בלאט 1 פון 1

עיר קאנדישאן'ס ?

פארעפענטליכט: דינסטאג אפריל 21, 2009 9:14 am
דורך ענדעמעם
אזוי ווי די זוממער רוקט זיך אונטער, אין איך וויל קויפן אן עיר קאנדישאן מיין שטוב איז גרויס 10 8x וויפיל BTU ברויך מען האבן צו קילן אזא שטוב, איז א 5,000 גענוג דערפאר?

איך זוך א גרינגער שטיקל, וואס עס זאל זיין גרינג צו טראגן אין שלעפן, (איך וועל עס לייגן אויפן פענסטער, דאס הייסט אז איבערן ווינטער גייט מען דאס אוועק טראגן).

יעצט ווער עס האט א פלאץ ווי מען קען קריגן גוטע פרייזן, זאל ביטע מעלדן. אפשר וועלן נאך אידן הנאה האבן.

ייש"כ

פארעפענטליכט: דינסטאג אפריל 21, 2009 9:27 am
דורך שוועמל
איך האב געקויפט ביי האום דיפא א LG מיט א רעמאט, ארבעט שטיל, קילט גוט.
פאר אזא קליינע צימער איז א 6000 איבער גענוג, מערסטענס 8000.

פארעפענטליכט: דינסטאג אפריל 21, 2009 12:18 pm
דורך וואלדעק
פאר 8X10 איז 5000 אויך גענוג.
קענסט קויפן און וואלמארט אדער האום דיפאו פאר אינטער $100.

פארעפענטליכט: דינסטאג אפריל 21, 2009 1:14 pm
דורך bailout
שוין ער איז שוין געהאלפן, נעקסט!

ס'קיצלט מיר שוין לאנג צו ס'לוינט זיך צו צאלן די עקסטערע פאר דאלער פאר ענעדזשי סטאר, ווייל ווי באקאנט קענען די ערקאנדישן ביללס צוטרעטן צו די נשמה, אדער עס מאכט בכלל נישט אויס?

פארעפענטליכט: דינסטאג אפריל 21, 2009 1:32 pm
דורך ענדעמעם
ייש"כ אייך אלע, וועלן מיר טאקע זיך איינהאנדלען א שטיקל אין א דיפארטמענט סטאר.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אפריל 23, 2009 6:49 pm
דורך מאיר
זעט אז אויף שבת זאלט איר שוין האבן אן עירקאנדישאן ווייל מ'זאגט פאר אויף טעמפראטורן אין די מיטעלע אכציגער און וועט אנהאלטן ביז נעקסטע וואך דינסטאג.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אפריל 23, 2009 8:03 pm
דורך גארנישט
איך האב א שטוב וואס האט פון אינוויניג א געיט ביי די פייער עסקעיפ. האט נאר איין ווינדאו. ווייסט איינער וואסערע מיני עיר קאנדישאן איך קען דארט יוזען? מען קען פארשטייצעך נישט אריינלייגן און ווינדאו וועגן די געיט.
איך האב געהערט אז עס איז דא עפעס וואס מען קען אראפלייגן און שטוב. האט איינער עקספיריענס מיט דעם? דארפ מען עפעס ארויסשטעקן פון ווינדאו למשל א פייפ? און אויב יא איז דא אן א פייפ?

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אפריל 23, 2009 10:10 pm
דורך איך_הער
ס'איז דא א אינדאור עירקאנדישן, ס'קאסט ביי וואלמארט, ארום דריי פיר הונדערט דאלער, כ'דענק שוין נישט פונקטליך, און ס'מוז האבן א פייפ, ס'מוז דאך ארויס לאזן די הייסע לופט.