בלאט 2 פון 3
פארעפענטליכט: זונטאג אפריל 17, 2011 3:08 pm
דורך matovu
nisht fashtanen
please scan after yom tov
פארעפענטליכט: זונטאג מאי 01, 2011 9:23 pm
דורך פארשריבן
איך בין נישט מצליח עס צו סקענען, דעריבער וועל איך דיר זאגן תמצית פונעם ארטיקל אין קורצן.
און אויב נאכדעם פארשטייסטו נאך-אלס נישט, ביטע צייג אן פונקטליך וואס עס איז דיר שווער, און איך וועל עס פרובירן קלאר צו מאכן.
עוזר טענענבוים ברענגט ארויס אז מיט די נייע ערפינדונג איז אסאך גרינגער צו מאכן מאסט ווי אמאל.
ער לייגט אראפ ווי אזוי מען האט אמאל געמאכט מאסט:
מען האט געקויפט א קעסטל טרויבן, אפגעטיילט די פרוכט פונעם געהענגל און עס צומאלן.
דערנאך האט מען עס געדארפט אריינלייגן אין פריזער. זאגט ער אז מען האט גענוצט גרויסע מיסט-זעקלעך, און עס איז גערונען פון אלע זייטן.
(ביי אונז פלעגט מען גראדע נוצן אסאך קליינע דורכזיכטיגע זעקלעך. ס'איז פראקטישער און גרינגער).
דערנאך ברענגט ער א בילד פון א גרויסע שווארצע גארבידזש-בעג, אנגעהאנגען אויף א בעזים שטעקן אונטער א קאנטעינער, און מען מאכט לעכער אונטן פונעם זעקל מיט א פסח'דיגער גאפל. און אזוי רינט ארויס די זאפט, און די זאץ בלייבט אינעם זעקל.
אבער יעצט האט א געוויסער מאן-דהוא ערפינדן א דינע זייער פון סחורה, וואס פאסט גוט ארויף אויף א פלאסטיק-קאנטעינער.
און עס ארבעט אזוי: נאכן אפמאלן די טרויבן גיסט מען עס אריין אין די קאנטעינער. עס נעמט אומגעפער א טאג צו ווערן גענצליך פארפרוירן.
דערנאך נעמט מען אן אנדערע קאנטעינער - די זעלבע מאס ווי די ערשטע - און מען ציהט ארויף דערויף דעם סחורה'נעם זייער. יעצט נעמט מען ארויס די פארפרוינענם קאנטעינער או מען דרייט עס איבער אויף די ליידיגע מיטן זייער דערויף, און מען לאזט עס אפרונען צוביסלעך.
און מען האט פיינע פרישע קלארע מאסט.
פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 02, 2011 9:27 am
דורך matovu
would love to see the pictures that the blatt had
if anyone can scan it then that would be great
if not thank you for what you wrote
פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 02, 2011 2:03 pm
דורך יואל ווייס
באקומען פון אן ארבעטער אין דער בלאט, ותשוחח"ל.
M1.pdf
M2.pdf
M3.pdf
פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 02, 2011 2:13 pm
דורך leiby
יעצט זעה איך אז איך טיה די זעלבע עצה ווי די בלאט שרייבער, מיט איין שינוי נאר, כ'לייג אריין די צומאלענע טרויבן אין יענע קאנטעינאר נאר אין א בעג, די בעג מאך איך צו מיט א טוויסטער, ווען איך לאז עס רינען עפן איך דעם בעג (מיט די טוויסטער אויף דעם) אזוי גרויס ווי בערך א דיים אדער א משהו גרעסער, אין פין דעם עפענונג רינט אלעס ארויס, די מעלה פין דעם איז אז די מאסט איז קריסטאל קלאר.
פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 02, 2011 2:45 pm
דורך matovu
WOW
THNANK YOU SO MUCH
פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 25, 2012 4:16 pm
דורך מוטשע נישט
ארויפגעברענגט לכבוד פסח
פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 25, 2012 5:17 pm
דורך שויתי'ניק
פארשריבן האט געשריבן:האסט געפרעגט רשות פונעם שרייבער?
צו וואס דארף מען פרעגן?
פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 25, 2012 5:21 pm
דורך שמעק_טאביק
די וואך אין "דער בלאט", האט א ליינער געפרעגט א שאלה כהלכה, וואס טוט מען היי יאר מיט די מאסט, אז די טרויבן זענען ווערעמדיג? ער ווענדט זיך צו די רבנים (וועלכע לייענען דעם בלאט...) אז זיי זאלן לאזן הערן זייער חוות דעת שנעל, היום קצר והמלאכה מרובה.
וואס טוט טאקע דער עולם איבער דעם פראבלעם?
פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 25, 2012 5:28 pm
דורך דער קוטשער
וואס איז דער פראבלעם אז מען זייעט עס אדורך?
פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 25, 2012 5:33 pm
דורך שויתי'ניק
טאקע נישט קיין פראבלעם
פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 25, 2012 7:01 pm
דורך פארדינט
נארמאל ווען מ'מאכט מאסט זייעט מען נישט, היי יאר טאקע האב איך געזעהן האט מען געהייסן מ'זאל זייען די מאסט.
פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 25, 2012 7:19 pm
דורך farshlufen
פארדינט האט געשריבן:נארמאל ווען מ'מאכט מאסט זייעט מען נישט.
