בלאט 1 פון 4

נייע וועג צו מאכן וועזשעטעבל סעלעט אין איין מינוט

פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 17, 2009 11:14 am
דורך חידוש נפלא
עס צומאלט די גאנצע וועזשטעבל ביז איין סקונדע און די סעלעט איז פערטיג
https://www.slapchop.com/ver6/index.asp

פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 17, 2009 11:34 am
דורך bailout
טרייב נישט איבער, ס'וועט זיין א משהו שנעלער וואו די וואס כ'האב געקויפט ביי סעגעדין, נאר יענץ איז גרעסער דארפסטו מער וואשן.

פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 17, 2009 11:45 am
דורך אונגארישער
חידוש נפלא דיס איז עי חידוש נפלא טענק יו

מען קען דאס קויפען אין סטארס אויכעט????????????????????????..

פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 17, 2009 11:47 am
דורך אונגארישער
בעילאוט ניקסט וואר וויל מיט נפלאס קען מען מאכען פארשידענע פארמאטען אין סאיז אסאך קלענער

פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 17, 2009 11:55 am
דורך חידוש נפלא
ניין עס איז נישט דא צו באקומען אין די געשעפטען מען קען עס נאר באשטעלן ביי די קאמפעני, אבער ניט דאס איז די חידוש נפלא וואס מיר,ווארום דער חידוש איז גאר עפעס אנדערש היא נפלאת בעינינו. (באשולדיג מיך נישט פארן נישט ענטפערן צום זאך ווייל גלייב מיר איך האב נישט געטראפען עפעס אנדערש אויפן מינוט. דאנקע שעהן)

פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 17, 2009 12:28 pm
דורך bailout
אונגארישער האט געשריבן:בעילאוט ניקסט וואר וויל מיט נפלאס קען מען מאכען פארשידענע פארמאטען אין סאיז אסאך קלענער

פארשידענע פארמאטען
האב איך נישט באמערקט. הגם די אנדערע האט אויך עטליכע.

אסאך קלענער

טראכט אריין, נישט ביי יעדעם איז עס א מעלה, האועווער, קענסט טון וויאזוי די ווילסט איך בין נישט אין די ליין.

פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 17, 2009 12:34 pm
דורך אונגארישער
בעילאוט מיר גייען טאקע באשטעלען דאס וואס היא נפלאת בעינינו האט ציגעשטעלט

פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 17, 2009 1:32 pm
דורך join us
חברה !!!

איינער ווייסט וויפול ס'איז שופינג איך האב מורא דארט מאכן זיי די געלט ...

פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 17, 2009 2:02 pm
דורך עפל קאמפאוט
קאל זיי אהן און פרעג זיי, איך מיין אז עס דארף נישט קאסטן מער ווי 10 דאלער שיפינג

פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 17, 2009 2:04 pm
דורך אונגארישער
$ 7.95
אין נאך א זאך אןיב קויפט מען איינס איז גי צווייטע האלב פרייז

פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 17, 2009 2:12 pm
דורך bailout
נו, וואס ווארטסטו? שוין שטעל דיך צאם מיט join us.

און אויב די קויפסט אזויפיל אז ס'קאסט שוין גארנישט האב מיך אויך אינזין...

פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 17, 2009 2:23 pm
דורך אונגארישער
בעילאוט :!:

פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 17, 2009 2:29 pm
דורך לעווי
איך גיי עס נאך נישט קויפן, אבער א שמייכל האט ער זיכער ארויף געצויגן אויף מיין געזיכט, און א תאוה צו א גוטע סאלאט מיט פעטוטשיני.

פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 17, 2009 2:30 pm
דורך join us
איך האב זיי געקאלט
איינס איז טאטאל הכל בכל 32.50 נישט 19.95

די צווייטע איז $12 +$12 S&H און אזוי ווייטער

פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 17, 2009 2:37 pm
דורך מאיר
ריזיגע יישר כח חידוש נפלא.
איך ווייס נאר נישט אויב איך וועל עס אזוי שנעל קויפן צוליב די פרייז.

פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 17, 2009 3:54 pm
דורך עפל קאמפאוט
ווען מען קאלט אהן די חברה, הייבט קודם אויף א מאשין און נאך וואס מען באשטעלט עס האלט ער אין איין פרעגן צו מען דארף נאך דאס און צו מען וויל נאך צוקויפן יענץ פאר נאך 12 דאלער, אבער די זאך פאר זיך קוקט אויס ווי גאר א גיטע זאך, ווען איך האב ווען איבריגע פאר דאלער אדער ווען איך וויל ווען קויפן עפעס א מתנה פאר מיין אידענע וואלט איך געטראכט דאס צו קויפן. א שאד נאר אז דאס איז נישט קיין אידישע קאמפעני ווייל ווען א אידישע קאמפעני פארקויפט עס וואלט איך עס געקויפט ביי זיי ענדערש

פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 17, 2009 4:02 pm
דורך אונגארישער
שאאאאאאאאאאאאאאאאאאאאא קיינער זאל נישט פארציילען אבער מיין אידענע האב איך שוין אפ געקויפט אויף פסח
שששששששששששששששששששששששששששששששששששששששש

פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 17, 2009 4:23 pm
דורך חידוש נפלא
אונגארישער די דערמאנסט מיך וואס מיין שלום בית רבי האט מיך געזאגט פאר מיין חתונה אז ווען מען וויל קויפן א מתנה פאר די אידענע זאל מען איר פרעגן שטילערהייט... וואס זי האט ליב פאר א פרעזענט, מען פרעגט עס זייער שטיל... זי זאל נישט אויסזאגן פאר קיינעם.... און דערנאך מאכט מען א ריזיגע סורפרייז און מען קויפט די מתנה וואס זי האט ליב..................

פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 17, 2009 4:41 pm
דורך אונגארישער
דאס קען מען נישט זאגען פאר אן אונגארישער

פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 17, 2009 4:51 pm
דורך חידוש נפלא
פון וועם איך האב עס געהערט איז אויך א אונגארישער און ער האט דאס מגלה געווען פאר מיר, אויך א אונגארישער, סאו מיז זיין אז מען קען עס יא זאגן פאר א אונגארישער

פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 17, 2009 4:56 pm
דורך אונגארישער
יא אבער די פראבלעם איז אז מיין אידענע איז נישט

פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 17, 2009 4:58 pm
דורך חידוש נפלא
ביזט אליין שולדיג..............

פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 17, 2009 5:00 pm
דורך חידוש נפלא
לאמיר נישט פארגעסן פון די עיקר טעמע, וואס זאגט דער עולם דערצו? (עס גייט מיך נישט צופיל אהן אבער מען מיז צוריקדרייען די שמועס)

פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 17, 2009 5:11 pm
דורך אונגארישער
אים סארי חידוש איך האב דאס נישט געמיינט

איך זאג אז עס איז זייער א פיינע זאך

1 סקען מאכען גרויסע שטיקלעך אין סקען צימאלען לויט אייער געשמאק משא"כ אלע אנדערע קענען נאר צימאלען

2 סאיז קליין נעמט נישט אויף אסאך פלאץ

3 גרינג צי וואשען

4 קען מאלען האטע וועדזשעטעיבעלס

יאך האב ווי אויבען דערמאנט עס געקויפט

טענק וי וועדי וועדי וועדי מאנטש

פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 17, 2009 5:14 pm
דורך חידוש נפלא
מיי פלאנדשער