בלאט 3 פון 4

פארעפענטליכט: זונטאג אפריל 05, 2009 12:04 am
דורך שוועמל
קרעמער;
פארוואס עפעס זאל עס ברויכן באטעריען?
איך פארשטיי עס ארבעט מיט אפאר קוועטשעס מיט די האנט און די מעסערלעך פארן אראפ\ארויף אראפ\ארויף.

טוחן אוכל נפש איז דאך מותר ביו"ט אבער אפשר עובדא דחול (מאכן אסך אויף איינמאל) איז נישט.

פארעפענטליכט: זונטאג אפריל 05, 2009 1:18 pm
דורך קרעמער
איך פארשטיי אז עס ארבעט אויף באטעריען אדער עלעקטריציטעט. אדרבה, זאלן די קונים דערציילן.

פארעפענטליכט: זונטאג אפריל 05, 2009 1:28 pm
דורך אונגארישער
קרעמער וואטס גאיניג אן וויט יו ?

פארעפענטליכט: זונטאג אפריל 05, 2009 2:04 pm
דורך איך_הער
קרעמער, ס'ארבעט נישט אויף לעקטער/בעטערי, מ'האקט מיט די הענט אויף אראפ און די מעסערלעך דרייען זיך, סאו יעדע האק, שנייד די אנדערע וועג.

פארעפענטליכט: זונטאג אפריל 05, 2009 5:41 pm
דורך קרעמער
גוט גוט, יעצט הער איך.

פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 06, 2009 11:55 am
דורך חידוש נפלא
קרעמער האט געשריבן:גוט גוט, יעצט הער איך.

קרעמער יעצט קען מען פארשטיין וואס עס שטייט אין פסוק "רואים את הנשמע" אזשע ער האט עפעס געשריבן אויפ'ן בלאט, און די הערסט עס... גאנץ גיט

פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 06, 2009 12:24 pm
דורך שוועמל
חידוש
LOL

פארעפענטליכט: זונטאג אפריל 12, 2009 7:22 am
דורך סאכדעס
קודם כל דארף מען עס טובל'ן, איז עס גרינג צו טובל'ן?
ווי דין קען עס גיין? וואלט מיין כריין געווארן צומאלן דערפון? און האו אבאוט די חרוסת?

פארעפענטליכט: זונטאג אפריל 12, 2009 6:37 pm
דורך איך_הער
סאכדעס, ס'מאכט שטיקלעך אזוי ווי ביי א וועזשטעבל סאלאט, אויב עסטו די חריין אין אזאנע שטיקלעך, קען זיין ס'וואלט געארבעט פאר דיר.

חרוסת, האבעך שוין געזען מערערע וואס ווייסן נישט וויזוי איך האבעס ליעב, און זיי מאכן קאצקא'ס פון די עפל און ניס, פאר אזא חרוסת איזעס גוט, באט איך האב ליעב מער צומאלן, וואס אזוי זעטעס טאקע אויס ווי ליים, איזעס זיכער נישט גוט.

לנאי מפקא נינא? פאר נעקסטעס יאר.

פארעפענטליכט: זונטאג אפריל 12, 2009 10:55 pm
דורך סאכדעס
איז קוידען ברויכעכעס נישט אויף פסח, נאר אויף משך דעם יאר.
דערנאך, וואס הערט זיך מיט טובל'ן? ווייסט עמיציר?

פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 13, 2009 1:46 pm
דורך איך_הער
ס'איז נישט קיין עלעקטערישע כלי, סאו וואס איז די פראבלעם מיט טובל'ען? אוודאי טובל'ט מען דאס.

פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 27, 2009 11:19 am
דורך חידוש נפלא
רבותי את חטאי אני מזכיר אויב דורך מיר האט איינער געקויפט די סלעפ טשאפ ווייל איך האב עס געקויפט און איך מיז מודה זיין אז עס איז בכלל נישט אזא מציאה וויאזוי זיי לייגן עס אראפ, עס שניידט בכלל נישט אזוי גיט, און אוודאי נישט וויאזוי עס קוקט אויס ביי זייער וועבסייט, עס איז מיר נישט געבליבן קיין אנדערע ברירה נאר דאס אנצוזאגן פאר יעדן איינעם אז איך צי צוריק פון מיין ענטוזיאסטישע אדווערטייזמעט וואס איך האב ארויפגעברענגט דא אויף די קרעטשמע, געמיינט האב איך גיט אבער עס איז מיין פליכט דאס צו פארעכטן, ואתכם הסליחה

פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 27, 2009 11:33 am
דורך שוועמל
ווי שלעכט איז עס?
קען איך נאך קענסלען מיין ארדער, איך ווייס זיי האבן נאכנישט געשיפט.

פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 27, 2009 11:44 am
דורך אונגארישער
חידוש
יאך האב מיר מחייה געווען דערמיט מיר האבען געמאכט חרוסת דערמיט אין נישט געדארפט שניידט מיט א מעסער עס האט מיר ציטראסקעט די ניסלעך מאנדלען אין סקונדעס

פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 27, 2009 12:18 pm
דורך חידוש נפלא
אונגארישער איך האב עס נאכנישט אויסגעטרייט אויף אלעס אבער אויף א שטיקל פיקל מיט א טאמעטא האב איך עס יא אויסגעטרייט און עס איז נישט געגאנגען אזוי ווי איך האב געמיינט, קען זיין איך דארף מיך בעסער אויסקענען דערמיט, אבער דערווייל קוקט מיר עס נישט אויס אזוי מעכטיג

פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 27, 2009 12:26 pm
דורך שוועמל
וואס איז נישט גוט, די קוואליטי? האסט מסתם געמיינט ס'יז געמאכט פון שטארקע סטיל אדער פלעסטיק דערווייל קוקט עס אויס שוואכע סחורה וואס קען זיך שנעל צעברעכן?

