בלאט 1 פון 1
פעמפערס אדער לאווס ?
פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 22, 2009 10:42 pm
דורך שוועמל
קיינעהארע יעדערער מיט די קליינטשיקע וואס פארנוצן די פראוואזארישע ווינדלען עטליכע מאל א טאג.......
געלט אז ס'קאסט מילא, אבער מוז מען דאך נישט קויפן די טייערערע 'פעמפערס' ברענד, מען קען דאך "יוצא" זיין מיט לאווס אדער אנדערע ביליגערע.
כשלעצמי האב איך פרובירט ביידע און איך בין נאך אלץ מסופק צי ס'יז טאקע אמת אז פעמפערס האלט צוריק די בעיבי רעש'ס. ווען מען האלט טרוקן דאס קינד איז שוין גענוג צו פארמיידן א רעש אונטער געווענליכע געזונהייט אומשטענדן.
נאך א נקודה וואס רעגט מיך, דער מיסטער פעמפערס פירט א גוטן מארקעטינג סטראטעגיע, ווארשיינליך האט ער זיך געלערענט פון קדם...
זיי געבן ארויס פארשידענע ווערסיעס מיט קלינגענדיגע נעמען, איינס הייסט פשוטע פעמפערס, איינס הייסט סעדדלערס, איינס הייסט ספלעשערס, קרוזערס, איזי-אפס וכו' שמות משמות שונים והשקות בפעמפערס. קיין פאקטישע חילוק איז נישטא חוץ מיט איזי-אפס וואס פארמאגט נישט קיין וועלקרא קלעב.
חוץ מזה וואס איז ידוע אז לאווס איז א ברענד אונטער פעמפערס.
ענליכעס טוען זיי מיט די בעיבי-ווייפס, פארשידענע גרעידס ווען אלע זענען סענסיטיוו.

איך בין נייגעריג וואס דער עולם האלט איינס ווערסוס די צווייטע.
פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 22, 2009 11:15 pm
דורך קרעמער
איך האב געפרעגט אין שטוב "פעמפערס אדער לאווס", און די ענטפער איז געווען דאס צווייטע, פשוט ווייל ס'איז ביליגער.
יעצט דארפסטו ווארטן אויף ענטפערס פון די וואס ליידן פון רעש'עס וכדומה.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אפריל 23, 2009 7:35 am
דורך bailout
און אינז פיר מיר זיך צו קויפן די TARGET ברענד, וואס איז היבש ביליגער פון לאווס, פון רעש'ס ווייס כ'נישט, אבער פון פעמפערס אימער אין חלום נישט געקומען צו קויפן.
ביידי וועי נאך א עצה פאר א רעש, זיך צושטאפן די אויער.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אפריל 23, 2009 8:32 am
דורך סאדע_באטל
פון מיין עקספיריענס האב איך געזעהן, אז עס ווענדט זיך ווי א קינד,
עס איז דא קינדער וואס זענען מער סענסעטיוו, זייער הויט איז מער האקל, און דעמאלסט איז אפילו מיט פעמפערס איז כסדר דא רעשעס.
אבער אויב די קינד איז נישט געפערליך סענסעטיוו, דהיינו ער/זי קען פארנעמען לאווס, איז כדי צו פרובירן קוירקלענד, דאס איז די קאסטקא ברענד, אפילו עס איז נישט אזא גרויסע חילוק אין פרייז, אבער די קוואליטעט איז איז אסאך אסאך בעסער.
בעילאוט, דו האסט נישט די ערשטע מידה מיט וואס אידן צייכענען זיך אויס???
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אפריל 23, 2009 9:27 am
דורך מאיר
איך פלעג נוצן לאווס, ווייל ס'איז ביליגער...
זיי פלעגן האבן טאקע רעשעס, אבער נישט צו אפט.
היינט צו טאגס נוץ איך פעמפערס ווייל איך האב געטראפן א דראג סטאר וואס בעט פאר א קעיס פעמפערס ביליגער ווי א צווייטער בעט פאר א קעיס לאווס, [לאווס פלעגט מיר קאסטן 23 א קעיס, און איצט קאסט מיר נאר 19.99 א קעיס].
אגב אורחא, איך זיך שוין לאנג ווי מ'קען באשטעלן אויפן אינטערנעט פעמפערס פאר האלסעיל פרייז, [ביי פעמפערס וועב סייט האב איך נישט געטראפן אזא אפציע] אויב איינער קען ארויסהעלפן וואלט איך אים געווען זייער דאנקבאר.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אפריל 23, 2009 10:16 am
דורך וויכטיג מאכער
ביי אונז אין שטוב, האט מען דערווייל נאר גענוצט לאוו'ס.. איך ווייס נישט בנוגע רעש'ס..
בעילאוט, וואס מאכסטו אזא רעש?.. חחח
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אפריל 23, 2009 12:05 pm
דורך יאנאש
ביי מיר ווענט זיך עס ביי יעדן קינד, ביי איינעם האב איך נישט געהאט א פראבלעם מיט לאווס אבער מיטן צווייטן האב איך געזעהן א ריזן חילוק צווישן די צוויי.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אפריל 23, 2009 12:09 pm
דורך סאדע_באטל
סאדע_באטל האט געשריבן:בעילאוט, דו האסט נישט די ערשטע מידה מיט וואס אידן צייכענען זיך אויס???
חטאתי עויתי פשעתי!!!
הנני מתודה על חטאתי ברבים, חטאתי ברבים, ואבקש מחילה ברבים.
עס איז געווען אין גרויס איילעניש, און איך האב נישט געכאפט אז הרב בעיל-ארויס, מאכט דא א וויץ, און ער באציט זיך צו רעש-גערודער, וואס דאן איז אויערן שטאפער, א נויטיגע און הילפבארע ארטיקל.
איך האב געמיינט אז ער עצה'ט צו קויפן אויערן שטאפער, כדי נישט צו הערן דאס קינד'ס געוויין, ווי ער רייסט זיך פאר יסורים, אויף דעם ארויף האט זיך באצויגן מיין הערה.
איך וויל דיר נאכאמאל איבערבעטן ברבים, פארן דיר אפילו חושד זיין, און נישט האבן די ערשטע מידה וואס אידישע קינדער האבן, נא למחול לי.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אפריל 23, 2009 12:14 pm
דורך סתם_אזוי
סאדע באטל איך מוז דיר זאגן אז איך קוק דיר זייער שטארק ארויף. דו וואלסט פשוט געקענט נעמען דיין פאריגע תגובה און עס עורך זיין. קיינער וואלט נישט געוויסט און געדענקט. דו ביסט געגאנגען און אפען געזאגט "איך אדמיט איך האב געמאכט א מיסטעיק". מען קען זיך לערנען פון דיר!
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אפריל 23, 2009 12:32 pm
דורך bailout
מחול לך
''סתם אזוי'' די ווייסט נישט וואס ער האט געכאפט פון מיר אין אישית, די טריי בעסער נישט......ס'קוקט אויס אז ר' סאדע האט עס נאך אנגענומען ערנסט אויך....
וואס זאל איך דיר זאגן כ'רייס מיך פאר געלעכטער, כ'האף אז סאדע איז מיר מוחל.