בלאט 4 פון 4
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 18, 2009 8:40 pm
דורך טראק דרייווער
שמיציגער די האסט שוין אמאל געטוהן אין ביזנעס? קודם כל פון האבן אויף איין וועבסייט טויזענט געשעפטן א חודש (יא יא פאר פינף דאלער..) איז נישט ווערט קיין פינף דאלער אויך נישט ווייל עס זעהט זיך כמעט נישט אן, עס איז אלס דא אן אנגענומענע וועג וויאזוי ביזנעס גייט צו און דאס איז געווענליך די בעסטע,
הקיצור ער קען טאקע מאכן אי"ה אסאך געלט דערפון אבער מען דארף נאך אין דעם אליין אריינלייגן אסאך כוחות,
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 18, 2009 8:48 pm
דורך גראדער
כ'בין היינט אריין אין דעם וועבזייטל, מען זעהט אז דער כולל אינגערמאן האט גוטע פלענער...
ווען איך בין אריין אין דעם "גיב א שמייכל" אפטיילונג, האב איך מיך געשפירט גאנץ היימיש, "אלע" ווערטלעך זענען פונעם מילתא דבדיחותא אשכול פון די אידישע וועלט...
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 18, 2009 11:04 pm
דורך קרעמער
כולל אינגערמאן;
מזל טוב צו די נייע וועבזייטל און האפנטליך גרויסע ביזנעס!
(נעכטן און היינט האב איך באמערקט אויף דיין הויפט זייטל א לינק צו כפירה רח"ל, האט דאס עפעס מיט דיר? קענסטו אנשטעלן וועלכע סארט לינקס זאלן דארט ארויפקומען?).
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 18, 2009 11:15 pm
דורך כולל יונגערמאן
איינער האט מיר שוין מעורר געווען דערויף, עטליכע וואכן צוריק, עס האט נישט מיט מיר עס האט מיט גוגל עדס, דאס איז די סיבה פון לייגן ענגליש אויף די סייט, וועגן איך וויל פרובירן צו באקומען ענגלישע עדס פון גוגל אנשטאט העברעיש
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 18, 2009 11:43 pm
דורך איך_הער
כולל יונגערמאן, דו קענסט האבן דיינע אימעיל אדרעסן דורך זשימעיל, און ס'זאל נאך אלץ זיין עט יודיש אינפאו, און ממילא דאס אויך קענען ניצן אלץ גוגל טאלק, מ'האט שוין ארום גערעדט ערגעץ דא דערוועגן וויזוי מ'קענעס מאכן, אבער כ'ווייס פאר א פאקט אז מ'קען.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 18, 2009 11:59 pm
דורך כולל יונגערמאן
א גרויסען ישר כח, איך הער, דארף מען טאקע געוואר ווערן וויאזוי מען מאכט עס
וכאן המקום להודות פאר אלע חברי הקרעטשמע וואס זאגן קאמענטארן עצות און הדרכה, אסאך ביזנעסלייט וואלטן זיך געוואונטשן צו האבן אזא קרעטשמע ווי אויסצולופטערן די ביזנעס ענינים, ווי אויך וויל איך בעטן ווער עס האט נאר א הערה, קאמענטאר, קריטיק,עצות, אדער עני אנדערע זאך צו זאגן אל ימנע טוב מבעליו, עס קען צוניץ קומען
פארעפענטליכט: פרייטאג יוני 19, 2009 1:42 pm
דורך גרוש
איך בין יעצט ארויף אויפן סייט איך בין נתפעל געווארן, פון די חילוק פון די פאריגע מאל וואס איך האב עס געקוקט ביז יעצט,
יעצט איז עס מעידזשער און ראוי לעלות על שולחן מלכים,
פארעפענטליכט: פרייטאג יוני 19, 2009 3:19 pm
דורך טראק דרייווער
איך_הער האט געשריבן:כולל יונגערמאן, דו קענסט האבן דיינע אימעיל אדרעסן דורך זשימעיל, און ס'זאל נאך אלץ זיין עט יודיש אינפאו, און ממילא דאס אויך קענען ניצן אלץ גוגל טאלק, מ'האט שוין ארום גערעדט ערגעץ דא דערוועגן וויזוי מ'קענעס מאכן, אבער כ'ווייס פאר א פאקט אז מ'קען.
