בלאט 1 פון 1
וואו קען מען קויפן ציגארעטלעך פאר ביליג?
פארעפענטליכט: מיטוואך מרץ 25, 2009 6:57 pm
דורך יאנאש
זינט די פרייזן זענען ארויף יענע וואך, ווי אויך צוליבן סיבה אז פיליפ מאריס האט באשלאסן צוצופיקסן יאנאש'ן מיטן אויפהערן פארקויפן טרי פעקס, מוז איך זיך ווענדן צו חשוב'ן ציבור דאהי פאר הילף.
איך רויכער פארלימענט לייטס און איך זיך צו קויפן עטליכע קארטאנען פאר אונטער פופציג פינף און פופציג א שטיקל, ווייסט איינער פון א היימישער סוחר וואס פארקויפט, אדער אויב איינער פארט פונקט אין סטעיטס וואו עס קאסט ביליגער ווי ביינונז זאל מיר ביטע מעלדן אין דעם אשכול אדער אין מיין אישית.
א ריזן יישר כח.
פארעפענטליכט: מיטוואך מרץ 25, 2009 7:25 pm
דורך עפל קאמפאוט
יאנאש אנשטאט דעם וואלט סאך בעסער געווען ווען איר פרעגט ווען כהאי לישנא: "וויאזוי קען מען אויפהערן צו רייכערן פאר ביליג?" (איך מיין נישט אייך פערזענליך ובאתי רק להעיר)
פארעפענטליכט: מיטוואך מרץ 25, 2009 10:04 pm
דורך שמיי_דריי
דוקע געסטעמטע אדער די וואס מ'פארקויפט אין די ישיבות איז אויך גוט?
פארעפענטליכט: מיטוואך מרץ 25, 2009 10:28 pm
דורך DotCom
http://www.cigoutlet.bizבאקומען פון א ידיד מיינער וואס איז שוין לאנגע יארן א צופרידענע קאסטומער דארט.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מרץ 26, 2009 6:15 am
דורך יאנאש
די ישיבה'ישע איז אויך פיין.
שכוח דאט קאם פארן לינק גיימער עס אויסטשעקן.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מרץ 26, 2009 10:05 am
דורך ראמני 08
ווי קען מען קויפן קעפרי פאר ביליג?
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מרץ 26, 2009 10:18 am
דורך יאנאש
ראמני, איך ווייס נישט.
דאט קאם, איך האב אויסגעטשעקט די לינק, איך זעה נישט אז ער זאל האבן די רעגולער פארלימענט לייטס וואס מען פארקויפט אין געשעפט, און צו טרייען א פרישע קיינד האבעך מורא, דיין חבר רייכערט פארלימענט אדער עפעס אנדערש?
ביידיוועי איז זייער אינטערסאנט דארט, פאר אויסלענדישע פארלימענט טשארדשט ער 19.50 א קארטאן, און פאר אמעריקאנער 49.50 א קארטן, כאב נישט געוואוסט אז עס איז אזא חילוק, + עס קומט נאך צו 6.50 א קארטן שיפינג ענד הענדלינג אויף די אמעריקאנע (כאב נישט געקוקט ביי די אוסלענדישע).
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מרץ 26, 2009 7:50 pm
דורך חוקר
אויב יעדער צווייטער רויכערע קויפט "ביליג" און סעיל ווי מאכט מען געלד דא ?
(נישט אז מען דארף שטיצן די קאמפני ניין א איד איז וויכטיגער צו שטיצן עס נאר פאר אינטערסאנטקייט)
פארעפענטליכט: פרייטאג מרץ 27, 2009 5:43 am
דורך יאנאש
וואו מען מאכט געלט, א געוואלדיגע פראגע.
איך בין נישט באקאנט אבער לאמיר מאכן א סענעריאו און העמער זעהן ווער עס מאכט געלט אפי' ווען א פעקל קאסט נאר דריי דאללער.
די טאבעקאו וואס ליגט אין א באקס קאסט פיר און דרייסיג צענט, די ארבייטער וואס ארבעטן אין פיליפ מאריס שטופן ארויס אן ערך פון זעקס הונדערט באקסלעך א שעה, בערך פיר מענטשן ארבעטן אויף יעדע באקס און זיי קריגן זיבן פופציג א שעה, דאס קומט אויס צו פינף צענט א באקסל, דער דיסטריביוטער נעמט פופצן צענט א באקס (א דאללער פופציג א קארטן) דער מוכר לייגט ארויף א קוואדער, די פאפיר קאסט נאך צוויי מיט א האלב פעני א באקס.
טאטאל: 0.34 + 0.05 + 0.15 + 0.25 + 0.025 = איין און אכציג מיט א האלב סענט, איצט וואס איז געווען די פראגע?
פארעפענטליכט: פרייטאג מרץ 27, 2009 7:36 am
דורך איזאק
דער מוכר לייגט ארויף זיכער מער ווי א קוואדער.
פארעפענטליכט: פרייטאג מרץ 27, 2009 9:02 am
דורך לעווי
רוב געלט גייט דאך פאר די שווערע שטייערן.
אגב, יאנאש, שוק אריבער איינס אויף גוגעל טאלק, יישר כח.
פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 29, 2009 12:25 am
דורך DotCom
יאנאש האט געשריבן: דאט קאם, איך האב אויסגעטשעקט די לינק, איך זעה נישט אז ער זאל האבן די רעגולער פארלימענט לייטס וואס מען פארקויפט אין געשעפט, און צו טרייען א פרישע קיינד האבעך מורא, דיין חבר רייכערט פארלימענט אדער עפעס אנדערש?
וואס איז
דעס?דאכצעך מיר אז אויף די אינטענעט צאלט מען בכלל נישט קיין טעקס, נישט לאנג צוריק האט עס די גאווערמענט געטרייט צו סטאפן ווען זיי האבן געשיקט סוממאנסעס פאר צענדליגע קאסטומער'ס, אבער ביי די ענד האבן זיי פארלוירן.
פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 29, 2009 7:31 am
דורך וואס
Parliament Lights Box Cigarettes made under authority of Philip Morris Products SA. Smoking seriously harms you and others around you.
פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 29, 2009 8:35 am
דורך יאנאש
עס איז נישט די זעלבע וואס ווערט פארקויפט אין די געשעפטן דאהי אלץ פארלימענט לייטס, קען זיין אז עס איז די זעלבע רעסיפי אין אנאדער סטייל באקסל, אבער דאס צו וויסן וואלט איך קודם געוואלט קאסטן איינס.