל עס איבערדריקן לעשות נחת רוח לכבוד המחבר הגדול זצ"ל, ווי אויך כדי צו באשיינען די תורה וועלט מיט די הערליכע דרושים. די פראגע איז אבער "כסף מנלן"? איך האב נישט די צייט, ארומצולויפן בארבע כנפות הארץ צו עשירים, זיי זאלן מנדב זיין געלט להוצאת הספר, אשר על כן את אחי אנכי מבקש, ווער עס קען מיר ארויסהעלפן מיט עצות, וויאזוי צו שאפן געלט, יבא עליו ברכה, וזכות המחבר זצ"ל יגן עליו ועל משפחתו לעד ולנצח נצחים, אכיה"ר.
פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 06, 2009 12:59 pm
דורך חידוש נפלא
קאקאש קעיק, אויב מען קען טרעפן ווער זענען די אייניקלעך פון די מחבר דעמאלטס קען מען קודם גיין צו זיי, בכלל אויב איז דא נאך ספרים פון די מחבר קען אמאל זיין גרינגער ווייל זיין נאמען איז שוין מפורסם
פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 06, 2009 1:41 pm
דורך קאמענטאטאר
גראדע ארבעט איך אויף איינס אין ענליכען עלטער, אפשר זאגסטו מיר פון וואס דו רעדסט?
פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 06, 2009 5:57 pm
דורך קאקאש קעיק
חידוש נפלא האט געשריבן:קאקאש קעיק, אויב מען קען טרעפן ווער זענען די אייניקלעך פון די מחבר דעמאלטס קען מען קודם גיין צו זיי, בכלל אויב איז דא נאך ספרים פון די מחבר קען אמאל זיין גרינגער ווייל זיין נאמען איז שוין מפורסם
לויט מיין ידיעה איז נישטא קיין איייניקלעך. דער ספר ווערט דערמאנט אין עטליכע ספרי חסידות אויך כגון ישמח משה, בני יששכר און נאך... די לעצטע מאל וואס מ'האט איבערגעדריקט די ספר איז געווען אין די מיטעלע ת"ר יארן, און דער קדושת יו"ט האט געגעבן א ווארעמע מכתב המלצה פארן מוציא לאור.
קאמענטאטאר האט געשריבן:גראדע ארבעט איך אויף איינס אין ענליכען עלטער, אפשר זאגסטו מיר פון וואס דו רעדסט?
נו אדרבא אויב ביסטו אויך אין די ליין, זאג מיר וואס דו טוסט צו שאפן געלט?
פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 06, 2009 6:34 pm
דורך ווארד2007
קאקאש קעיק
פון די אלע סימנים וואס דו געסט אויפן ספר, די יארן ווען דער מחבר איז געווען, און די הסכמה, מיין איך איך ווייס פון וואסערע ספר דו רעדסט, איך ווייס א חבר מיינער וואס האט געארבעט אויף דעם ספר עטליכע יאר צורק, איך ווייס נישט וואס ס'איז געווארן דערמיט, אויב ווילסטו מיר זאגן אין אישית, וועל איך דיר קענען זאגן צו מיר רעדן פון די זעלבע, און וועסט דיך פארבינדן מיט יענעם.
פארעפענטליכט: זונטאג מאי 10, 2009 5:09 pm
דורך באזעסענער
אויב מיינסטו טאקע נאר לשם שמים, דאן קענסטו דאס געבן פאר איינע פון די מכונ'ס צ.ב.ש. עוז והדר און זיי וועלן טאן דעם זשאב און נעמען דעם פולען קרעדיט דערפאר, אבער געדענט איר מיינט דאך נאר לש"ש.