בלאט 2 פון 4

פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 17, 2009 5:27 pm
דורך מאיר
אונגארישער האט געשריבן:אים סארי חידוש איך האב דאס נישט געמיינט

איך זאג אז עס איז זייער א פיינע זאך

1 סקען מאכען גרויסע שטיקלעך אין סקען צימאלען לויט אייער געשמאק משא"כ אלע אנדערע קענען נאר צימאלען

2 סאיז קליין נעמט נישט אויף אסאך פלאץ

3 גרינג צי וואשען

4 קען מאלען האטע וועדזשעטעיבעלס

יאך האב ווי אויבען דערמאנט עס געקויפט

טענק וי וועדי וועדי וועדי מאנטש

און נאך א מעלה איז מ'דארף נישט אויסמישן די טאמעיטא מיט די פיקל און די פאפריקא און צוויבל, נאר מ'צושנייד די טאמעיטא אויף די פון פריער צושניטענע צוויבל, און אויף דעם די פיקל וכו' און אלעס ווערט אויסגעמישט.

פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 17, 2009 6:08 pm
דורך וויכטיג מאכער
זייענדיג א גרויסער וועדזשטעבל עסער, וואלט איך געוואלט פרעגן אפאר זאכן, אבער קודם ווילעך מיך באדאנקן פאר הרב "חידוש נפלא" פארן דאס פאוסטן אין קרעטשמע...

און נאו טו דע שפיץ.. איך עס זייער אסאך וועדזשטעבלס, און איך פארשטיי צו א גוטע סעלעד, איך גלייך נישט רוב מאשינען, ווייל און רוב פעלער, ווערט די וועדזשטעבל צוקוועטשט, און נאכדעם איז דא נאך א פראבלעם וואס אסאך פון די זאכן האבן, אז די וועדזשטעבלס ווערט צושניטן אויף א איווען סקווער.. ד.מ. פונקטליך פיר עקיג, פון אלע זייטן, די זעלבע מאס.. און דאס נעמט אויך אוועק פון די קריספ פון די סעלעד, ווען ס'איז אביסל לענגלעכיגע שטיקער, איזער סאך מער קריספי...

דעי מאשין, לויט וויזוי זיי לייגענעס אראפ, האט נישט די פראבלעם פון ווערן צוקוועטשט, ווייל ס'ארבעט אויף א וועג, אז דריי מעסערס שניידן, און נישט האקן.. וואס דאס איז א גרויסע חילוק... אבער די חלק פון די שעיפ פון די שטיקלעך, דאס איז מיר יא א גרויסע חילוק, און אויב ס'איז גוט, איזעס מיר ווערט מער פון 35 דאללער...

אגב, מיר דויערט נישט לאנג צו מאכן א סעלעד, א עוורידזש סעלעד דויערט נישט מער ווי 5 מינוט... אבער אז מ'קענעס האבן אין איין מינוט, איז ממש א שאד, און נאכדערצו אז מ'ווערט נישט אזוי שמיציג...

פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 17, 2009 9:12 pm
דורך חידוש נפלא
וויכטיג מאכער דיין פראבלעים מיט די שעיפ דארף מען דורכטוהן בעיון רב :lol: :grin: :smile:

פארעפענטליכט: מיטוואך מרץ 18, 2009 9:58 am
דורך יאנאש
WOW די ווידיאו דערפון איז זיכער אמעזינג, אפשר העלן מיר עס קויפן.

פארעפענטליכט: מיטוואך מרץ 18, 2009 10:09 am
דורך thefact
חידוש
סקומט זיך דיר קאמישן

פארעפענטליכט: מיטוואך מרץ 18, 2009 12:44 pm
דורך אונגארישער
אאאאאאאאאאההההאאאאאאא וויכי איז גאר א וועדזשעטעריען גיט גיט

פארעפענטליכט: מיטוואך מרץ 18, 2009 2:00 pm
דורך bailout
viki i need to apologize if i didn't respected you enough, i didn't know you are such a "gooan" in salads, however i'm here to help you a bit, i'm gona provide you some crispy shapes, and if it wont be enough just put it in the oven for 5 minutes.

פארעפענטליכט: מיטוואך מרץ 18, 2009 7:51 pm
דורך עפל קאמפאוט
וויכטיג מאכער עס איז זייער אינטערסאנט אז איך האב די זעלבע טעיסט ווי דיר ווען עס קומט צו וועזשטעבל סעלעט, איך האב אויך ליב ווען עס איז שפיציג, הגם רובא דרובא מענטשן מאכן נישט קיין עסק דערפון (און וועגן דעם האט חידוש פרובירט חוזק צו מאכן פון דיר, אבער לאמיר זיך נישט לאזן) אבער גראדע האב איך עס אויך ליב ווען עס איז אזוי שפיציג, אבער אפילו אויב די נייע ערפונדונג האט נישט די מעלה וואלט איך עס נאך אלס געקויפט ווייל עס קוקט אויס זייער א פראקטישע זאך, איך קען נאר באשטיין צו הערן פון איינעם וואס האט דאס שוין באקומען אז ער זאל זאגן פון זיין עקספעריענס צו עס איז טאקע אזוי ווי עס קוקט אויס

פארעפענטליכט: מיטוואך מרץ 18, 2009 8:25 pm
דורך ביקסאד
יאך שטעל מיר פאר אז איר וועט יעמאלט דארפן ווארטן אויף נאך פסח.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אפריל 02, 2009 2:36 pm
דורך אונגארישער
יייייייייעעעעעעעעעעעעעעעעעייייייייייייייייי

סווייבעלע קאלט אז סאיז אנגעקימען עפעס פין "סלעפ טשאפ" וואס איז דאס פרעגט זי ??????????????????..

