בלאט 1 פון 1
עיר קאנדישאן פרירט
פארעפענטליכט: זונטאג אפריל 26, 2009 10:18 am
דורך יגרסהדותא
די קעפל איז נישט קיין טעות! מ'רעדט נישט פון קיין קאמפיוטער וואס פרירט. סימפעל, א עיר קאנדישאן וואס איך האב שוין באלד פיר יאר, וואס מ'האט אנגעצינדן דעם מוצאי שבת דעם ערשטן מאל דעם זומער, ווערט מיר געפרוירן כסדר.
ס'האט נישט קיין ווארענטי, די פראגע איז, אין אזא פאל לוינט זיך עס צו פארריכטן צו קויפן א נייע?
נ.ב. ביזדערווייל אין אזא הייסע טאג ווי היינט זונטאג, טוט מען אזוי, מ'צינדט אן דעם עיר קאנדישאן פאר 20 מינוט, און נאכדעם רוקט מען עס צו פען פאר 5 מינוט, וחוזר חלילה, אזוי בלאזט עס אגאנצן צייט פיינע פרישע קאלטע ליפט, ווייל דער פען, לאזט אויף די אייז.
פארעפענטליכט: זונטאג אפריל 26, 2009 10:29 am
דורך מאיר
אויב קען מען עס אנשטעלן אויף סעיוו, דהיינו ס'זאל זיך אנצינדן און אויסלעשן יעדע שטיק צייט, דאן וועסטו לכאורה נישט האבן די פראבלעם. [אויב האט עס נישט די אפציע קענסטו עס טון מיט א שבת זייגער - און גלייכצייטיג זיך אויך שפארן אביסל פאר די עלעקטעריק קאמפאני].
פארריכטן אדער קויפן א נייע איז לענ"ד ארויסגעווארפן געלט בשעת מען קען זיך גרינג א עצה געבן כנ"ל.
פארעפענטליכט: זונטאג אפריל 26, 2009 10:55 am
דורך וויכטיג מאכער
יגר, קודם האב איך הנאה צו הערן אז 'דו' ווערסט נישט פארפרוירן, נאר דיין עירקאנדישען ווערט פארפרוירען..
איז אזוי.. ס'איז א קאממען פראבלעם ביי עלטערע עירקאנדישענ'ס.. ווען דו זאגסט ווען מער דיטעיל'ס, וואלטעך אפשר געקענט פראבירן טראכטן מער.. אבער דערווייל איז די סימפל אפשען, מאך זיכער אז די פילטער איז קלין, א קלינע פילטער, איז קריטיש וויכטיג..
די קאנצעפט איז זייער פשוט.. די טריק אז די עירקאנדישען ווערט נישט געפרוירן איז, ס'דארף זיין א געהעריגע סירקיולעשען.. ד לופט דארף קענען אריין, און ארויס.. אויב ווערט דאס געפרוירן, איז ווארשיינדליך דא עפעס א בלאקעדזש... אדער די פילטער, אדער א פייפ, וואס איז צובויגן, אדער עפעס האצעך אריינגעכאפט אין די זייט, אדער אונטער די עירקאנדישען, וואס בלאקט די לופט..
פארעפענטליכט: זונטאג אפריל 26, 2009 10:56 am
דורך וויכטיג מאכער
יגר, נאך א עצה.. נעם דיך שרייבן געהעריג אין קרעטשמע, וועט אלעס וווערן מסודר, זעהט אויס אז מ'האט פון הימל דיך געוואלט זעהן דא שרייבן, האט מען דיך געמאכט שרייבן, אויך אזא אויפן...
פארעפענטליכט: זונטאג אפריל 26, 2009 11:22 am
דורך מאשקע
ס'פרירט?
control+alt+delete איז די בעסטע עצה...
סארי, כ'האב מיך נישט געקענט איינהאלטן. צוריק צום עיר-קאנדישאן נושא...
פארעפענטליכט: זונטאג אפריל 26, 2009 1:27 pm
דורך געדולד
הא הא מאשקע, געקאסט א שמייכל.
און צו דיר הרב יגר, אין מיינע אויגן איז א גוטער עירקאנדישן אינעם זומער א קריטישער וויכטיגער שליסל צו א רוהיגער לעבן, פאר פרנסה און שלום בית. א מענטש וואס שוויצט ווערט אסאך שנעלער אין כעס, און דאס טאג פארט אים מיט'ן לינקן פוס.
