בלאט 1 פון 2

איך זוך א דזשאב

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אפריל 23, 2009 3:09 pm
דורך כולל יונגערמאן
איך האב צייט 24/7 צו ארבעטן, און איך זוך שוין א דזשאב פון תמוז און איך האב נאך נישט געטראפן,
מיך ציט א בוקקיפינג, קאמפיוטער, אפיס דזשאב, איך בין אבער גרייט אנצונעמען אנדערע דזשאבס אויך, איינער קען מיר העלפן?

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אפריל 23, 2009 3:13 pm
דורך מאיר
א איד זאל זיין גרייט צו ארבעטן 7/24 ?
צו ווילסטו ארבעטן שבת אויך חלילה?

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אפריל 23, 2009 3:14 pm
דורך כולל יונגערמאן
עס איז דא וואס מען קען, למשל לערנען מיט א בחור/אינגעל בהבלעה, בעל קורא בהבלעה, משגיח ביי שמחה זאלן בהבלעה, וכדומה

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אפריל 23, 2009 3:19 pm
דורך מאיר
דו זוכסט דאך אבער נישט דאס... דו זוכסט דאך אפיס ארבעט ווי געזאגט?

עצה טובה קמ"ל, נעם אן טייפינג פאר ביליג, למשל $10 א פייל, און רוף אן אלע גרויסע קאמפאניס וואס געבן ארויס טייפינג דזשאבס קיין א"י, און בעט זיי זיי זאלן דיר געבן טייפינג דזשאבס, אזוי וועסטו האבן א באנטש מיט ארבעט אי"ה.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אפריל 23, 2009 3:21 pm
דורך כולל יונגערמאן
וועלכע קאמפעניס גיבן טייפינג דזשאבס קיין ארץ ישראל? זיי זענען גרייט צו געבן ארבעט פאר עני באדי? וואס מיינט 10 דאללער א פייל? וויפיל אותיות?

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אפריל 23, 2009 3:25 pm
דורך מאיר
10,000 קערעקטערס איז א פייל.

כמעט אלע גרויסע קאמפאניס גיבן ארויס טייפונג דזשאבס קיין א"י, וויל דארט בעט מען בערך די פרייז ($10) פאר א פייל, און דא בעט מען מען מער ווי דאפעלט (די גרויסע קאמפאניס - אנדערע בעטן ווייניגער)

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אפריל 23, 2009 3:29 pm
דורך מאיר
בד"וו ווען דו וועסט טרעפן אי"ה א דזשאב וועסטו מוזן ווערן אויס כולל יונגערמאן :wink:

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אפריל 23, 2009 3:31 pm
דורך כולל יונגערמאן
דו האסט געטראכט איין מינוט אז איך לערן אין כולל?

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אפריל 23, 2009 3:33 pm
דורך מאיר
חלילה וחס איך האב נישט געהאט אזעלכע מחשבות זרות... [איך האב זיך נאר באצויגן צו דיין ניק נאמען].

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אפריל 23, 2009 3:35 pm
דורך כולל יונגערמאן
זיי אביסל מער מסביר, דו מיינסט צוזאגן אז אסאך טייפינג קאמפעניס גיבן טייפינג דזשאבס פאר בני ארץ ישראל און באצאלן זיי 10 דאללער א פייל און די פראפיט מאכן זיי פאר זיך, סא שלאגסטו מיר פאר אז איך זאל מיך אנטראגן פאר א קאמפעני צו ארבעטן אזויווי בני ארץ ישראל פאר די זעלבע פרייז, איז איט קאררעקט?

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אפריל 23, 2009 3:36 pm
דורך מאיר
עקזעקט!
יו גאריט! האסט עס ארויס...

