בחורים - בין הזמנים, ווער קען העלפן?

עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

1x1
שר האלפיים
תגובות: 2825
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 27, 2009 6:15 pm

תגובהדורך 1x1 » פרייטאג סעפטעמבער 18, 2009 11:16 am

ענינא דיומא
http://www.teoria.com/ Music Theory

נודה לך
שר האלפיים
תגובות: 2789
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 09, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אינעם אויבערשטענס הענט

תגובהדורך נודה לך » דינסטאג מארטש 28, 2017 11:04 am

1x1 האט געשריבן:ענינא דיומא


אקטועלע און וויכטיגע אשכול!!
איך דאנק און לויב השי"ת אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט מיר יעדע מינוט

אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר חמש מאות
תגובות: 641
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 08, 2017 4:31 pm

תגובהדורך דניאל אויערבאך » דינסטאג מארטש 28, 2017 1:34 pm

וואס טט זיך מיט א (כשרע) סעל ? איז כדי א בחור זאל עס האבן בין הזמנים ? איך רעד אן טעקסט נאר מען זאל קענען זיין בקשר מיט עם און ער זאל קענען קלינגען חבירים אד"ג

אוועטאר
אלט מאנרא
שר האלף
תגובות: 1818
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 30, 2016 11:37 am
לאקאציע: צווישן גראז און ביימער

תגובהדורך אלט מאנרא » דינסטאג מארטש 28, 2017 3:48 pm

ליפשיץ האט געשריבן:ר' קוימען קערער, דעם פראבלעם וואס איר טוט אדרעסירן איז ליידער, ליידער א גאנץ יאריגער פראבלעם. איך קען נישט צופיל אריינרעדן דערין, ווייל איך בין נאך נישט אין אייער סיטואציע. ווי ס'שיינט זענען מיר אפגערוקט א שיינע פאר יאר. אבער לויט מיין ארימער שכל איז דער פראבלעם לאו דוקא אין בין הזמנים.

איך האב א איגנט פריינד וועלכער האט זיך מלבש געווען באיצטלא דרבנן, און זיך בוחר געווען פאר פרנסה דאס אומנות פון משגיחות אין א ישיבה. האב איך לעצטענס געכאפט מיט אים א שטיקל שמועסל איבער זיין פרנסה, און איך זאג אייך אז איך בין אוועק פון דעם שמועס צושרויפט און צושוידערט. עס האט מיר גענומען אפאר שעה ביז איך האב געקענט מסיח דעת זיין פון דעם שרעקליכן מצב וואס איך האב זיך אנגעהערט פון אים. ער האט מיר מסביר געווען אז אויב איז אין מיינע צייטן געווען א חשש מיט די בינוני בחורים אז זיי זאלן נישט אריינפאלן אין די הענט פון יענע חברה, דאן זאל איך וויסן אז היינט איז דער מצב א מיליאן מאל ארגער. יעדער בחור, יהי' באיזה מצב שיהי', אפילו דער עידית שבעידית, שוועבט אין א סכנה יעדע רגע און יעדע מינוט פון טאג.

ער האט מיר געשילדערט שרעקליכע סיפורים וואס די האר פון קאפ שטעלן זיך אויף, איבער דעם פראבלעם פון טעכנאלאגיע. אמאל - זאגט ער - איז דאס ארגסטע וואס מ'האט געקענט כאפן ביי א בחור אין טאש געווען א קליינטשיג טעיפ רעקארדער וועלכע זאל האבן אינסטאלירט אין זיך א ראדיא, מער פון דעם האט דער בחור כמעט נישט געהאט קיין מעגליכקייט. היינט איז שוין א מצב וואס א בחור וועלכער דרייט זיך מיט אזא סארט טעיפ רעקארדער ווערט פשוט פארעכנט ווי א נארישער עד דלא ידע'ניק. האט-ליינס, איי-פאד'ס, אינטערנעט סעלפאונס, טריאוס און די אלע שמות נרדפים איז אזא מין אנשיקעניש וואס איינמאל א בחור טשעפעט זיך צו דערצו איז דאס ממש ווי דראגס. קענסט אין אים בראקן, רעדן, נאכלויפן און טון כל טצדקי שבעולם און דו וועסט שפירן ווי דו רעדסט צו דער וואנט.

ער טענה'ט, דער משגיח'ל, אז די טאטעס זענען גארנישט אנדערשט. דער חילוק איז נאר אז די ערוואקסענע זענען מער ווייניגער בעלי אחריות, מיט א רחיים על צווארם, און דאס טוט זיי אביסל איינצוימען נישט אריינצופאלן אין תהום דורך די טעכנאלאגיעס. משא"כ א בחור וועלכער האט קיין שום עול שפירט זיך ממש ווי א הפקר מענטש, דעריבער אויב רירט ער צו דערצו דאן איז אין מעצור לפניו.

