בלאט 1 פון 1

בלאקן עמעצן פון מיר שיקן טעקסט מעסעדזשעס?

פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 29, 2009 5:52 pm
דורך מאיר
איך בין אונטער טעראר! די לעצטע 2 שעה האט זיך עמעצער (עפעס א פאני נאמען איך ווייס נישט ווער דאס איז) גענומען שיסן טעקסט מעסעדזשעס רעכט און לינקס, און איך קען נישט פטור ווערן פון דעם נודנאק... איינער האט אפשר א עצה? קען מען בלאקן יענעם פערזאן פון מיר שיקן טעקסט מעסעדזשעס?

פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 29, 2009 6:32 pm
דורך מאיר
יענער איז אונטערגעשריבן http://www.textmarks.com

פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 29, 2009 6:35 pm
דורך כולל יונגערמאן
עס קומט פון 414141?

פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 29, 2009 6:37 pm
דורך מאיר
ניין! אביסל אנדערש...
41411

פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 29, 2009 6:47 pm
דורך כולל יונגערמאן
עס איז פון א אידישע וועב סייט VIDYID.COM טשעק עס אויס אויב דו האסט דיר אמאל איינגעסיינט צו באקומען זייערע מעסעדזשעס,

פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 29, 2009 6:51 pm
דורך מאיר
קיינמאל זיך נישט אויפגעסיינט אין ערגעץ.

פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 29, 2009 7:12 pm
דורך מאיר
אה! איך האב ב"ה געכאפט דעם בחור!
עמעצער האט בלא רשותי מיר אויפגעסיינט... יענער האט שוין געכאפט א פסוק פון מיר.

פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 29, 2009 7:21 pm
דורך KCSP
אבער נאך דעם פסוק ביסטע נאך אלץ געבליבען אויפגעסיינט..??

פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 29, 2009 7:26 pm
דורך מאיר
איך האב אים געבעטן ער זאל מיר תיכף אראפנעמען פון דארט, איך האף אז ער וועט האלטן ווארט.

פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 29, 2009 9:08 pm
דורך מאשקע
מ'דארף שיקן די ווארט unsub און נאכדעם די נאמען פונעם גרופע צו 41411. צב"ש unsub yidvid.

פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 29, 2009 10:13 pm
דורך שוועמל
קענסט רופן דיין קעריער אז יענע נומער זאל ווער געבלאקט פון דיר שיקן טעקסט.

פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 30, 2009 10:32 am
דורך מאיר
ריזיגע יישר כח פאר אלע וואס האבן געהאלפן, און פאר אלע וואס האבן פרובירט צו העלפן סיי דא און סיי אין גוגל טאלק, יעזור השי"ת שתזכו להתברך בכל מילי דמיטב, אמן ואמן.

פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 31, 2009 6:16 pm
דורך היימישער איד
ווער ס'האט ספרינט סירוועס קענעס טון אנליין, מען קען אריינלייגן עני נאמבער און אנשטעלן אז ס'זאל נישט אנקומען יענעמ"ס מעסטעש.

כ'שטעל מיך פאר אנדערע פירמע'ס האבן עס אויך, אבער ספרינט ווייסעך זיכער.

פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 31, 2009 6:18 pm
דורך מאיר
יישר כח היימישער איד

פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 31, 2009 7:32 pm
דורך שמיי_דריי
היימישער ווי מאכט מען דאס? מ'ברויך זיי רופן? אנליין? פון די פאון?

קען מען אויך מאכן אז א נאמבער זאל ווערן געבלאקט פון קאלן?

פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 01, 2009 8:57 pm
דורך היימישער איד
מען מאכט עס אויף http://www.sprint.com מען קען נאר בלאקן טעקסט נישט קיין טעלעפאן קאלס.

פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 18, 2010 2:32 pm
דורך סתם_אזוי
בשעתן זוכן עפעס א אשכול אין ולאחיו יאמר חזק האב איך זיך אנגעטראפן אין די אשכול. האב איך געוואלט לאזן וויסן אז סדא זייער א גרינגע וועג צו בלאקן איינעם פון שיקן א טעקסט מעסידש צו דיר. אויב דו האסט ספרינט שיק אריין צו די נאמבער 9999 BLOCK און די נאמבער, און זיי וועלן עס בלאקן. אז דו ווילסט אראפנעמען די בלאק שיק נאכאמאל ALLOW צו 9999 און זיי וועלן אראפנעמען די בלאק.

פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 18, 2010 8:39 pm
דורך פארצייטישע
אויפ'ן בערל איז דא א אפשען אנצושטעלן אז מ'זאל נישט באקומען א טעקסט (אדער אימעיל, פין וכדו') פון איינעם וואס איז נישט אין די קאנטעקטס.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 19, 2010 5:18 pm
דורך וואדקע
פארצייטישע וויאזוי מאכט מען דאס?

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 19, 2010 7:01 pm
דורך פארצייטישע
גיי צו
Options
נאכדעם צו
Security options
נאכדעם צו
Firewall
דארט קען מען בלאקן טעקסט וכדו'
און פון אונטען איז דא א אפשען, יא דורכצולאזן טעקסט פון דיינע קאנטעקטס.
דוק ותשכח, עכ"פ ביי מיין 'פארצייטישע' קארוו