בלאט 1 פון 2
טעלפאון סיסטעם פאר ביזנעסער
פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 31, 2009 2:56 pm
דורך חידוש נפלא
איך זיץ אין א אפיס וואס עס איז נאר דא איין טעלעפאון ליין וואס עס געהערט נישט פאר מיר, און איך וויל בעזר השי"ת אויפמאכן א טעלעפאון ליין וואס זאל נישט זיין צוגעבינדען צו מיין אפיס (ד.ה. אז אפילו איך וועל אוועקגיין פון דא זאל איך עס קענען מיטנעמען) און אויך אז איך זאל קענען מאכן וועלכע נומבער איך וויל (ווי למשל "talk-444-212") וויל איך וויסן ווי מען קען טרעפן די ביליגסטע סיסטעם און די בעסטע, דערווייל דארף איך נאר אויף דעם איין ליין, איך ווייס צו זאגן פון די טעלעבראד סיסטעם
http://www.telebroad.com/ אבער דאס איז בעיקר געמאכט פאר א ביזנעס מיט עטליכע סעקרעטעריס און מען דארף צאלן דערפאר אביסל, ווער עס ווייסט פון א ביליגע סיסטעם איז מכובד צו לאזן וויסן דעם עולם, ויישר כח למפרע.
אגב וואס פונקטליך איז דאס
http://www.skype.com און צו קען דאס ארבעטן אויף א געהעריגע טעלעפאון סיסטעם אדער נאר דורך די קאמפיוטער קען מען רעדן?
פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 31, 2009 3:04 pm
דורך סתם_אזוי
איך מיין דאס קומט אין ביזנעס
פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 31, 2009 3:16 pm
דורך בני יששכר
בדרך אגב איטערסיר דיך אין magic jack
פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 31, 2009 5:03 pm
דורך קאר אינשורענס
איך ניץ א סיסטעם פון א היימישער אינגערמאן זיין קאמפעני הייסט VOORE זיין נומער איז 718-640-1550
איך האב שטארק הנאה פון זיין סיסטעם
פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 31, 2009 5:14 pm
דורך ריח_ניחוח
TeleBroad system is priced for $50 per phone (not per line).
Also some stup fee, not sure.
majic Jack is not stable, not recommended for a business. its good for a spare in case of emergency.
פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 31, 2009 5:46 pm
דורך gimpel
אגב וואס פונקטליך איז דאס
http://www.skype.com און צו קען דאס ארבעטן אויף א געהעריגע טעלעפאון סיסטעם אדער נאר דורך די קאמפיוטער קען מען רעדן?[/quote]
skype איז אז די רעדס דורך"ן קאמפיוטער צו וועם די ווילסט (פארשטייטס זיך אז יענער דארף עס אויך האבן)
עס האט גארנישט צוטהון מיטן טעלעפאן
BTW אז די וואינסט אין ברוקלין קען איך דיר געבן א PHONE NUMBER פון א יונגערמאן וואס טוט אין די ליין, ביליג און זייער גוטע SERVICE
פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 31, 2009 8:48 pm
דורך גארנישט
ringcentral.com
עס איז זייער גוט מיט צענדליגער אפשענס.
