בלאט 1 פון 3
וויאזוי מאכט מען "מאסט"?
פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 30, 2009 10:05 am
דורך matovu
If anyone can help
Can everyone give any ideas how to make Heimishe MUST Grape Juice for pesach
I want to apologize if it doesn't belong in this forum
i have a very hard time typing Yidish so if anyone can transalate what i wrote i will be glad and happy.
this is the greatest website EVER
פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 30, 2009 10:43 am
דורך שוועמל
די בעסטע און געשמאקסטע מאסט איז צו טוען די פאלגענדע:
כלים און חפצים:
קאנקארד טרויבן אדער פיינע רויטע, אנע קערעלעך;
א בראון בלענדער;
פלעסטיק קאנטעינערס;
שיסלעך;
געלעכערטע שיסלעך [לאקשן זאַיער];
שמאטע זאיער;
באטלעך;
צעמאל די טרויבן מיטן בלענדער, נישט צו שטארק נאר אזויווי שטיקלעך שטיקלעך. נוץ נישט די ריב-אייזן בלעיד נאר די בלויזע מעסער בלעיד.
פאק אריין די גאנצע צעריבענע טרויבן אין די פלעסטיק קאנטעינערס מאך עס גוט צו און שטעל עס אין פריזער עס זאל ווערן געהעריג דורכגעפרוירן.
ווען עס איז אינגאנצן פארפרוירן נעם עס ארויס, שטעל עס אינעם גלעכערטן שיסל כדי ווען עס לאזט זיך אויף זאל עס אראפטראפן דורך די לעכערלעך אינעם אונטערשטן שיסל.
נוץ די שמאטע זאיערס אויב נויטיג אפצוטיילן די שטיקער פונעם זאפט.
שטעל עס אריין אין די באטלעך און צוריק אריין אין פריזער, רעדי צום נוצן.
די אויפלאזן פראצעס קען נעמען שעות ארוכות, מענטשן לאזן עס שטיין אזוי איבער-נאכט, ווען אלע וויילע גיסט מען אריין די אויפגעלאזטע אינעם באטל כדי עס זאל נישט קאליע גיין ווען עס ליגט אינדרויסן. עס טריפט טראפעלע ביי טראפעלע ביז אויס.
גרייט אן גענוג כלים כדי זאלסט נישט בלייבן שארט אינדערמיט.
מאך דיר פריי א גוטע 3 טעג.
פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 30, 2009 10:54 am
דורך וויכטיג מאכער
איך קען דיר נאר זאגן וויזוי מיין טאטע מאכט מאסט, (שטייצעך אז איך העלף..) אבער צו איז דאס טאקע די בעסטע וועג?.. איי דאונט נאו, אבער די מאסט איז זייער גוט..
ער קויפט 10 קעסטלעך טרויבן, 4 שווארצע, (גרויסע, מיט קערלעך) 4 רויטע, (גרויסע מיט קערלעך, כ'מיין ס'הייסט גלאבעל...) און 2 רויטע סיד-לעס.. (דאס איז די קליינע רויטע, אן קערלעך, שטייצעך...)
מען נעמט אראפ די טרויבן פון די געהענגליך, מ'וואשט דאס גוט אפ, מ'לייגט עס אריין אין א שיסל, יעדע מין עקסטער, און ער נעמט א בלענדער, און ער לייגט אריין צוויי פולע הענט פון די שווארצע, און צוויי פון די רויטע, (גרויסע) און איין פולע הענט רויטע, (קליינע) און ער בלענדט דאס אפ, ביז ס'ווערט גוט צומאלן.... (די מאס, וויפיל פון וועלעכע, מוז נישט זיין אזוי פונקטליך)
ווען דאס איז שוין גוט צומאלן, לייגטער דאס אריין אין א פלעסטיג בעג, (ס'איז ראטזאם צו נעמען צוויי בעגס, איינס אינעם צווייטן,) ער לייגט אריין אין א בעג פער צוויי שיפמענטס, (צוויי מאל די שיסל פון די בלענדער) און דערנאך פריזט מען דאס פאר 36 שעה, (נישט דוקה, דער עיקר, ס'זאל זיין איין שטיק אייז...)