די מעסערלעך זענען נישט אויסגעשארפט?
עס גייט שווער צו קוועטשן דערמיט אראפ ארויף?

וואס נאך?

פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 06, 2009 3:54 pm
דורך אונגארישער
חידוש יעצט באמערקט וואס די זאגסט

איך האב געמאכט עפל דערמיט סאיז זייער פיין געווען

די האסט לכאורה געקוועטשט דעם שטעקן מדארפ עס שנעל האקן אין אפלאזן

פארשטייסט וואס איך זאג ?

פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 06, 2009 8:56 pm
דורך שוועמל
די חברה דארט זענען א באנדע ווייסעך וואס. שוין באשטעלט פאר פסח נאכנישטא קיין זכר פון קיין דעליווערי דערווייל.

הערשט היינט האב איך געזען דעם טשארזש פאוסטן אויף מיין קרעדיט קארד, זיי לאזן זיך ווארטן ווי געפערליך.

סלעפ טשאפס וואס זיי זענען....

פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 28, 2009 4:56 am
דורך שוועמל
כ'אב אייך פארגעסן צו מעלדן חברים.

די סלעפ טשאפ איז אנגעקומען ענדליך נאך פיר וואכן, איך מוז אייך זאגן ס'יז גארנישט ווערט. בכלל נישט ווי זיי זאגן אויף זייער פרעזענטאציע.

די טאמעטא צעשניידט זיך נישט ווייל ס'האט ווייעכע שאלעכץ וואס האלט עס צוזאם. די פיקל כאפט זיך אריין צווישן די מעסערס און איך דארף קלאפן אלע וויילע ס'זאל ארויסטאנצן. בקיצור ס'יז גארנישט ווערד. ס'נעמט מיר שוין לענגער ווי מיט א מעסער.

קיינער זאל עס נישט קויפן.

איך רעד שוין נישט פון די קוואליטי וואס איז עכט כינעזיש פאבריצירט, די שטיקל האלט זיך נישט גוט, עס פאלט אראפ אינמיטן נוצן. א דיזעסטער.

צו מיין מזל האב איך געקויפט צוויי שטיק, איינס וואס איז נאכנישט גענוצט קען איך פארקויפן :smile:

פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 01, 2009 12:22 am
דורך לוסטיג
שוועמל זאג מיר נישט..?!
כ'האב געהאט די זעלבע מעשה קודם מיט דיין זעלבע הקדמה אז ס'איז בכלל נישט אזא גוטע כלי ווי זיי לייגן אראפ ס'שנייט נישט געהעריג, און אנדערע ווערטער ס'איז גרינגער צו מאכן א סעלעט מיט א מעסער ווי מיט דעם.

און דערצו איז מיר מודעדיג ווינדעריש צו די האסט בדבקה געקויפט צוויי אדער בטעות? ווייל איך דענק אז כ'האב געקויפט נאר איינס און ביים ענדיגן די סעיל זעה איך אז סאיז געקויפט געווארן צוויי, איז מיין איך אז זיי טוען דאס מיט יעדן, כ'וואלט געקענט באשטיין צו הערן פון אנדערע וואס זיי זאגן דערוף.

פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 01, 2009 1:04 am
דורך שוועמל
כ'אב בדווקא (בדבקה, ולדבקה בו) געקויפט צוויי, ווייל אינמיטן דעם אפקויף האבן זיי מיר אנגעטראגן דאס צווייטע פאר בלויז 12 דאלער אנשטאט 20, פלאס אפאר דאלער פאר שיפפינג. נו זאל שוין זיין נאך איינס לחבוד פסך, הוצעות יום טוב ווי מ'זאגט. סח הקול האב איך געצאלט 58 דאלער.

יעצט קום מיר דו זאגן אז דו האסט געצאלט בלויז 33 דאלאר און האסט באקומען דאס צווייטע גענצליך אומזיסט... איך רייס מיך אויף.

פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 01, 2009 1:37 pm
דורך יאנאש
יא אומזינסט... זיי ווארפן יעדן אריין נאך איינס און טשארדשן פאר ביידע.

פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 01, 2009 2:21 pm
דורך לוסטיג
איך זעה אז כ'בין גערעכט מיט מיין שפוקעלאציע, כ'מיין שוועמל זאלסט נאכאמאל איבערקוקן וואס זיי האבן דיר געטשארטשט ווייל סקוקט מיר אויס ווי זיי בארובן דא דעם עולם.

ס'נאך א שטיקעל סוד אבער דערווייל זאג איך נאכנישט וויפיל זיי האבן מיר געטשארטשט ווייל איך שעהם מיר אז מיט מיר לוסטיג האט אזאנס געקענט פאסירן, נישט ווייל זיי גייען אויספירן אבער גענוג אזויפיל מיר צו מאכן קאפוויי..

פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 01, 2009 2:40 pm
דורך אונגארישער
לוסטיג ניין איך האב עס אויכעט געקויפט אין טאקע נאר איינס

די מעשה איז אזוי ווי שוועמל זאגט צי סוף טראגען זיי אן ציקויפן נאך איינס פאר 12 דאלער מסתם מאכט איעדער דעם טעות

יעצט וויס מיר שוין וויאזוי זיי מאכן דאלערס

פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 01, 2009 7:52 pm
דורך שוועמל
איך בין דא אינגאנצן צעמישט.

וויפיל האט יעדער באקומען? איינס אדער צוויי.

צי האט איר ארויסגעטשעקט מיט איינס פאר 33 דאלער, און זיי האבן מדעת עצמם צוגעלייגט נאך איינס פאר נאך געלט? דאס איז דאך רעכט חוצפה מדרגה ראשונה.