פרעג איך דיר, לוינט נישט די 500 פאר פרידריך עירקאנדישן?
נאך מיין חתונה האב איך מיך געוואלט שפארן געלט, האב איך געקויפט עיר קאנדישנס ביי וואל מארט, האום דיפאו, אבער סווערט געווען א רעטעך, ביז איך האב באשלאסן אז איך אינוועסטיר אין א פרידריך. עס האט מיר געקאסט א שיינע מטבע, אבער ס'איז ווערד אלע געלטער.
פארעפענטליכט: זונטאג אפריל 26, 2009 1:42 pm
דורך שוועמל
יגר;
וויכי האט שוין דערמאנט אז עס קומט צוליב ווייניג לופט פלוס; דאס קען זיין צוליב א שמוציגע פילטער, אדער די מאשין איז צו גרויס פאר אזא קליינע שטוב, אדער עס בלאזט אויף א נאנטע געגענשטאנד וואס קלאפט צוריק די לופט וכדומה.
פרוביר אנשטעלן דעם AC אויף א קלענערע טעמפעראטור וועט זיך אויטאמאטיש אויסלעשן די קאמפרעסער ווען עס גרייכט דעם טעמפעראטור, ביז עטליכע מינוט וועט זיך עס צוריק אנצינדן וחוזר חלילה. אינדערצווישן וועט זיך די אייז אויפלאזן.
עס קען אויך זיין א פראבלעם מיט די רעפריזשערענט טשארזש, אבער דאס ברויך שוין א טעקנישאן פאררעכטן. און מאכט זיך געווענליך ביי AC יוניטס נישט ביי די ווינדאו סטייל עיר קאנדישענערס.
פארעפענטליכט: זונטאג אפריל 26, 2009 2:49 pm
דורך קרעמער
היינט צוטאגס האב איך צענטראלע עיר קאנדישאן, אבער אין מיין אלטע דירה פלעג איך מיך היבש ארוממוטשן מיט די פענסטער'ליכע מאשינען (כ'רעד שוין נישט פון די ארויסשלעפן פון שענקל און אריינשטעלן אין פענסטער, אוי, רעד נישט דערפון). איינער האט מיר אנגעזאגט קיינמאל נישט אנצושטעלן דעם מאשין אויפן העכסטן, למשל אויב מען קען עס אנשטעלן פון 1 ביז 10 לאז עס אייביג אויף 8 אדער 9 (שוועמל שרייבט ענליך דערצו). דער קאמפרעסער וועט זיך אפטער אויסלעשן און עס וועט נישט אזוי שנעל פרירן.
פארעפענטליכט: זונטאג אפריל 26, 2009 5:17 pm
דורך יגרסהדותא
א יש"כ פאר יעדן, ובפרט מאיר שוועמל קרעמער.
[מאשקע, דיר וואלט איך צוגעשיקט א מייזל..]
פארעפענטליכט: זונטאג אפריל 26, 2009 5:40 pm
דורך וויכטיג מאכער
יגר.. איך בלוזזז....
פארעפענטליכט: זונטאג אפריל 26, 2009 5:53 pm
דורך סאדע_באטל
וויכי, יגר האט דיר ספעציעל אויסגעלאזט, ווייל אזוי ווען דו בלאזט, ווערט ער קאלט, און ער דארף שוין נישט די עיר קאנדישאן...
פארעפענטליכט: זונטאג אפריל 26, 2009 5:55 pm
דורך מאיר
[איך האף אבער אז יגר'ל וועט נישט פרירן פון וויכי'ס געבלאזעכטץ

]
פארעפענטליכט: זונטאג אפריל 26, 2009 5:59 pm
דורך וויכטיג מאכער
סאודע באטל, מיט מאיר, ווען איך האב געשריבן אז איך בלוזזז, האב איך אויך געטראכט פון די נאכפאלגענדע תגובות... איך האב נאר געוואלט זעהן ווער ס'גייט זיין אויף מיין זייט..
פארעפענטליכט: זונטאג אפריל 26, 2009 8:37 pm
דורך שוועמל
וויכי,
איך האב דיך דערמאנט אין מיינע ווערטער, אז ער האט מיך בא'שכויח'ט האט ער דיך אויך געמיינט..
אגב, קענסט שוין אויפהערן צו בלוזזזן, ס'יז שוין קילער געווארן אינדרויסן