ווען ס'איז שוין גוט געפרוירן, לייגט מען דאס ארויפ אויף א זייער, איין בעג, פער זייער, (מיין טאטע האט 18 זייער'ס, די ערשטע יאר האט ער געהאט 10,) וואס אינטער דעם ליגט א קליינע שיסל, (אזוי ווי א קליינע גארבידזש קען,) און מ'לאזט דאס טראפן פאר ארום 12 שעה, (דאס איז אויך נישט אזוי פינקטליך, געווענדליך לאזט ער דאס אביסל לענגער, מ'קען זעהן ווען ס'איז שוין אפגעטראפט, ווען ס'איז נאמאר דא קיין אייז..) ס'איז געווען זייער אינטערעסאנט די ערשטע מאל, די מאסט רינט ארויס זייער קלאר, קיין איין שטיקל זאץ קומט נישט מיט.. ס'איז ראטזאם, דאס צוצודעקן מיט א פלעסטיק, בשעת'ן טראפן, וועגן די שטויב, וכד'... און פארשטייצעך, ווי ווייניגער טאטשען...
נאכדעם, נעמט מען די אלע אראפגעטראפעכטץ, וואס הייסט 'מאסט', און ער מישט דאס צאם, (ווי אויבן געשריבן, ביים אריינלייגן אינעם בלענדער, דארף מען נישט זיין אזוי פונקטליך, ווייל מ'מישט דאס ממילא צום סוף..) און ער נעמט א טראכטער, און לייגט אריין דערין א זייער, (דאס איז עכט נאר ווייל ס'זאל זיין... געווענדליך, בלייבט דארט איבער נישט מער ווי דריי שטיקלעך זאץ, ווי שוין אויבן געזאגט, די זאץ בלייבט געפרוירן, און נאר די וואסער רינט אראפ...) און מ'גיסט דאס אריין אין באטלעך, און מען פריזט דאס, ביז ארום 24 שעה פארן נוצן...
-------------------------
וואפס, שוועמל האט אריינגעהאקט, באט איי דאונט קער, איך וועל באלד ליינען...
פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 30, 2009 11:29 am
דורך matovu
WEW that's alot
how many bottles does he make with that amount ?
i don;t have that hugh family..
פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 30, 2009 12:04 pm
דורך ראמני 08
געווענטליך קומט ארויס אביסל מער ווי 1/2 1 גאלאן פון איין קעסטל
פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 30, 2009 12:27 pm
דורך קנעפעל
אפשר קען מען ביי די געלעגנהייט ,אויך ארימרעדען פון דעם הלכהדיגען חלק,וואס איז מער חשוב ,וויין, מאסט , גרעפ דשוס. אינו.מבושל ,מבשול, בכלל וואס איז אנדערש מאסט פון גרעפ דשוס? דא איז דאך דא א אסאך ת"ח ,אל תמנע טוב ,לאזט אייך הערן
פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 30, 2009 12:31 pm
דורך thefact
קנעפעל האט געשריבן:אפשר קען מען ביי די געלעגנהייט ,אויך ארימרעדען פון דעם הלכהדיגען חלק,וואס איז מער חשוב ,וויין, מאסט , גרעפ דשוס. אינו.מבושל ,מבשול, בכלל וואס איז אנדערש מאסט פון גרעפ דשוס? דא איז דאך דא א אסאך ת"ח ,אל תמנע טוב ,לאזט אייך הערן
אין שול אריין
פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 30, 2009 12:40 pm
דורך איך_הער
גרעיפ זשוס נעמט מען ארויס פון די טרויבן דורך קאכן, (נישט אלע רופן דאס מבושל.)
מאסט, איז אויסגעקוועטשטע טרויבן.
פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 30, 2009 1:34 pm
דורך וויכטיג מאכער
איך האב יעצט אפגעשטאט א באזוך אינעם וויין קעלער פון מיין טאטען ז.ז.ג., איך האב געכאפט אביסעלע בילדער פון די כלים, (איך וועל דאס שיקן פאר איינעם דאס אויסצוארבעטן... און ארויפלייגן, אי"ה) און איך האב געקאסט די מאסט, ס'איז היבש זיס...
פון 10 קעסטלעך טרויבן, איז ארויסגעקומען, פאראיאר, 32 באטלעך... דאס יאר איז נאכנישט פיניש..
אופס, איין וויכטיגע פוינט, ס'איז ראטזאם נישט אנצופילן די באטלעך צו פיהל, ווייל ווען מ'פרירט'עס, ווערטעס אויפגעבלאזן....
פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 30, 2009 2:15 pm
דורך דארפסמאן
איך מאך שוין מאסט קרוב צי 20 יאר (פארשטייט זיך ציזאמען מיט מיין טאטע) כמעט אזוי ווי וויכי נאר איך נעם נאר איין מינע טרויבען איך קאסט ער פאר איך קויף אויב עס איז גיט און זיס (אמאל צווי מינע אבער נאר אביסל פאר די קאליר) און נאך א חיליק איך מאך ציווישן 15 און 20 קעסטלעך
שוועמל : קאנקאד אליין איז נישט גיט פאר מאסט, און יעצט קען מען נישט באקימען קאנקארד נאר סוכות צייט
פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 30, 2009 2:34 pm
דורך מאיר
וויכי'ס פיקטשער'ס:
דאס איז די קאנטעינערס
פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 30, 2009 2:34 pm
דורך מאיר
סינגל קאנטיענער
פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 30, 2009 2:37 pm
דורך מאיר
זייערס
פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 30, 2009 2:37 pm
דורך מאיר
גרויסע זייערס
פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 30, 2009 2:39 pm
דורך מאיר
דאס איז די טראכטער
פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 30, 2009 2:40 pm
דורך מאיר
קליינע זייער וואס מ'לייגט אויפן טראכטער נאכן נוצן.
פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 30, 2009 2:41 pm
דורך מאיר
די מאסט ליגט שוין אין די קאנטעינער'ס
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אפריל 07, 2011 12:24 pm
דורך זייער נייגעריג
איינער האט מיר געבעטן עצה'ס וויזוי צו מאכן מאסט, אויב איינער האט נאך ביטע שרייבן,
שכוח.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אפריל 14, 2011 3:36 pm
דורך matovu
אין "דער בלאט" לעצטע וואך איז געווען באשריבען ווי אזוי צו מאכען "מאסט" ...
בבקשה גדולה עד מאד טוטץ אונז אלע א טובה איינער זאל זיך מרחם זיין אין עס סקענען...
איך בעט אייך......
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אפריל 14, 2011 4:36 pm
דורך 1x1
נייע ק"מ אינטערוויו 447# מיט א מומחה אין מאכן מאסט.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אפריל 14, 2011 5:14 pm
דורך matovu
What kind of Grapes ?
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אפריל 14, 2011 7:56 pm
דורך פארשריבן
matovu האט געשריבן:אין "דער בלאט" לעצטע וואך איז געווען באשריבען ווי אזוי צו מאכען "מאסט" ...
בבקשה גדולה עד מאד טוטץ אונז אלע א טובה איינער זאל זיך מרחם זיין אין עס סקענען...
איך בעט אייך......
האסט געפרעגט רשות פונעם שרייבער?
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אפריל 14, 2011 9:34 pm
דורך פארדינט
די בעסטע טרויבן צי מאכן מאסט איז די רויטע "גלאוב" טרויבן מיט קערלעך, (איך רעד פון עקספיריענס).
פארעפענטליכט: פרייטאג אפריל 15, 2011 9:12 am
דורך matovu
פארשריבן האט געשריבן:matovu האט געשריבן:אין "דער בלאט" לעצטע וואך איז געווען באשריבען ווי אזוי צו מאכען "מאסט" ...
בבקשה גדולה עד מאד טוטץ אונז אלע א טובה איינער זאל זיך מרחם זיין אין עס סקענען...
איך בעט אייך......
האסט געפרעגט רשות פונעם שרייבער?
Itis the Blatt from LAST week
I looked all over for it but too late
nobody has it anymore...
what is the problem with that
please someone scan it in so i can make
פארעפענטליכט: זונטאג אפריל 17, 2011 1:13 pm
דורך פארשריבן
איך האב נישט קיין צייט עס צו קלענער מאכן און סקענען, אבער סיי ווי איז דער תמצית דערפון געווען צו נוצן קאנטעינערס אנשטאט - ווי עס איז אין אלגעמיין איינגעפירט - פלאסטיק-זעקלעך.
און דאס צו באקומען דארפסטו פשוט אריבערגיין אינעם לאקאלן געשעפט.