אויף פסח האט מען אלעמאל געזייעט משום חומרא דפסח.
פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 25, 2012 7:40 pm
דורך הרבטייטעלבוים
סהאט געהערשט א שטיקל צומישעניש ביי די רבנים נאכדעם וואס אין לאברעטאריע האט מען געזען מייקראבישע ווערים אפי נאכען זייען.
בקיצור נישט אריין און די גאנצע דין ודברים יעדער זאל פרעגען זיין רב, צימאלענע ווערים איז דאך אויך נאר חייב בכזית
פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 25, 2012 8:53 pm
דורך פארדינט
farshlufen האט געשריבן:פארדינט האט געשריבן:נארמאל ווען מ'מאכט מאסט זייעט מען נישט.
אויף פסח האט מען אלעמאל געזייעט משום חומרא דפסח.
ווענט זיך ווער, ביי מיין טאטע נישט, און אזוי פלעג איך מיך פירן ביז היי יאר, און לכאורה היי יאר וועט מען יא זייען משום טעם דלעיל.
פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 25, 2012 9:23 pm
דורך מוטשע נישט
אין קרית יואל האט די וועד הכשרות געהאנגן א צעטל אז מען זאל דאס דרוך זייען מיט א סחורה פון א העמד אדער ליילעך. די סחורה זאל מען אויסוואשן פאר מען נוצט עס.
פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 25, 2012 11:16 pm
דורך גבריאל
מוטשע נישט האט געשריבן:אין קרית יואל האט די וועד הכשרות געהאנגן א צעטל אז מען זאל דאס דרוך זייען מיט א סחורה פון א העמד אדער ליילעך. די סחורה זאל מען אויסוואשן פאר מען נוצט עס.
געבן זיי אבער א וועג וויאזוי מען זאל וואשן די טרויבן ? אדער דארף מען נישט נאר נאכן בלענדן די טרויבען מיט די ווערים.. זאל מען עס זייען ?
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מרץ 29, 2012 2:56 pm
דורך שמעק_טאביק
פארוואס זענען די פרייזן אזוי הויך דאס יאר פאר די טרויבן??
מילא פאריאר איז געווען אן אויסרייד אן ערד-ציטערנישט אין טשילע, אבער וואס איז דאס יאר??
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מרץ 29, 2012 11:57 pm
דורך קרעמער
מסתמא די ווערימלעך לאזן זיך באצאלן
פארעפענטליכט: פרייטאג מרץ 30, 2012 9:25 am
דורך שמעק_טאביק
פארעפענטליכט: פרייטאג מרץ 30, 2012 10:09 am
דורך שויתי'ניק
איינער זאגט מיר נאך בשם אחד מגדולי הרבנים וואס פארשטייט נישט ווי אזוי דער עולם גייט מאכן מאסט היי יאר צוליב די ווערים, אז מ'צעמאלט עס גייט דאך אריין די ווערים אינעם מאסט און עס העלפט נישט דאס איבערזייען ווייל אין מבטלין איסור לכתחילה, דעריבער טענה'ט ער איז בעסער צו נוצן געקויפטע ווייל אין פאבריק צעמאלט מען נישט, נאר מ'צודריקט עס מיט א פרעס, גייט עס נישט אריבער ביים איבער זייען.
פארעפענטליכט: זונטאג אפריל 01, 2012 10:04 am
דורך leiby
מה זה בשם אחד מגדולי הרבנים?
אויב ער האלט ער אז מ'טאר נישט זאל ער ארויס קומען מיט א איסור.
פארעפענטליכט: זונטאג אפריל 01, 2012 10:24 am
דורך אבי ווער
געהערט פין איינעם א פיינעם רעסעפי פאר מאסט, איך מאך נישט קיין מאסט אבער יענער זאגט אז ס'איז פיינע מאסט, ער מאכט עס אזוי: האלב איז גרינע טרויבען אין די צוויטע האלב איז האלב רויטע טרויבען, אין האלב שווארצע טרויבען,
סא עס איז גיט אין טעם אין און קאליר.
פארעפענטליכט: זונטאג אפריל 01, 2012 10:48 am
דורך farshlufen
בלייבט ער מיט איין שלימה אין איין פרוסה.
פארעפענטליכט: זונטאג אפריל 01, 2012 10:51 am
דורך farshlufen
שויתי'ניק האט געשריבן:איינער זאגט מיר נאך בשם אחד מגדולי הרבנים וואס פארשטייט נישט ווי אזוי דער עולם גייט מאכן מאסט היי יאר צוליב די ווערים, אז מ'צעמאלט עס גייט דאך אריין די ווערים אינעם מאסט און עס העלפט נישט דאס איבערזייען ווייל אין מבטלין איסור לכתחילה, דעריבער טענה'ט ער איז בעסער צו נוצן געקויפטע ווייל אין פאבריק צעמאלט מען נישט, נאר מ'צודריקט עס מיט א פרעס, גייט עס נישט אריבער ביים איבער זייען.
פלאני, על בעל המימרא כי כבר דשו בענין זה בשו"ע ובפוסקים לגבי דבש ולגבי פסח טחינת חיטים עם מצומחות ועוד, ומובטחני שהלה לא נגע להכשרים ועניני כשרות המאכלים מימיו.