וואס זאגט מען איר ?????????????????????????????????????

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אפריל 02, 2009 2:39 pm
דורך עפל קאמפאוט
אוי די אונגארישע נאר זאג איר אז עס איז א פרעזענט פאר איר און עס איז עכט יא א סורפרייז

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אפריל 02, 2009 2:46 pm
דורך אונגארישער
יו בעטער בעליעוו סאיז א סורפרייז זי לאכט נאך יעצט

ביי די וויע זי זאגט מיר יעצט אז עס איז א פרעזענט פאר מיר :wink:

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אפריל 02, 2009 3:11 pm
דורך וויכטיג מאכער
אונגארישער, איים העפי טו הער, אין די יעצטיגע טעיג פאר פסח, וואלט מיר אזא כלי זייער צונוץ געקומען, איך קום נישט אן צו מאכן קיין סעלעד...

ווען דו נוצטעס, לאז וויסן וויזוי ס'קומט אויס... טענקס..

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אפריל 02, 2009 4:34 pm
דורך חידוש נפלא
און יעצט א גריס פון חידוש:
מיט גרויס פרייד קען איך שוין מעדלן פארן גאנצן עולם אז איך האב שוין ברוך השם נעכטן באקומען די "סלעפ טשאפ" וואס איך האב געהאט באשטעלט (עס האט געדוירט אביסל לענגער מחמת א טעות אין די אדרעס) און עס קוקט טאקע אויס מעכטיג אבער די אשת חיל האט באשלאסן דאס צו אוועקלייגן פאר פסח, נו וואס זאל איך טוהן עס איז דאך א מתנה פאר איר, איז זי בעל הבית! ממילא וועלן ענק מיזן דאס אליין אויספרובירן ווילאנג עס ווערט נישט באנוצט ביי מיר אינדערהיים.
ואתכם הסליחות

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אפריל 02, 2009 4:48 pm
דורך אונגארישער
נפלא יישר כח נאכאמאל פאר ציוויסען טין פין דעם פראדוקט

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אפריל 02, 2009 5:24 pm
דורך חידוש נפלא
אונגארישער זאג אונז וויאזוי עס ארבעט צו עס איז טאקע אזוי גיט ווי די ווידיאו וואס זיי ווייזן?

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אפריל 02, 2009 5:27 pm
דורך אונגארישער
מיר האבען עס אויכעט אוועק געלייגט פאר פסח נאך פסח וועט מען מאכען אין שאראש פאטאק אן אסיפה

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אפריל 02, 2009 8:12 pm
דורך חידוש נפלא
ווער אלס גייט אנטיילנעמען אין די אסיפה?

פארעפענטליכט: פרייטאג אפריל 03, 2009 12:28 am
דורך שוועמל
איך האב יעצט באשטעלט איינס, געמיינט ס'עט אנקומען אויף יו"ט צו נוצן חוה"מ, אבער א מכה.
נאכן באשטעלן זאגט מיר די אימעיל אז ס'נעמט 4 וואכן . דארט מאכן זיי די געלט די רויבערס....

אגב, מעג מען נוצן די כלי אום יו"ט? איז שייך עובדא דחול לגבי מלאכה ביו"ט?
א ריב אייזן מעג מען דאך נוצן, קען זיין דאס נישט. (איך פרעג ווייל איך ווייס נישט, רעג דיך נישט אויף)

פארעפענטליכט: פרייטאג אפריל 03, 2009 10:42 am
דורך חידוש נפלא
זיי זאגן טאקע אז עס נעמט פיר וואכן אבער למעשה נעמט עס נישט מער ווי צוויי וואכן, און ווען מען צאלט צו אפאר דאלער קען מען עס האבן ביז געציילטע טעג

פארעפענטליכט: פרייטאג אפריל 03, 2009 10:50 am
דורך אונגארישער
נפלא נאר ווער עס האט עס געקויפט איז געלאדנט וער עס האט נישט זאל פלאצען

פארעפענטליכט: פרייטאג אפריל 03, 2009 10:54 am
דורך חידוש נפלא
אקעי רעזערוו מיך א פלאץ

פארעפענטליכט: פרייטאג אפריל 03, 2009 10:58 am
דורך אונגארישער
נא פראבלעם אבער די מייק איז מיינס

פארעפענטליכט: פרייטאג אפריל 03, 2009 5:09 pm
דורך לעווי
שוועמל האט געשריבן:אגב, מעג מען נוצן די כלי אום יו"ט? איז שייך עובדא דחול לגבי מלאכה ביו"ט?
א ריב אייזן מעג מען דאך נוצן, קען זיין דאס נישט. (איך פרעג ווייל איך ווייס נישט, רעג דיך נישט אויף)


אויפן וועבסייט דערמנען זיי גארנישט דערוועגן ממילא גלייב איך אז מען מעג.:grin:

פארעפענטליכט: שבת אפריל 04, 2009 11:01 pm
דורך קרעמער
שוועמל האט געשריבן:אגב, מעג מען נוצן די כלי אום יו"ט? איז שייך עובדא דחול לגבי מלאכה ביו"ט?
א ריב אייזן מעג מען דאך נוצן, קען זיין דאס נישט. (איך פרעג ווייל איך ווייס נישט, רעג דיך נישט אויף)

וואס איז דיין פראגע? ארבעט עס דען נישט אויף בעטערי/עלעקטריק?