עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן
דאנערשטאג אפריל 23, 2009 3:09 pm
איך האב צייט 24/7 צו ארבעטן, און איך זוך שוין א דזשאב פון תמוז און איך האב נאך נישט געטראפן,
מיך ציט א בוקקיפינג, קאמפיוטער, אפיס דזשאב, איך בין אבער גרייט אנצונעמען אנדערע דזשאבס אויך, איינער קען מיר העלפן?
Advertisement
דאנערשטאג אפריל 23, 2009 3:13 pm
א איד זאל זיין גרייט צו ארבעטן 7/24 ?
צו ווילסטו ארבעטן שבת אויך חלילה?
דאנערשטאג אפריל 23, 2009 3:14 pm
עס איז דא וואס מען קען, למשל לערנען מיט א בחור/אינגעל בהבלעה, בעל קורא בהבלעה, משגיח ביי שמחה זאלן בהבלעה, וכדומה
דאנערשטאג אפריל 23, 2009 3:19 pm
דו זוכסט דאך אבער נישט דאס... דו זוכסט דאך אפיס ארבעט ווי געזאגט?
עצה טובה קמ"ל, נעם אן טייפינג פאר ביליג, למשל $10 א פייל, און רוף אן אלע גרויסע קאמפאניס וואס געבן ארויס טייפינג דזשאבס קיין א"י, און בעט זיי זיי זאלן דיר געבן טייפינג דזשאבס, אזוי וועסטו האבן א באנטש מיט ארבעט אי"ה.
דאנערשטאג אפריל 23, 2009 3:21 pm
וועלכע קאמפעניס גיבן טייפינג דזשאבס קיין ארץ ישראל? זיי זענען גרייט צו געבן ארבעט פאר עני באדי? וואס מיינט 10 דאללער א פייל? וויפיל אותיות?
דאנערשטאג אפריל 23, 2009 3:25 pm
10,000 קערעקטערס איז א פייל.
כמעט אלע גרויסע קאמפאניס גיבן ארויס טייפונג דזשאבס קיין א"י, וויל דארט בעט מען בערך די פרייז ($10) פאר א פייל, און דא בעט מען מען מער ווי דאפעלט (די גרויסע קאמפאניס - אנדערע בעטן ווייניגער)
דאנערשטאג אפריל 23, 2009 3:29 pm
בד"וו ווען דו וועסט טרעפן אי"ה א דזשאב וועסטו מוזן ווערן אויס כולל יונגערמאן
דאנערשטאג אפריל 23, 2009 3:31 pm
דו האסט געטראכט איין מינוט אז איך לערן אין כולל?
דאנערשטאג אפריל 23, 2009 3:33 pm
חלילה וחס איך האב נישט געהאט אזעלכע מחשבות זרות... [איך האב זיך נאר באצויגן צו דיין ניק נאמען].
דאנערשטאג אפריל 23, 2009 3:35 pm
זיי אביסל מער מסביר, דו מיינסט צוזאגן אז אסאך טייפינג קאמפעניס גיבן טייפינג דזשאבס פאר בני ארץ ישראל און באצאלן זיי 10 דאללער א פייל און די פראפיט מאכן זיי פאר זיך, סא שלאגסטו מיר פאר אז איך זאל מיך אנטראגן פאר א קאמפעני צו ארבעטן אזויווי בני ארץ ישראל פאר די זעלבע פרייז, איז איט קאררעקט?
דאנערשטאג אפריל 23, 2009 3:36 pm
עקזעקט!
יו גאריט! האסט עס ארויס...
דאנערשטאג אפריל 23, 2009 3:38 pm
ישר כח מאיר האסט גאנץ א גוטע איינפאל, איך הער יעצט די ערשטע מאל פון אזא זאך אז קאמפעניס גיבן ארויס פאר בני ארץ ישראל, איך האב נישט קיין אנונג פון קיין גרויסע טייפינג קאמפעניס בכלל, סא וועלכע גרויסע קאמפעני איז פארהאן וואס איך קען זיי קאלן?
דאנערשטאג אפריל 23, 2009 3:39 pm
פרוביר המעתיק, הדף, וכו'...
קוק אין ביזנעס דירעקטארי.
דאנערשטאג אפריל 23, 2009 3:42 pm
דו מיינסט פרינטינג נישט טייפינג,פרינטינג ווייס איך אסאך, יעצט סתם פאר נייגעריגקייט וויאזוי ארבעט די סיסטעם וויאזוי קומט עס אן קיין ארץ ישראל, וויאזוי באצאלן זיי?
דאנערשטאג אפריל 23, 2009 4:41 pm
וואס הייסט וויאזוי? מיט א קרעדיט קארד, אדער מאני ארדער.
דאנערשטאג אפריל 23, 2009 4:43 pm
א ציווילע מענטש נעמט נישט קיין קרעדיט קארד, און לגבי א מאני ארדער, ווער קען באשטיין צו האבן אזויפיל טשעקס אויסגעשטעלט צו זיין נאמען?
ווען איינער ברענגט אריין א צעטיל פאר המעתיק אפצוטייפן וויאזוי קומט עס אן אויף ארץ ישראל?
דאנערשטאג אפריל 23, 2009 4:51 pm
איך טוה נישט אין דעם ממילא ווייס איך נישט פונקטליך, אבער איך שטעל זיך פאר אז מ'פעקסט אריין. [קענסט פרעגן המעתיק אליין וויאזוי זיי צאלן און אלע אנדערע קשיות וואס דו ווילסט וויסן].
דאנערשטאג אפריל 23, 2009 5:01 pm
א גרויסן ישר כח מאיר, די האסט געטוהן א דזשאב בשלימות, מיר געהעריג ארויסגעהאלפן
דאנערשטאג אפריל 23, 2009 5:09 pm
כולל אינגערמאן ווי וואוינסטו?
זונטאג ינואר 17, 2010 9:00 am
וואס איז א חילוק ווי איך וואוין, האסט מיר עפעס איידיע?
זונטאג ינואר 17, 2010 9:08 am
עס איז פעסט אין פראסעס,
מאנטאג ינואר 18, 2010 5:57 am
די ביזנעס איז אין פראסעס, אבער עס מאכט נישט קיין געלט, אז איך זאג אז איך זוך גלייב מיר אויפן ווארד
דינסטאג ינואר 19, 2010 5:22 pm
MostlyMusicNews: anyone looking for some freelance work typing up email lists (in Brooklyn) message us or email srulym(at)mostlymusic.com
מיטוואך ינואר 20, 2010 4:17 pm
אז מ'רעדט שוין פון דזשאב'ס, איך האב א חבר, וואס האט גרעדזשועיטעד פון קאלידזש, ער האט א דעגרי אין אקאונטינג, און ער טוטעס שוין פאר 5 יאר, אבער די פלאץ וואו ער ארבייט מאכט נישט קיין געלט, און ער קען נישט וואקסן דארט, סאו זוכטער א נייע דזשאב, אבער ער וויל דייקא אין אקאונטינג.
סאו אויב ווייסט איינער פון א אקאונטינג דזשאב, פאר איינעם מיט א דעגרי און עקספיריענס, זאל מען ביטע מעלדן.
א דאנק.
מאנטאג פבואר 08, 2010 7:41 pm
קענסט אויס הערן קול מ-וואסער ביזנעס עס האט זיך פארגרעסערט לעצטענס