בייקומסט 1 נומבער סקאסט נאר 30 דאלער א חודש קענסט מאכן צען עקסטענשאןס פאר פרי יעדע עקסטענשאן וועט זיך טרענספערען ווי די ווילסט
פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 31, 2009 9:51 pm
דורך בן יועזר
http://www.phonefusion.comזיי האבן מורדיג אסאך אפציעס (למשל איך קאל דיין ביזנעס # אין ביי דיר קען עס קלינגען אויף 4 אנדערע פלעצער - אויך קענסטו עס אנשטלען לויט די צייט - קענסט באקומען פעקס ועוד ועוד)
סהייבט זיך אן ביי 10$ חודש
פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 01, 2009 12:01 pm
דורך עפל קאמפאוט
בני יששכר האט געשריבן:בדרך אגב איטערסיר דיך אין magic jack
איך האב געהערט שטארקע קריטיק אויף דעם (עיין כל העולם כולו-בחדרי חרדים)
פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 01, 2009 6:20 pm
דורך thefact
בני יששכר האט געשריבן:בדרך אגב איטערסיר דיך אין magic jack
איך נוץ עס ס'איז גאנץ גוט
פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 01, 2009 6:55 pm
דורך פאטאקי08
איך רעד אסאך מיט דע פאקטא וואס ער ניצט מעדזשיק דזשעק
און איך קען מעיד זיין אז
סאיז א שאד יעדע פעני צי אינוועסטן אין מעדזשיק דזשעק
במחילת כבודו הרב וואסערמאן
פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 01, 2009 6:56 pm
דורך פאטאקי08
ווי אויך רעד איך מיט צוויי ביזנעסער גאר אפט און זיי ניצן רינג סענטראל
און איך קען מעיד זיין
סאיז ווערט אלע געלטער
פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 01, 2009 7:46 pm
דורך שטרויזאק
איך נוץ אויך Ring Central און איך בין ב"ה זייער צופרידן.
איך האב א חבר וואס נוצט Voore און ער איז זייער צופרידן.
פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 01, 2009 8:19 pm
דורך עפל קאמפאוט
פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 01, 2009 9:28 pm
דורך איך_הער
איך רעקאמאנדיר רינג סענטראל, עפעס אנדערש האבעך נישט פראבירט.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אפריל 02, 2009 6:19 pm
דורך גארנישט
ringcentral
איך מיין אז אסאך היימישע ביזנעסער ניצען עס
איך האב נאכנישט געהערט קיין איין קאמפלעין.
ביליג גוט אלע מעלות.
איך האלט נאך אינמיטן זוכן א חסרון.
פארעפענטליכט: דינסטאג יולי 14, 2009 4:03 pm
דורך בעטלער
א גוטן טייערע אידן.
פותחין בכבוד האכסניא, אן אנגענעמען און ערליך פלאץ טוט איר צושטעלן. כ'האב שוין אסאך מאל דא באזוכט, אן ארט ווי אידען פארברענגען אינאיינעם, אן ארט צו ליינען נייעס בתכלית הכשרות, און איבער אלעם - אן ארט ווי אידן העלפן זיך ארויס איינער דעם צווייטען.
צום ענין.
מיין ביזנעס איז שוין אלט א שיינע פאר יאר בעזרת השם, און פארשטייט זיך אז ווען ס'איז באשערט פון אויבן, וואקסט ער מיט די יארן.
בנוגע קאסטומערס, פלעגט מיין מיינוג שטענדיג זיין אז מען ברויך צושטעלן די מערסט 'פערזענליכע' סערוויס וואס מעגליך. ע"כ איז מיין מיינונג שטענדיג געווען אז א טעלעפאון רוף מוז געענטפערט ווערן פערזעליך, און דווקא נישט דורך א מאשין.
דאס אלעס איז גוט געווען ביז ס'איז געשען צוויי זאכן. איינס - אמאל, ווען ס'איז אריינגעקומען א רוף, איז שטענדיג געוועזן איינער פון די ארבייטער עוועיליבל אים צו ענטפערן, היינט, ברויך איך ב"ה שוין האבן אן עקסטערן ארבייטער בלויז צו ענטפערן דעם טעלעפאון. צוויי - היות די עקאנאמיע האט היבש אראפגעשלעפט דעם ביזנעס, האב איך באשלאסן, אז אפשר לוינט זיך יא צו גיין דעם ביליגערן וועג, נעמליך, יא קויפן א מאשין צו ענטפערן די רופן.
איז אזוי, ווי גייט א איד ווען מען וויל פון איינעם אן עצה טובה? אין קרעטשמע! נאכן אינטערנעמען א 'פארגעשריטענעם זוך אקציע', האב איך געפונען דעם אשכול, אבער (דא קומט א אבער בלשון בתמי'), די אויבן דערמאנטע פראגראמען זענען טאקע לכאורה זייער גוט אויב דער רופער וויל בלויז וויסן די שעות, נומערן, אדרעס וכדו', אבער אזוי ווי מיין ביזנעס איז בעיקר א 'סערוויס' ביזנעס, און רוב קלינגערייען איז צו וויסן ווי עס האלט די דזשאב, וועט דער פראגראם לכאורה נאר העלפן פאר א חלק ריפער, משא"כ די קאסטומערס וואס ווילן בלויז וויסן אויב זייער ארדער איז שוין רעדי, וועט סוכ"ס נישט זיין גענוג א מדבר מתוך דומם, נאר וועט בהכרח מוזן צוקומען צום מדבר זעלבט.
