בלאט 1 פון 1
א פאספארט
פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 04, 2009 4:27 pm
דורך thefact
ווי מאכט מען היינט צוטאגס א פאספארט?
וואס איז די פרוצעדור?
וואס דארף מען האבן?
פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 04, 2009 4:33 pm
דורך קרעמער
האסט אפאר וואכן צייט, אדער דארפסט עס עמערדזשענסי?
אויב האסטו צייט, גיי צו דיין לאקאלע פאסט אפיס.
מער ווייניגער דארפסטו מיטברענגן יעדן שטיקל איי.די. וואס דו פארמאגסט, אויסערדעם ברענג מיט אן עדות (צב"ש דיין אידענע) מיט איר איי.די.
פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 04, 2009 4:37 pm
דורך קרעמער
יעצט כאפ איך מיך אז א פאסט אפיס איז גוט אויף צו באנייען אן אלטן פאספארט, אבער אויף צו מאכן א פרישע דארף מען מעגליך גיין ערגעץ אנדערש.
פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 04, 2009 4:40 pm
דורך farshlufen
קרעמער, איך האב סיי געמאכט און סיי באנייט אין מיין שכינות'דיגער פאסט אפיס.
פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 04, 2009 4:41 pm
דורך farshlufen
פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 04, 2009 4:46 pm
דורך thefact
ווי לאנג נעמט עס צו באקומען ווען מ'מאכט עס אין פאסט אפיס?
פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 04, 2009 4:58 pm
דורך סאדע_באטל
די אפיציעלע צייט וואס זיי שרייבן איז מער ווי צעהן וואכן, אבער עס קען דיר געלונגען און באקומען אסאך שנעלער,
אויב דו דארפסט עס וויכטיג, קענסטו אדער אליינס אראפגיין, אדער צאלן 150-200 דאלער און זיי וועלן אראפגיין פאר דיר, און דו וועסט עס באקומען די זעלבע טאג
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 07, 2009 2:52 pm
דורך thefact
א גרויסן שכח פאר א יעדן
נאך צוויי קלייניקייטן
ווי קען מען וויסן ביז ווען מיין שכינות'דיגע פאסט אפיס איז אפן?
ווען איז גוט צו גיין מ'זאל נישט דארפן שטיין אין די ליין?
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 07, 2009 2:56 pm
דורך farshlufen
ר' פאקט, אויף usps.com איז דא אלע אינפאו, אויך א פאון נאמבער, אבער מיט דעם ביסטו נאך נישט געהאלפן ווייל עס איז דא עקסטערע שעות און אן עקסטערע פענסטער פאר פאספארפארט סערוויסעס, מען דארף זיי אנרופן און פרעגן.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 07, 2009 3:06 pm
דורך ראמני 08
צו פארן אויף קאנאדע ברויך מען היינט האבן א פאספארט?
און אויב יא אויך פאר אינטער 18 ?
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 07, 2009 3:26 pm
דורך בני יששכר
עס איז דא ב"ה היינט א היימישע קאמפעני עס הייסט expeodite passport זיי קענען ערלעדיגן אויף די זעלבע טאג א פאספארט זייער נומבער איז 718-782-4700
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 07, 2009 3:29 pm
דורך קאקאש קעיק
ראמני 08 האט געשריבן:צו פארן אויף קאנאדע ברויך מען היינט האבן א פאספארט?
און אויב יא אויך פאר אינטער 18 ?
אין 3 וואכן ארום גייט עס אריין אין קראפט! [אונטער 18 ווייס איך נישט].
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 07, 2009 5:52 pm
דורך קוימען קערער
איך האב לעצטענס באנייט מיין פאספארט, און געמאכט א פאספארט פאר א קינד, עס האט גענומען אין פאסט אפיס נישט מער ווי צוויי וואכן ביז עס איז אנגעקומען די פאספארטן
די וואס פארן אסאך אויף קאנאדע, אבער נישט ערגעץ אנדערש, קען באקומען ביי די DMV א ספעציעלע דרייווערסט לייסענס (עס קאסט $35 מער) וואס איז גוט אנטשטאט א פאספארט ביי די גרעניץ. דאס איז נאר ווער עס פארט מיט א קאר\באס, מיט א פליגער איז אנדערש פאר מער אינפארמאציע קוקטס
דאקינדער אונטער 16 דארפן נישט האבן קיין פאספארט, פאר מער אינפארמאציע וואס גייט זיך טוישן יוני דעם ערשטען קוקטס
דא אדער
דא
פארעפענטליכט: פרייטאג מאי 08, 2009 8:47 am
דורך ראמני 08
טעינקס קאקאש
פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 20, 2009 11:06 am
דורך שמאטע
קוימען קערער האט געשריבן:איך האב לעצטענס באנייט מיין פאספארט, און געמאכט א פאספארט פאר א קינד
passport book or card ?
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 21, 2009 2:09 pm
דורך קוימען קערער
שמאטע, איך האב געמאכט א געהעריגע פאספארט
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 21, 2009 3:37 pm
דורך קאלטס און ווארעמס
thefact האט געשריבן:ווי לאנג נעמט עס צו באקומען ווען מ'מאכט עס אין פאסט אפיס?
אויף דעם איז נישט דא קיין כלל, עס ווענט זיך אין די סיזי.
פארעפענטליכט: פרייטאג יוני 12, 2009 12:26 pm
דורך שרייבטאראפ
בני יששכר האט געשריבן:עס איז דא ב"ה היינט א היימישע קאמפעני עס הייסט expeodite passport זיי קענען ערלעדיגן אויף די זעלבע טאג א פאספארט זייער נומבער איז 718-782-4700
איך ווייס אויך פון מענטשן וואס האבן זיי גענוצט און געווען זייער צופרידן