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אפריל 23, 2009 3:38 pm
דורך כולל יונגערמאן
ישר כח מאיר האסט גאנץ א גוטע איינפאל, איך הער יעצט די ערשטע מאל פון אזא זאך אז קאמפעניס גיבן ארויס פאר בני ארץ ישראל, איך האב נישט קיין אנונג פון קיין גרויסע טייפינג קאמפעניס בכלל, סא וועלכע גרויסע קאמפעני איז פארהאן וואס איך קען זיי קאלן?

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אפריל 23, 2009 3:39 pm
דורך מאיר
פרוביר המעתיק, הדף, וכו'...
קוק אין ביזנעס דירעקטארי.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אפריל 23, 2009 3:42 pm
דורך כולל יונגערמאן
דו מיינסט פרינטינג נישט טייפינג,פרינטינג ווייס איך אסאך, יעצט סתם פאר נייגעריגקייט וויאזוי ארבעט די סיסטעם וויאזוי קומט עס אן קיין ארץ ישראל, וויאזוי באצאלן זיי?

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אפריל 23, 2009 4:41 pm
דורך מאיר
וואס הייסט וויאזוי? מיט א קרעדיט קארד, אדער מאני ארדער.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אפריל 23, 2009 4:43 pm
דורך כולל יונגערמאן
א ציווילע מענטש נעמט נישט קיין קרעדיט קארד, און לגבי א מאני ארדער, ווער קען באשטיין צו האבן אזויפיל טשעקס אויסגעשטעלט צו זיין נאמען?
ווען איינער ברענגט אריין א צעטיל פאר המעתיק אפצוטייפן וויאזוי קומט עס אן אויף ארץ ישראל?

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אפריל 23, 2009 4:51 pm
דורך מאיר
איך טוה נישט אין דעם ממילא ווייס איך נישט פונקטליך, אבער איך שטעל זיך פאר אז מ'פעקסט אריין. [קענסט פרעגן המעתיק אליין וויאזוי זיי צאלן און אלע אנדערע קשיות וואס דו ווילסט וויסן].

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אפריל 23, 2009 5:01 pm
דורך כולל יונגערמאן
א גרויסן ישר כח מאיר, די האסט געטוהן א דזשאב בשלימות, מיר געהעריג ארויסגעהאלפן

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אפריל 23, 2009 5:09 pm
דורך חידוש נפלא
כולל אינגערמאן ווי וואוינסטו?

פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 17, 2010 9:00 am
דורך כולל יונגערמאן
וואס איז א חילוק ווי איך וואוין, האסט מיר עפעס איידיע?

פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 17, 2010 9:08 am
דורך כולל יונגערמאן
עס איז פעסט אין פראסעס,

פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 18, 2010 5:57 am
דורך כולל יונגערמאן
די ביזנעס איז אין פראסעס, אבער עס מאכט נישט קיין געלט, אז איך זאג אז איך זוך גלייב מיר אויפן ווארד

פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 19, 2010 5:22 pm
דורך פנים חדשות
MostlyMusicNews: anyone looking for some freelance work typing up email lists (in Brooklyn) message us or email srulym(at)mostlymusic.com

פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 20, 2010 4:17 pm
דורך וויכטיג מאכער
אז מ'רעדט שוין פון דזשאב'ס, איך האב א חבר, וואס האט גרעדזשועיטעד פון קאלידזש, ער האט א דעגרי אין אקאונטינג, און ער טוטעס שוין פאר 5 יאר, אבער די פלאץ וואו ער ארבייט מאכט נישט קיין געלט, און ער קען נישט וואקסן דארט, סאו זוכטער א נייע דזשאב, אבער ער וויל דייקא אין אקאונטינג.

סאו אויב ווייסט איינער פון א אקאונטינג דזשאב, פאר איינעם מיט א דעגרי און עקספיריענס, זאל מען ביטע מעלדן.

א דאנק.

פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 08, 2010 7:41 pm
דורך CID
קענסט אויס הערן קול מ-וואסער ביזנעס עס האט זיך פארגרעסערט לעצטענס :smile: