ארויסדרייען פון באצאלן דיסקאנעקטינג פי פאר ספרינט
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אפריל 30, 2009 9:28 pm
איך האב א פלען פון עטליכע סעלפאונס ביי ספרינט, און בין ב"ה זייער צופרידן.
פארשטייט זיך אז מען רעדט דא פון די גאר ביליגע פלענער וואס זיי שענקען אוועק (יש אומרים ס'איז אומלעגאל, אבער געהערט האב איך אז ס'איז לעגיטימע פלענער וואס ספרינט געט פאר פארשידענע פארשטיפטע שטעטלעך, און פיפיגע חברה ברענגען עס אהער פאר אונז אידעלעך. גיי ווייס וואס דער אמת איז...) מיט אזא הרחבה.
מאכט זיך אמאל אן אינטערעסאנטע זאך, און איין סעלפאון האט זיך געטוישט פון אנלימיטעד צו א גאר טייערע פלען. פארשטייט זיך אז איך האב פרובירט וואס איך קען דאס צוריקצודרייען, אבער ספרינט האט זיך נישט געלאזט. נו, וואס קען מען טון?
איך האב אבער נישט געוואלט באצאלן דעם טייערן פרייז, און איך בין געגאנגען צו א צווייטע סעלפאון סערוויס פראוויידער און זיך געעפנט אן אקאונט דארט, און אזוי ארום אימפארטירט מיין נומער וואס איך האב נישט געוואלט פארלירן, און א וואך צוויי שפעטער האב איך אנגערופן ספרינט און צוריקגעשלעפט דעם אלטן נומער וואס איך האב ביי זיי געהאט אויף א צווייטע טעלעפאן (דאס איז דער וועג וואס מען מוז דורכגיין נישט צו פארלירן קיין נומער וואס מען וויל האלטן. אויב האט מען א ספרינט סעלפאון פלען, און מען וויל אריבערשלעפן דעם נומער צו א נייע פלען, וועלן זיי דאס נישט צולאזן, נאר אויב מען ברענגט דעם נומער פון א אנדערע פראוויידער).
למעשה וויבאלד יענע קאמפאני האט אריבערגעשלעפט דעם נומער פון ספרינט האט זיך עס אויטאמאטיש אפגעהאקט, און איך האב געמיינט אז מען וועט מאכן א שווייג און פערטיג. די מעשה איז אבער געווען אז באלד צוויי חדשים שפעטער באקום איך א ביל פון ספרינט ווי זיי רעכענען מיר צוויי מאות פלאס טעקס.
איז דא עפעס וואס איך קען טון מיט זיי? איך האב שוין פרובירט צו רעדן מיט זיי אויף אלע לשונות וואס מעגליך אבער געטאפט א וואנט, איך האב זיי אפי' געאפפערט צוצולייגן נאךא ליין צו מיין עקסזיסטירנדע ליניעס אבער גארנישט האט נישט געארבעט.
קען מען עפעס טון מיט זיי?