און וואס איז מיט די השגחת הישיבה איבער די ענינים? אויף דעם איז געווען זיין תירוץ: מ'טוט וויפיל מ'קען, אבער קען מען דען אנקומען איבעראל? אז א בחור דרייט אין זיך טאש מיט א קליינטשיגן דלת על דלת'דיגן מאשינקעלע און גיבט אבאכט אז עס זאל זיך קיינמאל נישט צוקלינגען ברבים אדער אפילו ביחידות, און פון דער אנדערער זייט קען ער זען דערויף כל מיני תועבה'ס, וויאזוי זאל מען אים כאפן? צי אז א בחור זעצט זיך אריין אין ביהכ"ס און צינדט זיך אן דעם סעלפאון און הייבט אן ארום רופן די אלע האט ליינס, אדער נעמט ער זיך ארום טעקסטן לכל מאן דבעי, און ווער רעד נאך ווען ער איז פארבינדן צו אן אינטערנעט און טוט דארט כל מיני דברים, וויאזוי זאל מען דאס דערגיין?

מער ווייניגער די אלע מעשיות וועלכע שווימען יא ארויף אויפן אויבערפלאך און מ'דערגייט דאס, קומט דאס אויך נאר פון האבן אן עינא פקיחא באגלייט מיט אן עקסטערע סייעתא דשמייא. ווייל געווענדליך דערקענט מען שוין אויף א בחור אז 'סאמטינג איז ראנג וויט הים'. אמת, נישט אלעמאל קומט מען אן צום פראבלעם פון טעכנאלאגיע, צענדליגע און צענדליגע פעלער וואס דער שורש הפראבלעם שטעלט זיך ארויס אז דאס קומט מחמת טויזנט אנדערע סיבות, אבער מער ווייניגער אויב האלט מען חשבון און מ'האט אפענע אויגן צו באגלייטן יעדן בחור זיין מצב, זיין סדר היום, זיין לערנען, זיינע חברותא'ס, זיין התנהגות און באוועגונגען, קומט מען אן צום פראבלעם.

געווענדליך א בחור וואס איז געווארן אנגעשטעקט מיט די פראבלעמען, צי מאליו צי פון חברים, אפילו באונס או בטעות, זעט מען אויף זיין באוועגונג א שינוי אין זעלבן מעת לעת. ערשטענס, עס דרייען זיך אים אין קאפ פייגעלעך. דערויף, ער שפירט זיך אנגעצויגן און אומאנגענעם מיט זיין מצב. און בעיקר וואס קוועטש אים, איז דאס זעלבסט אז זיינע עלטערן און מחנכים זאלן זיך נישט דערוויסן דערפון. ער דרייט זיך מיט אן אנגעצויגנקייט, דער מח שווינדלט אים פיר און צוואנציג שעה וויאזוי דאס צובאהאלטן פון זיינע אויפזעער, און דאס אליין ברענגט א שינוי אויפן באוועגונג פונעם בחור. אזוי טענה'ט ער, דער חבר מיינער.

איך האב פארשטאנען פון זיינע ווערטער אז דאס איז די סיבה פארוואס עס פאדערט זיך היינטיגע צייטן אין א ישיבה אנטשטאלט מער משגיחים און איינגעשטעלטע ווי אמאל. ווי אויך מערערע סארט משגיחים וועלכע זאלן זיין צוטיילט אויף די פארשידנארטיגע סארט השגחות.

אלנספאל, איר רעדט דאך ספעציפיש פון בין הזמנים, וואס דער פרייער פויגל איז פרייער ווי סתם א פשוטער וואכן טאג, וואס דאן איז דער פראבלעם פיל פאכיג און דאס אחריות פון א טאטען איז דאן צען טויזנט מאל גרעסער. איז אודאי און אודאי אז צו געבן דערויף עצה'ס איז זייער שווער, איבערהויפט איינער וואס איז נאך נישט אין דעם מצב. אבער אויף אזויפיל יא אז איר ווייסט וואו דער בחור געפונט זיך און מיט וועמען ער פארברענגט, און בעיקר אז איר טוט שמועסן און שמועסן מיט אים טאג טעגליך וויאזוי זיין טאג איז דורך, וואס ער האט אויפגעטוהן דעם היינטיגן טאג, וואס ער פלאנט פאר מארגן וכו' וכו', און צו דער זייט אפאר קאפיטלעך תהלים און אביסל סייעתא דשמיא, וועט אייך דער אויבערשטער העלפן להינצל מכל פגע רע און זען בלויז נחת דקדושה פון אייערע בחורים, אמן.


wow אמתדיגע ווערטער אויב דאס האט מען געשריבן 2009 וואס זאל מען זאגן היינט 2017
איר זאלט לעבן ווי לאנג איר ווילט, מיט נאך פופצן מינוט, נישט אלעס דארף גיין פונקטליך וויאזוי דו ווילסט!‎

green sunday
שר חמש מאות
תגובות: 681
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 16, 2010 3:34 pm

תגובהדורך green sunday » מאנטאג מארטש 19, 2018 4:02 pm

1x1 האט געשריבן:ענינא דיומא


צוריק צו “ולאחיו יאמר חזק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 7 געסט