בלאט 1 פון 1
תורת הנפש - א טראכט און די יצירת הנפש- סקאלעדזשי בלע"ז
פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 24, 2009 10:56 pm
דורך פייער
פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 24, 2009 11:15 pm
דורך וויכטיג מאכער
איך וועל פראבירן שרייבן א קלייניקייט, ס'איז דא א זאך, וואס כאב אמאל געהערט, און דערנאך וועריפייד, און ס'איז זייער אינטערעסאנט...
ס'דא געוויסע מענטשען, וואס זענען אייביג 'נעגאטיוו', די מענטשען, זענען געווענליך 'דערביטערטע' מענטשען, האט מיר איינער געוויזן, אז מ'קען זיי דערקענען אויף טריט און שריט, א דערביטערטע מענטש, וועט אייביג פרעגן נעגאטיוו, פארוואס נישט,... א נארמאלע מענטש, וועט פרעגן אפשר יא...
למשל, דו ביסט ביי בעדפארד ראסס, און דו ווילסט פארן צו די בי קיו אי, האסטע צוויי אפשענס, אדער פארסטע ביז קליימער, און דערנאך צו ווייט, אדער פארסטע צו לי עוו., און אראפ וויליאמסבורג סט.... דו ווילסט נעמען אפשען 1, און דו פרעגסט דיין שכן אין די קאר, צו ער האלט אויך אזוי, א נארמאלער מענטש, טאמער ער האלט אז אפשען צוויי איז בעסער, וועטער זאגן, אפשען 2 איז בעסער, אדער, פאר דא... ווידער א דערביטערטע מענטש, וועט זאגן, פארוואס פארסטע דא? אדער, אפשען 1 איז נישט גוט... ער וועט אייביג קוקן אויף די 'נישט גוט' חלק פון די מעשה...
כאף אז דאס איז די ציהל פון די אשכול...
פארעפענטליכט: מיטוואך מרץ 25, 2009 10:48 pm
דורך קרעמער
די עצה פון געבן גערעכט פאר יענעם און נאכדעם שיינערהייט אפווארפן זיין טענה, האב איך געליינט אין די ביכל "HOW TO WIN FRIENDS AND INFLUENCE PEOPLE" געשריבן דורך DALE CARNEGIE, עס איז א מעכטיגע ביכל וואס לערנט אויס די בעסיקס וויאזוי צו האנדלן מיט מענטשן.
צווישן אנדערע כללים לערנט ער דארט אויס אויך צו רופן מענטשן אויפן ערשטן נאמען, די פאקט איז אז מען קען גאנץ גרינג אפקויפן א מענטש ווען מען רופט אים "אייזיק" ווי ווען מ'זאגט "שמילאוויטש" אדער "זאג נאר".
פארעפענטליכט: שבת מרץ 28, 2009 9:21 pm
דורך דוד משמש
עס איז דא א האטליןן "קול החינוך" פון ר' לייב שטערענליכט שליט"א- וואס איר וועט שטארק הנאה האבען דארפון
די טעל6842 989 718
אויף געוויסע קנעפלעך דארף מען א פין נומער- עס קאסט נישט קיין געלט--
איך מיין אז פייער וועט הנאה האבען
פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 29, 2009 12:46 pm
דורך שמאטע
fire you are right, but..............you know
פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 29, 2009 6:55 pm
דורך דוד משמש
shmate האט געשריבן:fire you are right, but..............you know
.....you know what
פארוואס שרייבסט דו דאס און ענגליש - יעדער דא קען יודיש...
פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 30, 2009 5:06 am
דורך פייער
פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 30, 2009 8:51 am
דורך simfel
איך האב אסאך צי זאגן וועגן דעם שטערנליכט, אבער איך זוך איהם נישט סתם צו באשמוצן. אבער בדידי הוה עובדא אז איך בין נישט צופרידן געווען פון איהם.
פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 30, 2009 12:02 pm
דורך שמאטע
דוד משמש האט געשריבן:shmate האט געשריבן:fire you are right, but..............you know
.....you know what
פארוואס שרייבסט דו דאס און ענגליש - יעדער דא קען יודיש...
because my computer don't have Hebrew only English ,
maybe you can help me to install Hebrew
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אפריל 02, 2009 5:06 am
דורך דוד משמש
קרעמער האט געשריבן:די עצה פון געבן גערעכט פאר יענעם און נאכדעם שיינערהייט אפווארפן זיין טענה, האב איך געליינט אין די ביכל "HOW TO WIN FRIENDS AND INFLUENCE PEOPLE" געשריבן דורך DALE CARNEGIE, עס איז א מעכטיגע ביכל וואס לערנט אויס די בעסיקס וויאזוי צו האנדלן מיט מענטשן.
צווישן אנדערע כללים לערנט ער דארט אויס אויך צו רופן מענטשן אויפן ערשטן נאמען, די פאקט איז אז מען קען גאנץ גרינג אפקויפן א מענטש ווען מען רופט אים "אייזיק" ווי ווען מ'זאגט "שמילאוויטש" אדער "זאג נאר".
איך האב איינגעהאנדעלט דעם בוך.. עס קאסט אונגאנצען 8 דאלאר.. ישר כח
ווייסט איר פון נאך אזאנס...?