נעקסט סטעפ. ווען ס'קומט אריין אן ארדער אין ביזנעס, גייט דאס גלייך אריין אין קאמפיוטער, און דער קאסטומער באקומט גלייך דעם ארדער נומער. איז די שאלה, אויב ס'דא א פראגראם מיט וואס איך קען צוזאמשטעלן דעם טעלעפאן מיטן קאמפיוטער, און גלייך ווען דער קאסטומער רופט אריין זאל ער האבן אן אפשען אריינצולייגן דעם ארדער נומער, און דער קאמפיוטער זאל אים גלייך ענטפערן דעם סטאטוס.
אין קורצן: איך וויל האבן בערך אזא פראגראם ווי אונזער באליבטן אנצוג געשעפט G&G. ברויך איך צאלן פאר א פראגרעמער, אדער מ'קען דאס פארשאפן פארטיג'ערהייט.
א גרויסן דאנק אייך פאר אלע אינפארמאציע וואס כ'האב שוין גענאשט פון אייך ביז היינט, און גרויסן דאנק פון פאראויס פארן ענטפערן מיין פראגע, אפילו ס'וועט ענווענטועל זיין א ניין.
פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 15, 2009 10:04 am
דורך צייטליך
שלום עליכם בעטלער.
לויט ווי איך פארשטיי איז דאס א גאנצער קאמפיוטער פראגראם וואס האט נישט דייקא מיט קיין טעלעפאון סיסטעם, עס האט בעיקר מיטן קאמפיוטער פראגרעם און דאס דארף דערנאך צוגעשטעפעט ווערן צום טעלעפאון.
ריכטיג?
פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 15, 2009 1:20 pm
דורך בעטלער
א גרויסן דאנק הרב צייטליך פארן קאמענטירן אויף מיין פראגע. און א בזונדערן דאנק פאר אלע וואס האבן דורכגעליינט מיין תגובה און וואלטן מיר גערן געהאלפן, נאר מפני חוסר ידיעתכם מיר נישט געקענט העלפן.
ווייסט איינער וואו מ'קען פארשאפן דעם פראגראם פון וואס הרב צייטליך רעדט, אדער מוז מען דאס ספעציעל באשטעלן ביי א פראגראמער.
פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 11, 2009 12:41 am
דורך ליהודים
איך בין א שטיקל גרינער דא אין דעם אפטיילונג, אבער איך וועל פראבירן תורם זיין ברוב דעתי העני' אויף ווי ווייט מעגליך.
מיין געשעפטל איז שוין אלט אפאר יאר, און כסדר האב איך אויספראבירט אנדערע טעכנעלאגיעס לויטן געברויך. אנגעהויבן האב איך מיט PhoneFusion, און איך מיין דער עולם דא איז זיך אביסל טועה צווישן די פאר קאמפאניס [צווישן PhoneFusion, TeleBroad, RingCentral Magic-Jack ווי אויך עטליכע אנדערע אויבנדערמאנטע]. די פאר קאמפאניעס זענען יסודות'דיג אנדערש אהערגעשטעלט:
PhoneFusion און RingCentral זענען אהערגעשטעלט בעיקר אויף דיך נאכצולויפן דיינע אלע טעלעפאנען. זיי געבן דיר איין פאון נאמבער, און דאס טוט דיך נאכלויפן אויף אלע דיינע נאמבערס אריינגערעכנט סעלפאון[ס], שטוב, אפיס וכדו' דערנאך צוריק אריין אין א געמיינזאמע שטום-קעסטל [וואויסמעיל בלע"ז], משא"כ טעלעבראד שטעלט צו א פולער טעלעפאן סיסטעם [קוועטשט איינס, צוויי, אדער אפערעיטאר מיט עקסטענשן נומערן וכדו'] דערצו אנ-לימיטעד אינטערנעט טעלעפאן ליינס אריינגערעכנט... אנדערש אבער איז majic-Jack וועלכע איז א טרוקענער טעלעפאן ליין וואס קען נאר ארבעטן ווען עס איז קאננעקטעד צו דיין קאמפיוטער.... בכלל נישט געאייגנט פאר א נארמאלע ביזנעס מיט ארבייטער.
