בלאט 3 פון 4
פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 17, 2009 9:00 am
דורך וויכטיג מאכער
כולל יונגערמאן, מזל טוב צום גרינדונג פון דיין נייע ביזנעס, דער אייבערשטער זאל דיר שענקען אסאך הצלחה..
אזוי ווי דער עולם איז זייער נייגעריג צו פארשטיין וויזוי ער גייט מאכן געלט, וועל איך פראבירן צו פארשטיין געבן וויזוי ער 'קען' מאכן געלט..
ווען איינער זוכט א גראסערי אין 11211, אדער א רעסטעראנט, אדער עני אנדערע ביזנעס, וועלעכע גראסערי גייט ארויפקומען די ערשטע אויף די ליסטע?...
אההה, דא קומט אריין געלט, פארשטייצעך ווי מער מעסעדזשעס ער גייט האבן, אלץ מער וועט ער קענען בעטן, אבער אויב פרענקל סופערמארקעט וויל זיין די ערשטע, פאר סענטראל מארקעט, און הצלחה, וועט ער מוזן באצאלן אדער פער וואך, אדער פער מעסעדזש.. אויב גרילל אן לי וויל ארויפקומען פאר גאטליעבס און גאסטאו, וועט ער באצאלן דערפאר..
די זעלבע איז מיט יעדע אנדערע זאך, גאז סטעישען, וכד'..
כולל יונגערמאן, איך האב עס ארויס?.. איך בין טאקע נישט געזיצן אין כולל, אבער צו ביזנעס פארשטיי איך נאך אביסל, איא?..
פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 17, 2009 9:05 am
דורך כולל יונגערמאן
יא אקוראט
פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 17, 2009 10:28 am
דורך צום זאך
מזל טוב כולל יונגערמאן! אסאך הצלחה פאר דיין נייע ביזנעס!
דאס הייסט ריכטיג 'השתדלות'.. ס'איבריגע פארלאז דיך אויפן "השם - הזן את הכל"..
וויכטיג מאכער האט געשריבן: אבער אויב פרענקל סופערמארקעט וויל זיין די ערשטע, פאר סענטראל מארקעט, און הצלחה, וועט ער מוזן באצאלן אדער פער וואך, אדער פער מעסעדזש...
גוט אנגעכאפט... ווי עס שיינט וועט "פרענקל'ס" טאקע צאלן צו זיין ס'ערשטע...
פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 17, 2009 10:34 am
דורך משה קארנפעלד
מזל טוב מזל טוב צום נייעם ביזנעס, זאל דער אויבערשטער העלפן עס זאל זיין מיט אסאך הצלחה, מאכן אסאך געלט אן דארפן ארבייטן אסאך.
איך וואלט דיר אויך געראטן ווי צייטליך, פארשפרייט עס נאך נישט, נאר לאז עס דא אין קרעטשמע פאר בעטע, און דער עולם דא לויט ווי דו זעהסט דערווייל, ווען שוין איינמאל אויספראבירן אלעס, ביז אלעס ווען פאלן אין פלאץ ווי אין א פעקל קאצקע צוקער.
פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 17, 2009 10:47 am
דורך משה קארנפעלד
כולל יונגערמאן האט געשריבן:די טעקסט מעסעדזשעס קומען צוריק אוטאמאטיק,
צו טעקסטן מיט א לייוו רעפרעזענעטאוו, קענט איר שיקן צו
HELP@YIDDISHINFO.COM
עס גייט טאקע זיין א לייוו רעפרעזענטעטיוו 24 שעה?
ווי איך זעה אויפן וועב זייטל, גייט קומען גאר אסאך סערוויסעס און א שיעור, זאל עס זיין מיט הצלחה.
פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 17, 2009 10:52 am
דורך שטרויזאק
מזל טוב!!!
אסאך הצלחה, מיט אסאך געלט און הרחבת הדעת מיט אלעס גוטס.
איין קליינע הערה, אזוי דו האנדלסט מיט אידישע קינדער וואס זענען לאו דוקא ספעלינג טשעמפיאנס, און אויך איז אינוואלווט אסאך אידישע ווערטער וואס האבן נישט קיין סטענדערט ספעלינג אין ענגלישע אלפאבעטן.
דארפסטו זען אז ווען איינער סירטשט פאר minchah, mincheh, mincha, minche, וכד' זאל ער באקומען די זעלבע רעזולטאטן און נישט ווייל עס איז מיספעלט מיט איין אות זאל ער שוין נישט טרעפן.
אלענפאלס, הצלחה.
פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 17, 2009 11:13 am
דורך שמיי_דריי
שטרויזאק זייער א גוטע נקודה... איך האב עס אויך געקלערט.. און קען טאקע זיין אז פארדעם האט עס נישט געארבייט בי צייטליך און טייפיסט ווייל זיי האבן מיספעלט לויט ווי ער האט עס אריין געלייגט
פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 17, 2009 11:14 am
דורך שמיי_דריי
די וועב סייט קוקט גראדע אויס זייער גוט
http://www.yiddishinfo.com/
פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 17, 2009 11:20 am
דורך לוסטיג
מאזעל טוב מאזעל טוב!! דעיס איז עלטער באבי, איך פריי מיך אזוי מיט מיין הארץ פאר שימכע, יואש בינעך אימוישענעל..
שוין, יעצט לצנות געלייגט און א זייט, דער באשעפער זאל דיר געבן אסאך הצלחה מיט א באנטש געלט, אן קיין עגמות נפש.
פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 17, 2009 1:11 pm
דורך כולל יונגערמאן
פאר הערות, קריטיק, קאמאנטארן, מיינונגען, ליסטען א ביזנעס, אדווערטייזן, אדער צו מאכן א קאסטאם מעסעדזש פאר אייער ביזנעס, אדער צו לייגן אייער ביזנעס די ערשטע שיקטס מיר אריין אויף גוגל טאלק
YiddishInfo@gmail.com
פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 17, 2009 5:20 pm
דורך prowed jew
koilel yingerman, you have a shitef or you working by your self?

פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 17, 2009 5:37 pm
דורך DotCom
ברכה והצלחה פאר דיין נייע ביזנעס.
פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 17, 2009 6:01 pm
דורך שמיציגער
אבער די סייט איז נישט אויפגעסעט, ווען גייט עס ווערן אפדעטעט געהעריג?
פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 17, 2009 6:17 pm
דורך כולל יונגערמאן
עס האלט אינמיטן גיב עס צייט, מען שלאפט נישט
פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 17, 2009 6:18 pm
דורך למדן
די ענגלישע אינטערדאקשען אויפן פראנט פעידזש פונעם וועבסייט, איז "געפערליך"!
עס קוקט אויס ווי עס איז איבערגעטייטשט ווארט-ביי-ווארט פון די אידישע, און מיט זייער אסאך ספעלינג מיסטעיקס, הקיצור, זייער נישט פראפעסיאנאל.
כולל אינגערמאן, בעפאר די גייסט פובליק דערמיט, פאררעכט עס!
[נ"ב, איך מיין באמת "'דיין" טובה, אוואו אלע חברים דא]
פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 17, 2009 6:28 pm
דורך כולל יונגערמאן
איך בעט פון די חברי הקרעטשמע ווער עס קען נעמען מיין נוסח און עס געהעריג איבערטייטשן און מסדר זיין ולמצוה גדולה יחשוב
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 18, 2009 3:51 pm
דורך געלעגער
כולל טייערע מיר ווינטשען דיר אסאך הצלחה מיט סיעתא דשמיא.
איין זאך, איך מיין אז א ג'מעיל אקאונט פאר א ציקונפטיגע פראפעשענעל ביזנעס איז אביסעל א טשיפ זאך, ס'מאכט אויסזעהן נער'יש
אז די האסט עניוועס א וועב זייטעל פאר נאך אפאר דאלער קען מען האבען א אייגענע אימעיל אדדרעס
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 18, 2009 4:10 pm
דורך שמיציגער
למדן!
ביסט א ריכטיגע למדן,
און וואס איז מיט די אנדערע זאכן?
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 18, 2009 4:14 pm
דורך איך_הער
מ'קען האבן א אייגענע אימעיל, אויך אן צאלן געלט, מ'האט שוין ערגעץ ווי גערעדט דא דערפון.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 18, 2009 4:16 pm
דורך שמיציגער
איך זעה און די סייט אז ער האט יא אייגענע אימעיל.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 18, 2009 4:40 pm
דורך שמיציגער
די חברה ארבעטען שווער, היינט איז עס בעסער ווי נעכטן, אבער נאר די האום פעיזש.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 18, 2009 6:52 pm
דורך כולל יונגערמאן
איך האב 3 אייגענע אימעיל אדרעסן
פאר לייוו העלפ
HELP@YIDDISHINFO.COMADS@YIDDISHINFO.COM פאר עדס
TEXT@YIDDISHINFO.COM פאר אלע זאכן בנוגע די טעקסט סיסטעם, קאמענטארן, הערות, קריטיק, ליסטן א ביזנעס
די דזשימעל איז פאר באקוועמליכקייט, צו קענען שיקן אויף גוגל טאלק,
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 18, 2009 7:32 pm
דורך למדן
שמיציגער האט געשריבן:למדן!
ביסט א ריכטיגע למדן,
און וואס איז מיט די אנדערע זאכן?
איך האב נישט געהאאט צופיל צייט ארומצוקוקן אויף דעם וועבסייט, און איך פארשטיי נאכנישט גענוי וואס עס וועט מיר [און אנדערע] בענעפיטירן, און דערפאר האב איך געקליקט אויף דעם לינק צו דערגיין פון וואס ס'רעדט זיך דא, און קוקנדיג אויפן האום פעידזש האב איך גלייך געזען אז עס פאדערט זיך נאך דארט היבש ארבייט בלויז צו פארבעסערן דעם אינטערדאקשען, און איך בין באלד צוריק אהער צום קרעטשמע, צו שרייבן מיין תגובה, און נאכ'ן דרוקן <"שיק עס"> בין איך אפילו נישט צוריק קוקן וואס נאך ס'איז דא צו קריטיקירן אדער קאמפלימענטירן.
האפענטליך וועל איך שפעטער האבן אביסל מער צייט דאס צו טאן.
ואתכם הסליחה, און נאכמאל איך מיין באמת דעם כולל אינגערמאנס טובה.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 18, 2009 7:34 pm
דורך בעל בית
איך שיק א גאנצע טאג און עס איז מורא'דיג און מעכטיג
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 18, 2009 7:47 pm
דורך שמיציגער
אהא!
מיר קוקט עס יא אויס אביסל א גוטע זאך.
לכאורה האט ער עפעס א גזונטן פלאן דערביי צו מאכן גראב געלט דערפון, וואס און אמת'ן קען ער דאס מאכן דורך דעם, למשל די עדס קען ער בעטן טויזנט דולר א וואך פון יעדן עד איז עס שוין אן אינקאם, און אויב איז ער קלוג בעט ער פון יעדן געשעפטס מאן וואס ליגט אויפן סייט פינף דולר א חודש און ער האט לאמיר זאגן 1000 (עס איז זיכער דא מער) געשעפטן 5X1000=5000, אן הערליך געשעפט! און פאר 2000 10,000 דולר, הלוואי פאר מיר געזאגט!
הקיצור, דער מענטש קאן שארן פון דעם פלאן ממון ודמים!