איכער די ערשטע מאל וואס איך הער אזא זאך, אדרבה איך וואלט מיך מחי' געווען מיט דעם צו קענען האבן די ביזנעס אימעיל אדרעס אויף זשימעיל, אבער דערווייל ווייס איך נאר צו מאכן פארקערט אז זשימעיל זאל איך קענען נוצן אויף אוטלאק וכדומה, אויף דעם איז דאס די לינק ווי מען רעדט דערוועגן
http://www.yiddishworld.com/forum/index ... =viewtopic
פארעפענטליכט: פרייטאג יוני 19, 2009 3:27 pm
דורך איך_הער
איך דענק נישט וואו, און דיין לינק האבעך יעצט נישט קיין געדולד צו עפענען, (סארי), באט מ'האט קלאר גערעדט דערפון ערגעץ ווי דא אין קרעטשמע, און דאס אז מ'קענעס מאכן, ווייסעך פאר זיכער, כ'ווייס איינער וואס האטעס אזוי.
פארעפענטליכט: פרייטאג יוני 19, 2009 4:05 pm
דורך ראזי
איך האב די ביזנעס אימעיל אויף זשימעיל, אבער איינער האט עס אופגעסעט פאר מיר איך וועל טרייען צי געוואר ווערן ווי אזו מען מאכט עס
פארעפענטליכט: זונטאג יוני 21, 2009 10:48 am
דורך לאז געמאכט
עס איז זייער גרינג עס צו מאכן גיי צו
http://www.google.com/a זיי גיבן אלע אנווייזונגן.
פארעפענטליכט: זונטאג יוני 21, 2009 3:17 pm
דורך בעל בית
זיי בעטן געלט!!!
פארעפענטליכט: זונטאג יוני 21, 2009 3:24 pm
דורך לאז געמאכט
זיי בעטן נישט
פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 22, 2009 1:39 pm
דורך כולל יונגערמאן
אזוי אריינלייגענדיג די גאז סטאנציעס פון בארא פארק האב איך מיר אנגעשטויסן אין א סתירה פון גוגל מיט מעפ קוועסט, עני בארא פארקער אראונד, מיר צו זאגן צו עס איז דא א גאז סטאנציע אויף 4715 11טע עוועניו?
פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 22, 2009 1:42 pm
דורך צום זאך
נופס!!
אויף 11טע עוועניו אין ב"פ איז נישט פארהאן קיינע גאז סטאנציעס..
פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 22, 2009 2:00 pm
דורך כולל יונגערמאן
דען וואס זאגט מעפ קוועסט אז עס איז דא?
פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 22, 2009 3:42 pm
דורך צייטליך
איך האב אויך דא אין ביזנעס א אימעיל @ די ביזנעס נאמען וואס ארבייט דורך גוגל.
איך ניץ געהעריגע גוגל טאלק דערמיט.
לויט ווי איך זעה האסטו שוין א דאמעין נאמען פאר דיין אימעיל, אלזא גייט דיר דאס נישט קאסטן קיין פיאסטער.
פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 22, 2009 3:47 pm
דורך באנקיר
כולל יונגערמאן האט געשריבן:דען וואס זאגט מעפ קוועסט אז עס איז דא?
ער זאגט אויף פט. העמילטאן/ניו יוטריקט ביי 43-44.
פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 22, 2009 3:58 pm
דורך באנקיר
וואס ער זאגט נישט, איז די שומר שבת ביליגע געז סטעישאן Rio אויף 14 און 38,
ווי אויך איז דארט פארהאן א שטיקל בעקערי און טעיק אוט וואס איז אפען דורכאויס ביזנעס שעה'ן,
ספעציעל נוצבאר פאר די קאמערציעל געגענט און פאר די דורכפארערס.
אבער מען קען דארט קויפן 24 שעה נאש, טרינקן, אייז קריעם און אייסעס.
פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 24, 2009 12:44 am
דורך כולל יונגערמאן
ישר כח פאר למעלה משבעים פארן אדווערטייזן מיין ביזנעס מיט זיין אינטערשריפט