צום שלוס: איך נוץ Telebroad און איך בין ב"ה גאר צופרידן, סיי אין פרייז און סיי און קוואליטעט.
אגב, לגבי די אויבנדערמאנטע שאלה, מיט קאסטומייזד פראגראם דורכן פאון סיסטעם איז אינטערעסאנט, ווייל איך האב פאר א שטיק צייט אויך געבעטן פון זיי אן ענליכס [פאר א שול קאמפיין, אז מענטשן וואס רופן אריין באצאלן נדו"נ זאלן קענען אריינלייגן די קרעדיט קארדס אוטאמאטיש און עס זאל זיך אנווייזן אויפן אקאונטינג סיסטעם...] עס האט זיי אינגאנצן געדויערט עטליכע וואכן און פאר בלויז עטליכע הונדערט דאללער. זיי האבן אייגענע פראגראמערס פאר דיע זאכן אין אפיס.
מיט הצלחה!
פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 11, 2009 9:01 am
דורך ביזנעסקאפ
איך פערזענדליך נוץ
www.freedomvoice.com/ זיי זענען זייער גוט פאר קלענערע ביזנעסער וואס ווילען אהערשטעלן א פערפעשינאל אימעדש, פאר $10.00 באקומסטו א 800 נאמבער מיט 200 מינוט, און נאכדעם בילט ער דיר פער מינוט אן ערך פון 5 צענט, ער פארמאגט צענדליגער גוטע אפציעס און איך בין זייער צופרידען מיט דעם.
אבער נאכאמאל דאס נוץ איך נאר פאר מיין זייטיגער ביזנעס, פאר א גרעסערע ביזנעס לוינט זיך צו קויפן א געהעריגער PBX סיסטעם.
פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 17, 2009 12:35 am
דורך ליהודים
freedomvoice און phonefusion זענען ביידע דאס זעלבע [ringcentral אויך] מיטן אויסנאם אז זיי געבן דיר די אלע די ווירטואלע PBX דורך קאלל פארווערדינג אנע 800 נאמבער, טא וואסזשע זאלסטו צאלן די 5 צענט א מינוט פון טאל פרי ווען דו קענסט האבן דאס זעלביגע בחינם [איך מיין אחוץ דעם מאנאטליכן טשארדזש]?
פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 10, 2009 11:34 pm
דורך וואדקע
איך ניץ פאר מיר אין אפיס
PhonePower
עס האט אויך היפש אסאך נוצבארע פיוטשערס אין איך בין זייער צופרידען מיט זיי,
איך צאל בערך 25 א חודש אונלימעטד
USA and Canada
קענסט זעהן אלע זייער אפשונס אויף זייער סייט
http://Www.phonepower.com
פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 10, 2009 11:42 pm
דורך שמן זית
וויפיל געלט קומט אויס הכל בכל מכל ביי די קאמפעניס א חודש?
פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 10, 2009 11:45 pm
דורך שמן זית
איך דארף א סיסטעם עס זאל האבן 1 טעלאפאן נומער וואס איך קען מאכן אז עס זאל קלונגען צו מיין אפיס אויב עס איז פארנומען אדער קיין ענטפער זאל עס גיין צו א צווייטן אויב איז עס אויך פארנומען זאל עס גיין צו מיין סעל, אויב דאס איז אויך פארנומען אדער קיין ענטפער זאל עס גיין צו די מוזיק אן האלד, און ווען א טעלאפאן פון איינע פון די 3 ווערט עוועלעבל זאל עס קלינגען, און די מוזיק אן האלד זאל איך קענען אליין טוישן, ווי דארף עס צו זיין די ביליגסטע און די בעסטע?